| נשלח ב-20/10/2005 03:11 |
|
| |
הרה"ח ר' בערל ווייס ע"ה
ערב יום טוב איז נפטר געווארן הרה"ח ר' בערל ווייס ע"ה, מלמד תשב"ר 30 יאר
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2005 03:14 |
|
| |
פון ווי איז ארויס די לוויה?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2005 03:15 |
|
| |
פון באבוב 45
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2005 03:17 |
|
| |
האט בנציון גערעדט ביים לויה?
תוקן על ידי - oyvey - 20/10/2005 3:38:21
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2005 03:48 |
|
| |
ניין, אבער חיים יונה האט גערעדט.
(יו"ט רעדט מען נישט)
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2005 03:52 |
|
| |
בארא פארקער,
זאג דעם אמת,
וואס איז דארטן פאר געגאנגען?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2005 04:18 |
|
| |
שמעתי אז אנשי 48 האבען נישט געוואלט לאזען די ארון דורכגיין די מתיבתא כאטש ס'איז געווען אין צוואת הנפטר
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2005 04:28 |
|
| |
אנשי בפקודת בנציון
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2005 04:29 |
|
| |
פאר א מלמד אין באבוב 30 יאר איז דאס זייער נישט קיין שיינע זאך
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2005 04:33 |
|
| |
פארגעגאנען? גארנישט, עס איז געווען א לוי'.
די ביקעס פין רמ"ד האבען פראבירט צו שרייען, און איינפירען נייע מנהגים, ווי צ.ב.ש. זאגען קאפיטלעך תהלים אויף'ן וועג, וואס דאס איז כנגד מנהגי באבוב (יו"ט טוט מען "גארנישט" ביי א לוי'), און האבען געשריגען און געמאכט קולות אויף'ן וועג דריי זיך נישט, דריי זיך יא, למעשה איז די קאר געפארען ווי עס האט געדארפט.
די זוהן פין נפטר האט גערעדט צוויי מאל, איין מאהל ביי זיי (מילא זיי דארפען דאך נישט האלטען מנהגי באבוב), איין מאהל אין פראנט פין די ישיבה, ווי ער האט געארבעט די לעצטע פאר יאר (ער איז נישט געווען קיין מלמד לעצטענס - ער איז געווען א שטיקעל טאטער - בעפאר דעם איז ער געווען א מלמד אויף די צוויי אין פערציגסטער גאס בנין), זיי האבען אויף געזאגט קדיש, וואס דאס איז סתם א טעות.
אזוי זעהט מען אויס, אהן א רב וואס קען די הלכות.
ולא ישמע שוד ושבר בגבולנו.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2005 04:48 |
|
| |
ר' בערל ווייס ע"ה נפטר בחג הסוכות.
ר' בערל
ר' בערל ע"ה איז געווען א מלמד אין די באבובער חדר פאר איבער 25 יאהר, חוץ פין א מלמד איז ער געווען א זעהר חשובער אין דערהויבענער יוד, ליידער בעוונותינו הרבים האט ער באקומען יענער מעשה ל"ע פאר 6 יאהר צוריק, און די מצב איז געווארן מיט יאהר ערגער און ערגער, נאכן פטירה פין די באבובער רב ז"ל, פלעגט ער דאווענען אין באבוב 45 אבער אויך פלעגט ער דאווענען אין באבוב 48
די מצב פארערגערט
אינמיטן זימער איז זיין מצב געווארן זעהר שלעכט אין האט שוין נישט געקענט אללעס ליינס מאכן, איז ער געגאנגען צו די ראשי המוסדות אין געבעטן אז מען זאל עם ווייטער געבן זיין געהאלט כדי ער זאל קענען אפלעבן זיינע פאהר יאהר בכבוד, אבער אזוי ווי ער איז אריין צו באבוב 45 האט מען עם אפגעזאגט פין עם צוגעבן ווייטער די געהאלט, אין ער איז ארויס פינם אפיס בבושת פנים, אז אזוי פירט מען זיך אויף צו א מלמד נאך 25 יאהר זיין אן איינגעשטעלטע, ארויסגייענדיג האט ער זיך אויסגעדריקט אז "אויף דעם וועלט האב איך שוין נישט קיין כוח ענק צו רופן אין די"ת, אבער אויף יענע וועלט וועל איך שוין ענק רופן אין די"ת".....
