בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

סוכות וואס זענען געבויט אין רשות הרבים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/10/2005 22:43 לינק ישיר 

צדוק,
עקסעלענט


בענעדיקט, די מאכסט חוזק??
מיין ערעור אויף די סוכות, איז פונקט אזוי אויסגעהאלטען ווי די וואס צדוקים ווילען נישט אנטייל נעמען אין די עירובין.

און צו דיר זעלי וועקי.
די מחדש פין די רשות פין שטאט ווערט געברענגט אין שואל ומשיב.

און דיין פשעטיל פין אחרי רבים, מיינט גארנישט, עס געהערט צום רבים, און די רבים מיינט יעדעם איינעם, און מען פארלאזט זיך אז יעדער איז מסכים, אז אפילו איין יחיד איז נישט מסכים, איז אויס רשות, און די סוכה הייסט א סוכה גזולה.
משל למה הדבר דומה??
אז די ווילסט בויען א סוכה אין א חצר וואס געהערט צו דריי מענטשען, איז גענוג צו בעטען רשות פין צוויי, ווייל מען גייט נאך רוב?
נאר אן עם הארץ וועט זאגען אז עס איז גענוג די רשות פין צוויי. די זאגסט נאך מער, אז אפילו אויב איינער פין די דריי שותפין איז מערער, איז גארנישט ווייל מען האט רשות פין צוויי בעלי בתים.
ר' זאלי, עם הארצות האט אויך א שיעור.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2005 23:21 לינק ישיר 

דער באראפארקער פרעגט שוין קושיות הגמרא, נאר פארקערט.

מאי שנא לגבי סוכה דתני פסולה, ולגבי מבוי דתני תקנתא.

לפענ"ד הקצרה, איז דאס הימל אין ערד, כרחוק מזרח, ממש אינו דומה.

ביי עירובין, דארף מען רשות פון די איינוואוינער, ווייל די איינוואוינער מאכן דאס פאר א רשות הרבים, ווידער ביי סוכה איז דער פראבלעם אז סיז א קרקע שאינו שלו, מ'ברויך נאר פרעגן רשות פונעם אייגנטימער, וואס דאס איז די שטאט, ס'האט נישט קיין טראפ שייכות מיט די מענטשן וואס וואוינען אונעם געגנט.

תוקן על ידי - מקוה_איד - 17/10/2005 23:21:56



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2005 03:50 לינק ישיר 

מקוה איד
you have it all wrong
עס שטייט נישט אין ערגעץ אז ביי עירובין דארף מען רשות פין איינוואינער, טאמער יא, שרייב עס. משא"כ לגבי סוכות, שטייט בפירוש אין משנה ברורה, אז די היתר איז ווייל די מענטשען זענען מוחל.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2005 04:19 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס די זאגסט,

איז נישט קיין עירובי חצירות אז אלע איינוואוינער זענען זיך מזכה אין 1 שטיקל ברויט, ממילא ווערט עס פארעכנט ווי יעדער וואוינט אין 1 גרויסע דירה, ווייל א מענטש וואוינט ווי זיין ברויט איז, ממילא ווערט דער גאנצער שטח א רשות היחיד, אבער די רגע וואס געוויסע אידן זענען זיך נישט מזכה, איז אויס רשות היחיד.

משא"כ, ביי סוכה רעדט מען פון א שטיקעלע שטח, וואס באלאנגט פארן רבים/גאווערמענט, אבער דער רגע וואס דער גאווערמענט גיבט דיר א פערמיט, איז עס אויס רה"ר און גענצליך דיינס, און ביסט אבסעלוטלי נישט מחויב צו בעטן רשות פון קיינעם.

TELL ME WHERE EXACTLY I'M WRONG



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2005 04:29 לינק ישיר 

ביסט ראנג אזוי,
עירובי חצירות, מיינט אז מען איז מזכה אזוי ווי די שרייבסט, און ווען איינער זאגט אז ער נעמט נישט אנטייל אינעם פת, דעמאלס אז דא די שאלה.
נישט ווי די שרייבסט אז מען דארף "רשות" פין די איינוואינערס.

