בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

זענט איר אויך אזוי מחנך די קינדער?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/10/2005 20:15 לינק ישיר 



ר' שלמה קארליבאך זצ''ל האט פארציילט אז גייענדוג אויף די געסלעך אין ירושלים זעהט ער יונגעל מיט גאר לאנגע פיאות געט ער אים א פרעג וואס פעלט עס אויס זאגט אים דאס קינד אז ער ברויך ניט אזאלכע לאנגע אבער ער ווייסט אז ווי א דור ווערט אידישקייט שוואכער וויל ער אז זיינע דורות זאלען האבען פון ווי צו פאלען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2005 20:35 לינק ישיר 

רעב קוטשמע

יישר כח פארען מודה זיין אין איין פאה....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2005 20:51 לינק ישיר 


קוטשמע און צדוק, נאדסט ענק אזוינס בשותפות .

איך וויל נאר צולייגען, אז לדעתי איז דער גרויסע עיקר, וואס אין די לעצטע "פאר" דורות, האט מען געמאכט אזא גרויסע עיקר פון חיצוניות, האט זיכער אסאך צוטוהן מיט די צורך השעה, פון די מלחמה מיט השכלה און אנדערע פרעמדע ווינטען.

ווער ס'דרייט זיך אביסעל ציווישען אונזער היימישער עולם, ווייסט גאר גוט, אז אונזער כלליות'דיגער פראבלעם, האט מיט השכלה און אויף געקלערטקייט גאר ווייניק איינגעשטויסען.

ס'איז כמעט קלאר פאר א יעדען בעל דעת, אז כהיום הזה, איז דער דור לקוי גאר שטארק אין מצוות שבין אדם לחבירו, ווי לה"ר ורכילות.

ס'איז אפילו שייך צו זאגען, אז דאס איז דער עיקר מצוה, וואס אונזער דור דארף מתקן זיין.

יא יא, ענדערש ווי אסאך אנדערע עקסטרעמקייטען, וואס אמאל האט זיך "אפשר" אידישקייט געהאלטען אויף דעם, אבער היינט ווערט דאס געהעריג גענוצט פאר א כלי, צו טרעטען אויף יענעם, און איינצו רעדען זיך און די קינדער, אז מיר זענען חשוב'ער ווי א יענעם.

ודוק כי קצרתי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/10/2005 21:12 לינק ישיר 

השכלה, מן דכר שמיה? פרעג די סארט בחורים וואס השכלה מיינט, עקספעקט נישט קיין ענטפער. עס קומט פשוט פין אימאויפגעקלערטקייט - טיפשות, נישט דאס פארקערטע.

העי, איך מיין קיינעם נישט פערזענדליך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/10/2005 21:13 לינק ישיר 

וואס איז דער עולם דא אזוי מקצר?

עס איז קלאר אז די דרויסענדיגע לבוש האט פיל געראטעוועט אידן פון אנקומען צו פלעצער ווי זיי וואלטן אנדערש אנגעקומען. דאס מיינט אבער נישט אז דער וואס גייט אנדערש ווי דיר איז א נידריג יונג, און זיכער מוז מען אויסלערנען די קינדער זיך אויפצופירן מיט דרך ארץ פאר א צווייטן וכ"ש א פעטער...

תוקן על ידי - דיפלאמאט - 16/10/2005 21:23:07



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/10/2005 03:26 לינק ישיר 

מ'מיז מאכן א שטיקל חילוק דא, קודם כל לגופו של ענין איז די הייליגע קאפל אויך נישט מער ווי א מנהג וואס איז געווארען די גרעניץ צוווישען א יוד אין רח"ל א שייגעץ...
(אברהם אבינו איז נישט געגאנגען מיט א קאפל)
נאוועדען וויבאלד ס'האט זיך אזוי אויגעשטעלט איז ווער ס'גייט אן א קאפל טאקע א שייגעץ, הגם ס'איז נאר א חיצוניות אבער אלע ווייסען זייער גוט אז אן קיין חיצוניות איז קיין פנימיות אויך נישטא...

יעצט בנוגע הלכה למעשה ווי אזוי אויסצולערנען די קינדער איז די שאלה וועם די פרעגסט
אנשי ר' שלומ'לה וכדו' וועלען דיר זאגען love every jew
משא"כ רוב אנ"ש וועלען זאגען כאפ אן דעם דזשובוי ביי די בארד וואס ער האט נישט אין טראסקע אים ארויס פון ביהמ"ד...

