| נשלח ב-16/10/2005 07:50 |
|
| |
זענט איר אויך אזוי מחנך די קינדער?
איך בין נישט קיינעם'ס בעל מחנך, באט יעדע זאך האט א גרעניץ, נישט אזוי?
איז וואס איז געווען?
איז געווען אזוי!
דעם שבת האב איך געגסן ביי מיינע עלטערן צוליב א שמחה אין די משפ'.
(אגב אינטרעסאנט, אז ווען איך דאווען אין יואל סאטמאר איז אייביג דא עפעס שלעק.)
זיצענדיג ביים טיש איז מיין נעפיא געזעצן נעבן מיר, און ער פרעגט מיר פארוואס האסטו אזא קליינע קאפל? האב איך גענטפערט אז איך האב געקויפט די קאפל ווען איך בין נאך געווען קליין און ס'איז נישט אינגאנצן מיט געוואקסן מיטן קאפ, מיין קאפל איז אויך אמאל געווען קליין, נאר מיין קאפ איז נאך גרעסער געווארן, און די קאפל איז געבליבן אביסל אונטערשטעליג! פרעגט מיין נעפיא ווייטער נאך אפאר מינוט פארוואס האסטו נישט קיין פיאות? האב איך עם געוויזן אז איך האב יא א שטיקל.
און דא רופט ער זיך אן די ביזט אזוי ווי א *******.
דא האב איך מיר שוין אויפגערעגט און עם געזאגט נאך 1 ווארט די רעדסט כאפסטו צוויי קלינגעדיגע פעטש אין פנים.
זיין טאטע (מיין שוואגער) וואס איז געזעצן נעבן עם האט אים טאקע אנגעשריגן פארן זיך חוצפענען צום פעטער, באט דאס איז נישט מיין פראבלעם.
מיין פראבלעם איז:
פארוואס זענט עטץ אזוי מחנך ענקערע קינדער אז דער וואס האט נישט קיין גרויסע בארד און לאנגע פיאות איז א שייגעץ?
מוז דען יעדער האבן די לאנגע געקראזעלטע פיאות?
מוז דען יעדער האבן א בארד ביז צום .... .....?
מוז דען יעדער גיין מיט בארג גריזים קאפל?
איך וויל נאר וויסן צו איר מעמבער'ס זענט אויך אזוי מחנך ענקערע קינדער?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 10:18 |
|
| |
יא,
נאר אזוי!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 10:18 |
|
| |
איך וועל דיר זאגן JEWBOY די סארט מעשיות פלעגט מען הערן ביי אלע סאטמערע מוסדות די בכל אתר ואתר,
ב"ה עס האט זיך אויפגעהערט איבעראל אחוץ טאקע אין ירושלים. אין אין וויליאמסבורג וואס מען הייסט בחורים גיין לאכן פין פאפא רביס ספירה אדער נאכשרייען פרויען ווען זייער רב לאזט זיי נוצען דעם עירוב ,
אין מיר האפן אז בקרוב וועלן די 2 פלעצער אויך אפלאזען דעם 20 יארעדיגער שמוציגער וועג ,
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 10:22 |
|
| |
אויוועי.
איך וואלט דיר (געזאגט) געשריבן עפעס, באט איך האלט מיר איין.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 10:24 |
|
| |
קענסט מיר שרייבן אין אישית
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 10:36 |
|
| |
jewboy,
איך האב סך הכל געמיינט צו זאגן אז אונזערע קינדער דארפן וויסן אז מדארף האבן די לאנגע געקראזעלטע פיאות און די בארד ביז צום..... און מיט א בארג גריזים קאפל.
נאכאמאל, די בארד ביז וואו?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 16:29 |
|
| |
jewboy ווער פין דעם oyvey נישט באליידיגט, ער האט סך הכל גענטפערט קינדיש אן קיין טעם ווי דער קשיא דא איז געווען יא צו ניין...........
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 17:05 |
|
| |
אנטשולדיגט מיר ר' דזובוי.
אבער די דארפסט צו פארשטיין, אז אונז האבען נישט קיין ברירה, אויב מיר ווילען אונזערע קינדער זאלען ממשיך זיין דעם דרך האבות, און מיטגיין מיט אונזער מהלך אין לעבען, דאס הייסט גיין א בארד מיט פאות און א קאפעל, לערענט מען זיי אויס ווי אונז האלטען מיר, אז א "איד" גייט אנגעטוהן אזוי, און די וואס נישט, זענען אפשר אידען אבער זיי זעהן אויס ווי גוים.
איך גלייב אז די האלטס אויך אז איינער וואס גייט בכלל נישט קיין קאפעל גייט נישט ווי קיין איד, איז וואס איז דיין תרעומות? די האלטס דאך אויך אז ווען איינער גייט נישט ווי די, איז ער א גוי!!