ביי סוכה, שטייט קלאר אין די פוסקים אז די רשות הרבים געהערט צו די רבים, די ווערטער "רשות הרבים" מיינט דאך דאס, די רשות געהערט פארען רבים. די גאווערנמעט האט א שליטה אויף די רשות, לגבי פארשידענע זאכען, אבער דאס מיינט נאך נישט אז די רשות געהערט פאר זיי. אין הכי נמי, עס איז דא פוסקים וואס האלטען אז עס העלפט, אבער כל זמן מען האט נישט קיין פערמיט איז מען א גוזל את ה"רבים" נישט א גוזל את הגאווערמענט.

ממילא ביסטו ראנג, הן לגבי סוכה, הן לגבי עירובין.

פארשטייט זיך אליין, אז טאמער מען האט פערמיט, מאכט עס די שאלה אויס שאלה, אבער פארלאז דיך אויף אחינו בני ישראל, זיי האבען זיכער נישט קיין פערמיט.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2005 06:53 לינק ישיר 

אויב מ'נעמט נישט קיין פערמיט, איז טאקע א שווערע פראבלעם, און לכאורה ביסטו גערעכט אז קיינער האט קיין פערמיט,

אבער מיין פראגע איז, פון וועם דערף מען בעטן רשות? פון די פאר שכנים ארום? די גאנצע בלאק? גאנץ וומ"ס? גאנץ נ.י.? גאנץ אמעריקע?

ילמדנו רבינו, איך ווייס נישט, זאג דו...

ביי עירוב איז קלאר, דער שטח וואס מ'וויל מאכן דעם עירוב, די אלע איינוואוינער דארפן זיך מזכה זיין אונעם פת...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2005 07:08 לינק ישיר 

"ביי עירוב איז קלאר, דער שטח וואס מ'וויל מאכן דעם עירוב, די אלע איינוואוינער דארפן זיך מזכה זיין אונעם פת..."

חוץ אויב נעמט מען רשות פונעם שר העיר!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2005 08:27 לינק ישיר 

מקוה איד
נאך א נקודה, לגבי עירוב נעמט מען נישט קיין "רשות" מען קויפט אפ פין אים די רעכט אריין צו גיין אין שטוב פין די גוים, ליתר ידיעות קוק נאך אין שו"ע.

לגבי סוכה, אויב מען נעמט נישט קיין פערמיט, פארלאזט מען זיך אז יעדער איז מסכים.

ממילא שרייב איך דא, אז פאר זיי בין איך נישט מסכים. פשוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2005 05:42 לינק ישיר 

כאב איצט געזעהן אונעם ספר "בכורי יעקב" אויף הלכות סוכות, ברענגט ער דארט אראפ דעם מגן אברהם, וואס איז דער מקור פון דעם שאלה, און ער זאגט דארט אפאר טעמים פארוואס מ'איז נישט מקפיד דערויף, איינע דערפון איז ווייל וויבאלד די רעגירונג ווייסט דערפון אז מ'מאכט די סוכות, סיז דאך נישט קיין סוד, איז וויבאלד זיי זענען נישט מוחה איז פונקט ווי זיי געבן רשות, ממילא מעג מען לכתחלה, און מ'ברויך נישט רשות פון קיינעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2005 07:56 לינק ישיר 

דער משנה ברורה ברענגט עס אין ביאור הלכה.
לגבי אידען זאגט מען אויך אז מען פארלאזט זיך אז זיי זענען מסכים, און אויף דעם זאג "איך" אז נישט.
די שתיקה פין די גוים, העלפט נאר כל זמן זיי שווייגען, און אזוי איז אויך לגבי די שתיקה פין די אידען, מען פארלאזט זיך אז זיי זענען מסכים, טאמער אבער איינער זאגט אז נישט, איז פארפאלען.

איך גלייב נישט אז די בכורי יעקב זאגט ווי די ברענגסט עס, דהיינו, וויבאלד די גאווערמענט איז נישט מוחה, איז כאילו זיי זענען מסכים, און כאילו זיי געבען א פערמיט, דאס זיכער נישט.

ועוד, די און איך ווייסען, אז טאמער זאל איך זיי רופען זאגען, קומען זיי באלט אראפ געבען א ווייעלעשען, ממילא איז סייווי שווער צו זאגן דיין שטיקעל תורה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > סוכות וואס זענען געבויט אין רשות הרבים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.