איז אזוי לאנג ווי איך וויל בלייבן אין ביהמ"ד ביים טיש און כ'וויל מיינע קינדער זאלען בלייבן אין די מוסדות פונם רבין שליט"א דארף איך מיך צושטעלען צו איך וויל יא און צו איך וויל נישט.
ע"כ למען הויכוח

לגבי די ספיסיפיק מעשה, קודם איז דרך ארץ פאר אן עלטערע מענטש פונקט אזא יסוד אין יודישקייט נאכדערצו ווען ס'רעדט זיך פון א משפחה מיטגליד

(איך פראזענליך וואלט דערלאנגט מיין זוהן אחת למעלה ושבע למטה, פשוט ווייל ער דארף זיך אויסלערנען אז נישט יעדע זאך וואס מ'טראכט דארף מען זאגען)

אין צו דיר דזשובוי איך הנאה געהאט פון ווי אזוי די האסט געענפערט מיט די קאפעל...
איך גיי עס וויטער פארקויפען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2005 17:56 לינק ישיר 

נתן הו טעל יו דעט אז אברהם אבינו איז נישט געגאנגען אין קיין קאפל? חוץ מזה מ'דארף גיין מיט א כיסוי אויפן ראש דאס איז הלכה אין שו"ע, און זיכער אאע"ה וואס האט מקיים געווען די גאנצע תורה כמבואר בספה"ק איז זיכער געגאנגען מיט א כיסוי אויפן קאפ.

נאַו לגופו של ענין, דאס איז זיכער אז די גאנצע תורה איז די עיקר פון יעדן איד בחיצוניות און בפנימיות, לעצטענס איז אכשר דרא בחיצוניות, תורה וואס איז אין אלע דורות נישט געווען -הגם קיינער געדענקט נישט וואס איז געווען אמאל, אבער לעט סעי- מצוות מעשיות איז היינט פילפאכיג מער פון אמאל, כאפ א דוגמא ד' מינים איז נישט געווען וואס היינט וכו' וכו' כמעט יעדער איד האט א מעגליכקייט מקיים צו זיין די מצות הדלקת נר חנוכה, אין יעדע דערפל איז דא קריאת המגילה, מ'דארף שוין היינט אין כמעט קיין שום שוהל איינער וואס זאל מוציא זיין דעם ציבור מיטן דאווענען ווייל דער עולם קען נישט קיין עברי, בקיצור ס'איז א וועלט וואס יעדער איז א יודע ספר כאטשיג במקצת, כמעט אלע בחורים לערנען עפעס אין ישיבה.

אבער אהבת ה' יראת ה' טראכטן פון גאט יעדע רגע אין טאג, דאס איז ליידער זייער שוואך געווארן, אמאל א איד אין א דערפל וואס האט קוים געקענט עברי זאגן און ער האט געזאגט נח מיט זיבן גרייזן האט געציטערט פון א באשעפער וואס האט באשאפן די וועלט, און אויף זאכן וואס ער האט געוואוסט אז מ'טאר נישט, האט ער זיך לייכטער איינגעהאלטן וואוסענדיג אז גאט לאזט נישט און מ'גייט אפגעבן דין וחשבון, ער איז געווען אנגעהאנגן צום באשעפער אויף זיין פרנסה, אז עס געקומען צו איהם א איד וואס האט געוואוסט עטוואס מער פון איהם האט ער געגארט און געדארשט יענער זאל איהם עפעס לערנען, ווייל ער איז כאטש געווען א מכיר את מקומו.

היינט איז ליידער מקוים געווארן די ווערטער פון חז"ל בעיקבתא דמשיחא חוצפא יסגי, ליידער כלפי מעלה אויך, און דאס פארמערט זיך אין יעדע דור לויט די אכשר דרא פונעם דור, "מענטשן לאכן פון יעדע סארט העכערע אויטעריטעט" אויף ספרים זאגט מען אז ס'איז נישט פאר אזעלכע שוואכע דורות, ווען גאט שיקט א וואונק פון הימל זאגט מען כי הוא ידע יצרנו, ווען א רב זאגט עפעס -אויב וואגט ער זיך- אדער א בעל דרשן זאגט עפעס -אויב זיצט מען פונקט ביי א דרשה- זאגט מען טול קורה בין עיניך, (אבער ווען מ'זאגט אליין עפעס זאגט מען קבל את האמת ממי שאמרו).

בקיצור מ'דארף אסאך הארעווען צו מחנך זיין די קינדער צו זיין פשוטע ערליכע אידן, וואס פשוטער איז אלץ געזונטער, דאס הייסט אזוי, לערנען די קינדער די י"ג עיקרים וואס דער רמב"ם האט אראפגעשטעלט, לערנען מיט איהם וואס הייסט א איד מיט לבוש על פי ההלכה, און וואס הייסט על פי חסידות, און מסביר זיין אז יעדער איד דארף זיך פירן לויט די הלכה, נאר היות מ'טאר על פי התורה זיך נישט מדמה זיין צום גוי דארפן מיר זיך אנטוהן מער אפגעזונדערט פונם גוי, כדי מיר זאלן זיך נישט מקרב זיין צום גוי, און דאס אלעס זענען הלכות מפרושת אין שולחן ערוך.