זייט די מעשה איז ער שוין געווארן א אפטער מתפלל אין באבוב 45,
ערב יום כיפורים
ערב יו"כ היי יאהר, האבן די הנהלת הת"ת דבאבוב 48 עם אראפגענומען די "העלט אינשורענ'ס" וואס פאר א יוד אין זיין מצב האט דאס גורם געווען צו באלדיגע שווערע הוצאות אין שווערע טויזענטער דאלארן, די משפחה האט זיך געוואנדן צו רבנים אין אדמורי"ם וואס אינטער זייערע גרויסע פרעשער האבן זיי צוריק געלייגט "א חלק" פין זיין "העלט אינשורענס", פאר יוכ"פ האט כ"ק אדמו"ר רמ"ד מבאבוב שליט"א עם געבעטן אז ער זאל נישט אריינקומען אין בימ"ד מפני חולשתו, אין ליידער נאך יו"כ האט מען עם אריינגעפירט אין שפיטאל,
זיינע לעצטער ווערטער
אין זיינע לעצטע ווערטער פאר פארמאכן זיינע אויגן זענען געווען "ביטע אריבער צו פיהרן מיין מיטה לעבן די ת"ת ווי איך האב מחנך געווען טויזענטער תלמידים", אין נאך אפאר מיניט איז ער שוין ליידער געווען באוואוסטלאוז, אין ליידער אינמיטן מעריב איז די ביטערע בשורה אהנגעקומען צום עולם.
הכנות צום לוויה
די קבורה האבן די משפחה באשלאסן צו מאכן ליל ב' דיו"ט, און אז ס'זאל ארויספארן פין באבוב 45 אין אדורך פארן באבוב48 לעבן די ת"ת אין ווייטער צום פעלד, יום ב' אינדערפרי האבן אויכעט די חברי קדושה מסכים געווען, אין אזוי אויכעט די משמשים פין באבוב48, אין אפילו געזאגט פאר די משפחה אז מ'וועט אויסרופן די זמנן הלוויה נאך מעריב.
די פלאן טוישט זיך
אבער ארום די שפעטער נאכמיטאג שעה'ן איז אהנגעקומען א פקודה פין די הויכע פענסטער'ס אין באבוב 48 אז דער ארון וועט בשום אין אופן נישט אדורך פארן 48 סטריט, און זיי האבן געלייגט פאר די משפחה 2 פשרות, אדער מוותר זיין אדער ווארטן נאך א טאג מיט די לוויה אין לאזן דעם טאטן איבערנעכטיגן נאך א נאכט, אין דעמאלט זעהן וואס וועט זיין, אין אזוי אויכעט האבן די הויכער פענסטער אהנגעזאגט די משמש זייערע נישט אויסצורופן די זמני הלוויה, איך דארף באמערקן אז ר' בערל ע"ה האט פאר יוה"כ געשיקט מעמדות צו רבצ'נען זאגנדיג אז ער ווייסט אז ער האלט שוין אמאל, אין אזוי אויכעט פאר יוכ"פ באצאלט די די זיצפלאץ אין באבוב 48, אבער זיי די ראשי הקהילה האבן איבערגעגעבן אז ער איז אינזערע "שונא" אין דאס איז זיין שטראף!! אין אפילו אז מצוה לקיים דברי המת, אין להבדיל אלף אלפי אלפים אפילו ביי די גוים פאלגט מען דאס לעצטע וואונטש, אבער די וואס האבן גערודפט די רב ז"ל לעצטע צענדליג יאהר, האבן שוין לאנג נישט געהאט א מעגליכקייט צו צאפן איינעם דאס בליט, און דא האבן זיי זיך מחיה געווען, איך דארף באמערקען אז מען רעדט נאר פין אריבער פארן די גאס, ווייל אין יו"ט איז מען ממילא נישט מספיד און ע"פ הלכה טאר מען נישט סטאפן נאכאמאהל,
די לוויה פארט ארויס
תכלי'ס האט געהייסן אז די קאר וועט זיך איינדרייען אויף 45 סטריט אין די משפחה האט בלית ברירה מסכים געווען,
