| נשלח ב-17/10/2005 05:30 |
|
| |
סוכות וואס זענען געבויט אין רשות הרבים
היות אסאך קהלות פירען זיך אז זיי בויען זיך א סוכה אין רשות הרבים, דאס הייסט אין די גאס, און אין מגן אברהם סימן תרל"ז סק"ג ווערט גע'פסק'נט אז די סוכות זענען נאר כשר בדיעבד, און קיין ברכה טאר מען נישט מאכען, ואין זה מברך אלא מנאץ, און אזוי פסק'נט אויך די שו"ע הרב, און אין משנה ברורה ברענגט ער צו מקילין, זיי פארלאזען זיך בעיקר אז די אידען זענען מוחל, און די גוים זענען אויך מוחל, אדער ווייל מען האט א צעטעל פין די שטאט, אדער ווייל אז זיי זאגען גארנישט מן הסתם זענען זיי מסכים.
ווער ער געדענקט פאר נישט לאנג צוריק, איז געווען א מערכה וועגען אן עירוב אין בארא פארק, און אין וויליאמסבורג, די מוחים און קנאים אויף די עירוב, האבען געשריגען פה אחד, אז זיי האבען נישט קיין חלק מיט די פת וואס מען איז מזכה פאר עירובי חצירות. לויט דעם, האבען פארשידענע רבנים און דיינים און מורה הוראות גע'טענה'ט אז מען קען זיך נישט פארלאזען אויף די עירוב, ווייל היות עס איז דא אידען וואס ווילען נישט קונה זיין די פת, איז עס בהכרח נישט קיין עירוב. די מתירים האבען זיך צוזאם געמיטשעט צו טרעפען אויף דעם א היתר, און האבען ב"ה געטראפען גאר גוטע היתירים, אבער די אוסרים, שרייען נאך אלץ, אז די עירוב איז פסול, און זייער עיקר איסור איז באזירט אויף דעם וואס עס איז דא מאנכע וואס זאגען בפירוש אז זיי ווילען נישט האבען קיין חלק אין פת.
אשר על כן, האב אני הקטן באראפארקער, מחליט געווען צו נעמען אביסעל תורה'דיגער נקמה אין די טראבעל מעיקערס, און איך זאג דא בפה מלא
די אלע סוכות וואס זענען געמאכט אין רשות הרבים, און זיי פארלאזען זיך אויף שוואכע היתירים, און זיי דארפען צוקומען צו מיין אין אלע אידען'ס מחילה, טאמער איז דא אין דעם ביהמ"ד, אפילו נאר איינער וואס זאגט אז די עירוב איז פסול ווייל זיי זענען זיך נישט משתתף אינעם פת, בין איך נישט מוחל, און איך מוחה אויף דעם וואס זיי מאכען א סוכה אין רשות הרבים, און נעמען צו מיין מקום הילוך. און זייער סוכה האט אן הלכה ווי א סוכה גזולה וואס מען קען דארט נישט יוצא זיין, ווייל עס איז א מצוה הבאה בעבירה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 06:37 |
|
| |
אין נאמען פון די הייליגע תורה, זענען מיר מכריז ומודיע, אז די הלכה פון אחרי רבים להטות איז נאך קאי וקיימי, אפילו נאכדעם וואס מען האט געמאכט אן עירוב !!!
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 06:38 |
|
| |
וועקי,
רוב קומט נישט דא אריין.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 06:58 |
|
| |
לפי שיטת הרב בעל התניא זצוקללה"ה איז א סוכה אין א רה"ר אהן א פערמיט א סוכה גזולה און מען קען דארט נישט מאכען א ברכה!
ביי אונז אין ביהמ"ד הענגען פערמיטס אויף אלע זייטען פון די סוכה
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 15:45 |
|
| |
צבי
נישט דער בעל התניא, נאר דער מג"א, דער בעל התניא ברענגט סך הכל די שיטה פין מג"א.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 15:46 |
|
| |
דער היתר פין א פערמיט איז פין בעל התניא?
דאכט זיך אז דער מחדש דערפין איז דער שואל ומשיב.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 16:26 |
|
| |
אין ווי איז אביסיל מענטשליכקייט?