און בנוגע יענעם דאס איז נישט אונזער דאגה בכלל, קיין איין איד איז נישט אראפגעקומען אויף די וועלט מגלה צו זיין יענעם'ס באשעפער אויף די וועלט, יעדער באזונדער באדארף צו מגלה זיין אין דעם הסתר פנים זיין באשעפער מיט וויפיל מער מצוות ער קען אויף די וועלט מיט וויפיל מער תורה, און דאס אלעס.
יא ס'איז דא א מצות עשה אין די תורה הוכח תוכיח את עמיתך אבער גלייך נאכדעם האט גאט געשריבן ולא תשא עליו חטא, אין די גמרא זאגט דער הייליגער רבי עקיבא תמה אני אם יש בדור הזה מי שיוכל להוכיח, אבער דאס איז געזאגט פאר זיך, און אז מ'הערט יא פון איינעם עפעס מעג מען זאגן קבל את האמת ממי שאמרו מ'דארף נישט זאגן טול קורה, ווייל וואס שאדט דאס דען אז יענער האט געזאגט.
און מ'טאר נישט פארגעסן אז אהבת ישראל איז אויך א מ"ע, און מ'איז מחויב פשוט מחנך זיין די קינדער אויף דעם פונקט ווי אויף נעגל וואסער און אויף ד' מינים וכו', נאר מ'דארף טאקע אריינלייגן אין די קינדער א מורא'דיגע געשמאק אין יעדע הלכה ומנהג נישט אז ס'זאל זיין אויף זיי לעול ולמשא, זיי זאלן פארשטיין פארוואס מ'טוהט עס, און וואו אויך אז אויב זיי טוען סיי וואספארא עבירה אין די תורה, טראכט ווי אזוי ווילסטו אז דיין טאטע אין הימל זאל זיך פירן מיט דיר ווען דו ווערסט נכשל, און מיט אזא רחמנות פיר זיך מיט דיין קינד און ער זאל עס זעהן אז דו ווילסט איהם נאר צוברענגן צו זיין אמתדיגע גליק, דעמאלט וועט ער נישט זוכן קיין בעסערע גליקן.

איך פערזענליך נעם אריין צו מיר אין שטוב -ביי סעודות בפרט- אלע מיני קאפלעך, סיי וואס מ'קויפט נאך אלס קליין קינד און ס'וואקסט נישט מיט, און סיי גרויסע קאפלעך מיט די ירושלים'דיגע גרוך פון די משולחים למיניהם, וואס פון ביידע וויל איך נישט אז מיינע קינדער זאלן זיך לערנען ווי אזוי זיך צו פירן, ב"ה מיינע קינדער ווייסן פארוואס זיי זענען אזוי ווי זיי זענען און זיי קוקען נישט ארויף און נישט אראפ אויף קיין איינעם וואס איז נישט ווי זיי, דער אייבערשטער זאל מיר העלפן אויף ווייטער אויך.

און בנוגע הרב דזיבוי דאס קינד איז ליידער נישט מחונך געווארן, דאס קומט נישט פון חינוך נאר פון אי חינוך, בעסער געזאגט פון די חוצפא יסגי, וואס די עלטערן האבן און זענען נישט מחנך זייערע קינדער ווי אזוי עס באדארף צו זיין.
לויט ווי מיר קוקט אויס וועט דאס אינגעל (איך האף אז נישט) אויך אויפוואקסן מיט זיין קאפל פון אלס קינד, אדער וועט ער זיין א ריכטיגע שוואנץ, ווייל זיין קאפ עפענט זיך אביסל סאו היס פאטער העוו טו וואטש אוט

תוקן על ידי - התאחדות - 17/10/2005 18:02:07



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2005 18:06 לינק ישיר 

התאחדות

בלייבט מיר נאר איבער צו זאגען: קבל את האמת ממי שאמרו!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/10/2005 21:43 לינק ישיר 

חברה,

איך האב גארנישט געמיינט,

זייט מיר מוחל




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2005 03:54 לינק ישיר 

די מעשה וואס זובוי האט געענטפערט מיטן קאפל
שטאמט פון א מנהל אין היימישע תלמוד תורה

וואס איז אלץ מסביר די קינדער אז פונקט אזוי ווי ווען די העמד אדער הויזן ווערן קליין קויפט מען א גרעסערע סייז

דאס זעלבע איז מיטן קאפל ווען עס ווערט קליין דארף מען קויפן א גרעסערס....


אגב זיין קאלעגע מנהל רודפט פשוט די קינדער און ווארפט ארויס ווער סהאט א קליינע קאפל
ער זאגט נישט דעם אויבן דערמאנטן הסבר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > זענט איר אויך אזוי מחנך די קינדער?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.