די לוויה האט זיך אהנגעהויבן אויף 45 באבוב אין טויזענטער באגלייטער סיי פין באבוב 48 און סיי פון באבוב 45 האבן באגלייט דעם ארון, אויכעט כ"ק אדמו"ר רמ"ד מבאבוב שליט"א איז געווען אהנגעזעהן, די ארון צום סוף האט זיך "נישט" איינגעדרייט און 45 סטריט ווייל די באגלייטערס האבן פארשטעלט די וועג,
די מהומה פאר די בימ"ד באבוב48
און אהנקומענדיג פאר 48 סטריט האבן די משפחה און ידידי הנפטר וואס האבן געוואלט מקיים זיין דעם נפטר'ס רצון, געצווינגען דעם קאר אריינצופארן און 48סטריט דורך די ת"ת ווי ער איז געווען מלמד איבער 25 יאהר, און ס'איז אויסגעשטאנען אן קליינע מהומה, ווען די רשעים ארורים האבן געזעהן אז זייערע געלונגענע רשעות'דיגע בליט געצאפעכטס און זייערע טייוועלישע פלאן לשם רשעות גייט צוגרינד, און זיי האבן פארשטעלט די קאר שרייענדיג פארן דרייוער "פאר גלייך דריי דיך נישט אריין" אבער די ידידי המת האבן אריינגעבראכן אין די רשעים'ס רינגל און עס דורכגעבראכן, און די קאר איז אריינגעפארן לעבן די ת"ת, כ"ק האדמו"ר רב"צ מבאבוב שליט"א איז "נישט" אראפגעקומען באגלייטן דעם נפטר, און נאכן לוויה האט זיך די עולם צוטיילט האלב איז געגאנגען צום טיש אויף 47 סטריט אין די אנדערע האלב צום טיש אויף 14 אוועניו,
אדמו"ר מבאבוב גייט ארויף צו די משפחה
נאכן טיש איז כ"ק האדמו"ר רמ"ד מבאבוב שליט"א ארויף צו די משפחת הנפטר אין זיי מחזק געווען, מיט ווארעמער ווערטער, אין געזינגען מיט זיי באבובער יו"ט ניגונים, און דערמיטוגט זייערע געמוטער, און געזאגט "די טאטע האט נישט איבערגלאזט קיין מיליאניען, ער האט איבער געלאזט ביליאנען, אזעלכע וואילע קינדער בליע"הר אזיין חסידישער משפחה", די באבובער רבי איז פארבליבן ביי די משפחה ביז 3:30 אינדערפרי.
תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 20/10/2005 8:59:22
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2005 07:52 |
|
| |
בארא פארקער
איך האב פאר דיר איין ווארט שקרן
45 שרייבעט איידל די מעשה, און איך האב די נאמען פון די בחורים וואס האבן נישט געלעזט דעם ארון אדרך גיין, און פון די חברה קדישא מאנטש וואס האט און געמאכט א בזיון א מת
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2005 08:23 |
|
| |
ב"ש האט געדרייט דעם רעדעל פין די קאר, צוזאמען מיט ק' און וו"ר האט זיך אויף געשטעלט אויף די קאר אין יו"ט אהן קיין שום היתר.
פין אלע זאכען וואס איך האב אויווען געשריבען איז אלעס אמת ויציב.
די רשעים ארורים פין 45 זענען פשוט געווען להשמיד מיט איין זאך, וואס מיט וועט אנשמועסען וועט מען טוהן פארקערט.
ביי די לוי' פין הרב פסח גאלדבערג האבען זיי בשום אופן נישט געוואלט עס זאל אדורך די ביהמ"ד, און דא האבען זיי דוקא יא געוואלט. פארוואס? ווייל קודם האבען זיי אויך נישט געוואלט, שפעעטער אין מיטן האבען זיי געטוישט.
קיינער האט נישט אנגעהאלטען דעם ווען פין פארען, די 45 סטריט בחורים האבען א גאנצע וועג געמאכט קולות וברקים. אויף וועמען?