אלטע אידען אין פרויען מיט קערידשעס דארפען זיך באמוטשענען, ווייל א רעבע דארף האבען א ריזיקע סוכה לכבוד זיין אושפיזא?
ניטאמאל וואס זיין ביהמ"ד איז אזוי גרויס...
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 17:30 |
|
| |
אויב נישט דא, וואו קומט יא אריין רוב ?
נניח אויב עס וואלט געווען איין פאראייניגטע קהילה, און מען מאכט וואלן אויב מען זאל יא אדער נישט לאזן מאכן די סוכות אויף דער גאס, און רוב זאגט אז יא, וואלסטו אויך געזאגט אז עס איז גזל ?
ווי זאגט מען ?!
הרוב הצביע ברגליים [או בבניית הסוכה...].
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 17:38 |
|
| |
רוב? אז רוב וויליאמסבורג מאכט אפ נישט צו שאקלן לולב ח"ו וועסטו אויך זאגן אחרי רבים?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 18:15 |
|
| |
בארא פארקער דו דארפסט ארומהענגן מיט פאוסטערס אין רשות הרבים דא אויף היידפארק איז נישט קיין ס' רבוא, אויף מסורת זיכער נישט, נאר אפשר דארף מען חושש זיין אויף די אנדערע היידפארק, אזוי וואו מ'דארף חושש זיין אין וומ"ס ווייל פיפט עוו. אין מאנהעטן איז זייער גרויס
תוקן על ידי - התאחדות - 17/10/2005 18:16:37
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 18:18 |
|
| |
קוטשמע.
דו פארשטייסט אלעמאל אזוי גוט ווי יעצט ?
ווער רעדט פונעם עירוב ?!
כ'רעד פון זיין "תורה'דיגע" סטראשע...
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 18:50 |
|
| |
בארא פארקער.
דער שואל ומשיב איז מחדש, אז דארט וואו עס גייט דער רשות פונעם מענטש [ער רעדט פון ד' אמות נעבן די הויז], דארט דארף מען בכלל נישט קיין רשות.
דעם היתר פון א פערמיט שרייבן אנדערע אחרונים.
אבער עס איז זיכער אז איין מענטש אליין קען נישט קומען שרייען אז ער לאזט נישט, און אויב רוב ציבור איז יא מוחל איז דאס גענוג.
[ויל"ע באם קיבל פערמיט מהרשות, אולם רוב העיר ישראל מוחה, מה דינו, לכאורה אסור, ואינו ענין לכאן].
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 19:03 |
|
| |
יעצט בעת מיר גייען צום דרוק קומען פאר אינטענסיווע זיצונגען צווישן די גרעסטע קארפן קעפ אין די אידישע וועלט, בנוגע די ניי געשאפענע פראבלעם וואס איז נאך נישט געהערט געווארן זינט סוכת דוד הנופלת, נעמליך אז א באראפארקער איד איז מערער אויף אלע סוכות וואס ווערן געבויט אין רשות הרבים, און בתנאי כפול ומכופל כבני גד ובני ציון נעמט ער זיך אויס אז אויב אין דעם יעניגן שוהל איז דא איינער וואס איז נישט מסכים צום וויליאמסבורגער עירוב, איז ער יענעם נישט מוחל די רשות הרבים, און יענער וועט מוזען עסן אן א לישב בסוכה. די רבנים זענען דן אויף אלע הינזיכטן און אספעקטן פון די הלכה, אויך זענען זיי שטארק מעיין אויב א באראפארקער קען אסר'ן וויליאמסבורגע רשות הרבים'ס, לאמיר האפן אז ער איז נישט מערער אויף סוכת עורו של לויתן. גוט יום טוב, מיט א שמייכל.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 20:09 |
|
| |
ויש ליישב די גאנצע פראבלעם,
ווייל כידוע געבן ארויס די וויליאמסבורגער "גאונים" א "פסק בית דין" אז די שבתים פון סוכות מעג מען זיך מאכען אן עירוב, אויס ששים ריבוא, דאס וועט שוין זיין נאך יו"ט...
וממילא אין סוכות האלט ער אויך פון אן עירוב, מיט "זיכוי הפת" ממילא קען מען נישט אסערן א סוכה אין א רשות הרבים.
|
|
|
|
|