נאר וואס דען? די שטעלסט אויס דיין דרך, אויף אן אופן פין א קאפעל מיט דעם סייז פין ווען די ביסט געווען א קליין אינגעל, און דער צווייטער שטעלט דעם גדר מיט זיין סייז. אבער בעצם האלטס די אויך נישט אנדרעש!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 18:05 |
|
| |
איך האלט אז דעם "פונקט" איז די וויכטיגסטע זאך אין חינוך,
איך בין מחנך מיינע קינדער, אז אפילו איך אין זיי, גייען מיט לאנגע פיאות, מיינט נאך נישט אז דער וואס גייט נישט אזוי איז נישט אזוי גוט ווי מיר אדער נאך בעסער ווי מיר,
דער פראבלעם אין חינוך היינט איז אז דער "עיקר" פארלייגט מען זיך אויף די "חיצוניות", אוודאי איז עס גאר וויכטיג, אבער "פנימיות" איז וויכטיגער, אין צוזאמען איז עס א "דבר השלם"
א קינד וואס פארשטייט, אין וואס ער זעט ביי די עלטערען, אז רעדען לשון הרע אין ניבול פה אדער טשעפענען זיך מיט א צוויטען איז די גרעסטע עבירה, דער קינד קען בעזהשי"ת אויסוואקסען ערליך.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 19:08 |
|
| |
ר' צדוק,
פארוואס פארשטייסט די אז ניבול פה און לשון הרע איז וויכטיגער ווי פאות און קאפלעך? פין ווי האסטו גענומען דער הגדרות??
זיי זענען ביידע וויכטיג, און ווי וויכטיג לשון הרע איז, מיינט נישט אז עס איז די גרעסטע עבירה, און אז אין דעם שטעקט דער גאנצער יהדות, איינער וואס רעדט לשון הרע, איז זיך נאך נישט מנתק פין גאנץ אידישקייט, משא"כ אויסטוהן א קאפעל און אנשערען די בארד און פאות, איז אסאך ערגער - מצד דער וואס טוט דאס - ווי רעדען לשון הרע. איך וועל מודה זיין אז אין די תורה, אויב עס איז בכלל מעגליך צו זאגען אז איין עבירה איז ערגער ווי דער אנדערע, קען אויסקומען אז לשון הרע און ניבול פה איז ערגער, אבער למעשה, אין פראקטיק, שטעלט זיך אויס אז א קאפעל און בארד און פאות, איז אסאך מער יסודות'דיג ווי לשון הרע.
ודו"ק כי קצרתי.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 19:20 |
|
| |
באראפארקער
דיין ערשטע תגובה איז גאנץ גוט. דיין צווייטע ברויך שוין א שטיקל ביאור. ודו"ק כי קצרתי
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 19:25 |
|
| |
בענעדיקט,
האסט דיך ווידער אנגע'פגע'ט?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 19:36 |
|
| |
דירעקט נישט. איך בעט א ביאור. פשוטו כמשמעו. ווייל אין מיין תורה איז לשון הרע א דאורייתא משא"כ קאפל און לאנגע שיעור פיאות און בארד.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 20:07 |
|
| |
מיסטער באראפארעער,
איך מיין אז אייער חינוך פראבלעם איז ,אז איר האט נישט אריינגעקוקט ווען מען האט פארגילערענט...
איך רעד דא פון אויסטוהן א קאפעל ל"ע ?
מנתק זיין פון אידישקייט ל"ע ?
מען רעדט דא פון פיינע ערליכע בעלי בתים וואס זענען מקיים מצוות התורה, זענען קובע עיתים לתורה, נאר זיי גייען נישט קיין לאנגע פיאות אין שניידען די בערד,
זענען זיי נישט קיין ערליכע אידען?
אין אז דו פארשטייסט נישט אז לשון הרע אין ניבול פה איז נישט וויכטיגער יסודות אין אידישקייט, האסטו קיינמאל נישט אריינגעקוקט אינעם הייליגער ספר "חפץ חיים"
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 20:08 |
|
| |
באראפארקער, אנטשולדיגט איך האלט אבער אז די ביסט נישט אינגאנצען גערעכט. איך קען נישט מאריך זיין ווייל מען ברויך דאך ד' מינים קויפען.
אנשטאט מחנך זיין דיינע קינדער אז איינער וואס גייט אנגעטיען אדערש ווי דיך זעהט אויס אדער איז א גוי, קענסטו פשוט אויסלרענן דעם קאנסעפט פין נישט משנה זיין דרך האבות. איך האלט אז עס וועט פונקט אזוי ווירקען אז זיי זאלן זיך נישט אפשניידן די בארד אין פיאות. פארשטיי ביטע אז ווען זיי קימען אין די יארן האבן זיי דעת עצמית, אין זיי וועלן דיך אנקוקען ווי א הארטנאקיגע פאנאטיק וואס האלט אז יעדער וואס איז אנדערש ווי עם דערנידערט ער, אין דער אזוי גערופענע חינוך וועט עם קנאפ פארמיידן פין טוהן וואס ער וויל. מה שאין כן מיט די קאנסעפט פין נישט משנה זיין וועט ער דיך חאטש נישט אנקוקען פאר וואס די ביסט וד"ל. אינטערשטע שורה: קיין איינס פין די צוויי מעטאדען וועלן נישט פארזיכרן אז דיין זיהן בלייבט ביים אמונה לערן עם אבער נישט אויס דעם "אנוכי, ולא יהיה לך." איך בין דעם מובחר אין דער אנדערע איז פין די פחותים.
קען טאקע זיין אז דשזובוי'ס פראבלעם איז במקומו עומד, ווייל אפילו מיט דעם מעטאד קען זיין נפיו נאך פרעגן קשיות. עם כל זה, די השקפה אז איינער וואס איז אנדערש ווי דיך איז ווייניגער אדער נישט אזוי חשוב ווייל ער גייט אנדערש אנגעטיען איז לדעתי געפערליך.
דאס איז מיט נישט מאריך זיין.
תוקן על ידי - Kutchma - 16/10/2005 20:11:27
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 20:14 |
|
| |
אגב, צדוק, אויף דיין ערשטע תגובה.
|
|
|
|
|