אויף זיך אליין,
ר' לכבוד שבת, אויב מען טאר זיך נישט אנשטעלען א צווייט מאל, פארוואס האט מען זיך יא אנגעשטעלט??
אויב מען האט געוואלט אזוי שטארק מקיים זיין די דברי המת, פארוואס האט מען לדבריך נישט איינגעגעבען צו וואס די חברה קדישא האבען געוואלט??
די רשעים זענען די משפחה זיינע, נישט קיין צווייטע.
אויב זיי האבען אים געוואלט אדורך פירען די "באבאווער" ישיבה, פארוואס האבען זיי אים נישט געפירט צו די ישיבה אויף 42? אדער אפילו צו וואס זיי רופען באבוב??
האלט איינער טאקע, אז אנפירען א לווי' מיט אזעלכע געמיינקייטען איז א טובה פאר די נשמה?
שרייען א גאנצע וועג, און מאכען שקרים און אריין דרייען די פאליטיק אין די לווי'??
איין זאך איז זיכער, אז קיין גרויסע געלטער פאר קיין קרן וועט שוין נישט אריין קומען. פארוואס?
ווייל זיי האבען קליא געמאכט דאס געמיט פאר דעם גאנצען עולם אין באבוב. יעדער זעהט מיט וואס פארא ברי יונים מען האנדעלט דא.
אפילו ביי א לוי' קענען זיי זיך נישט אויף פירען ווי נארמאלע מענטשען.
תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 20/10/2005 9:01:25
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2005 17:23 |
|
| |
באראפארקער איז שוין מוחזק שקרן פון אסאך אשכולות דא.
אגב דער גאנצער שטאט איז אויף מיט די מעשה, אז די לווייה פון איינעם פון די חשובסטע אידן אין באבוב איז דורך די שטוב פון רב"צ אין עס איז אים אפילו נישט איינגעפאלען ארויסצוגיין מלוה זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2005 19:06 |
|
| |
באראפארקער
מיט אזא איינער ווי דיר גיי איך נישט אריין אין קיין וויכוכים אבער לגבי זיך אפשטעלן בבי די לוויה איז ר' חיים יונה צוגעגאנן צו הרב יעב יוסף האלבערשטאם שליט"א אין ער האט אים געזאגט אז עס איז קיין שום שאלה נישט אין מען קען זיך אפשטעלן, די מעשה דא איז אנדערש ווי ביי ר' פסח ע"ה דא האט די נפטר געבעטן פאר יציאת נשמה אז מען זאל אים דורך פירן דעם תלמוד תורה ווי ער איז געווען מלמד אין דאס איז אויף 48 סטריט אין מצוה לקיים דברי המת איז נישט וואס די חברה קדישא זאגט עס מען מיינט דעם מת.
א גוט יו"ט
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2005 19:07 |
|
| |
באראפארקער
גיי אראפ פון דעם וואגן, ער פירט דיך אריין טיפער אין טיפער און די בלאטע.
איך האב געהערט פון כמה מגידי אמת אז כך היה מעשה, דיינע חברה לייט האבן געשטעלט פאליציי מיט גויים צו פארשטעלן דעהם וועג קיין 48.
דיין רב האט זיך דא פארלוירן און געמאכט א גרויסן טעות.
שמעתי אז צוליעב די עוולה זענען אגרופע פון 48 מענטשן געקומען צום טיש צו רמ"ד. ועוד זאת שמעתי, אז צווישן די קבוצה הנ"ל איז אויך געווען דעם דיין הרב טאובער'ס ברידער, , איז דאס אמת?
אויב יא מעגסטו שטאלצירן מיט דיינע 48 חברה, די עוולה האט זיי לכה"פ פארדראסן.
אויף מיינע חברה קען איך ליידער נישט זאגן אזוי, זיי האבן אפגעטוהן אגרעסער נבלה דעהם שבת שובה, ואין פוצה פה ומצפצף
תוקן על ידי - baachi - 20/10/2005 19:09:59
תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 21/10/2005 19:00:54
|
|
|
|
|