|
|
| נשלח ב-21/10/2005 02:02 |
|
| |
באראפארקער,
דיינע לגיונות זענען בכלל נישט ראוים לתגובה ווייל המפורסמות אינם צריכים ראי'. לכבוד שבת האט ריכטיג (און איידעלערהייט) אראפגעברענגט די מעשה און אלעס וואס ער האט געשריבען בנוגע די לוי' איז מפורסם לכל.
איך וויל נאר צולייגען איין נקודה, אז ווען דיין רבי פאלגט נישט די עצת אחיתופל פון זיינע געטרייע יועצים (וואס האבען איהם שוין גענוג אריינגעפירט אין בלאטעס) און קומט אראפ צו די לוי', וואלט נאך געוועהן א מקום פאר איינער וואס איז נישט אינגאנצען אינפארמירט צו גלייבען דיינע דמיונות. דער **** האט דאס אבער נישט פארשטאנען און אנשטאט איז ער געבליבען על כסא מחילתו ביי זיך אינדערהיים.
א יוד וואס איז געוועהן א ת"ח ויר"ש לכל הדיעות, און איז אוועק יונגערהייט נאך סיגופים האט זיך דאס פארדינט - אז בפקודת רב"צ, נישט נאר מען האט נישט אויסגערופען זיין לוי' און זיך אינגאנצען געמאכט אומוויסענד דערפון, נאר מען האט נאך געמוזט שטערן און מצער זיין די יונגע יתומים'לעך וואס באגלייטען זייער פאטער צום לעצטן רוה.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2005 07:13 |
|
| |
Baachi
סי איז אמת יאדער ווארט, סיי איז א סאך מער ווי אמת ליידער, איך וויל גלייבען מיינע חברים אז ר' בן ציון איז נאבעך פארכאפט ביי אנשי דלא מעליא, און סי שטינקט נישט פון קאפ,
גם שמעתי שהיה היום אסיפה של אברכים בגיל העמידה בראשות אחד מגדלי חסידי ר' ב"צ ממשפחת אליעס חברי ר' בערל וויס זצ"ל שנמנו וגמרו לפעול שר' ב"צ ישלח את האנשים שסביבו או הם עוזבים את הבהימ"ד
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2005 08:03 |
|
| |
באטשי,
הא לך הדבר כמו שהוא, די הערסט טאקע אלע זייערע גוזמאות.
עפעס איז אמת, און די רעשט איז שקר, כדרכם של אלע שקרים וואס זיי פארקויפען.
נישט א "חברה" זענען אהין געגאנגען, "איינער" א"ט איז טאקע אהין געגאנגען, און ער זוכט שוין לאנג אהין צו גיין, עס איז נישט קיין סוד, יעדער ווייסט דאס.
ווי איז געווען פאליציי? איך בין געווען און נישט געזעהן, אפשר בין איך בלינד??
איין זאך יא, די חברה האבען געמאכט א בזיון המת שאין כדוגמתו, "זיי" האבען אים מבזה געווען, יא "זיי". נישט אונז.
און ווען די רב קומט אראפ, דארף מען נישט זיין קיין גרויסער חכם צו פארשטיין די קולות וברקים וואס די ברי יונים וואס ער איז דארט מחנך וואלטען אויף אים געשריגען, די קינדער פין דעם נפטר האבען אים זיכער נישט געוואלט האבען דארט. איז אלזא פארוואס זאל ער אראפקומען?
און יא ר' באטשי, צו די האסט עס ליב צו נישט, ער האט זיך אנגעטיילט פין באבוב, און ער האט פארשטאנען אז דאס מיינט אויף געבען זיין מלומדות, ווייל די רשעים דארט האבען אים נישט געוואלט אריין נעמן (כידוע אז זיי האבען אים נישט געוואלט אננעמען אויף'ן זומער), מיינט נישט אז ער איז געבליבען ביי אונז א מלמד,
זאלען זיי אדורך פארען זייער מוסד נישט אונזערס, די גייסט? איז גיי, און ווער נעלם, קענסט אפילו מיט נעמען א"ט, קיינער וויינט נישט, נישט אויף דיר ר' בערעל און נישט אויף א"ט.
תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 21/10/2005 19:04:03
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2005 09:56 |
|
| |
שאלה: וואס איז די חילוק צווישן א שוויגער און א שלאנג?
תשובה: נישטא קיין חילוק.
שאלה: וואס איז די נפק"מ צווישן באראפארקער און אויסשווארץ?
תשובה: ביידע ברענגען דאס בעסטע ארויס ווער זייערע מנהיגים זענען.
ובעקיפין, מאכען זיי א געלונגענע ארבעט פאר זייער צד שכנגד, בחינם, אין כסף.
Keep up the good work!
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2005 16:00 |
|
| |
אידיש קינד איך האב נישט וואס צוצלייגען אויף דיינע רייד,
מיינע חברים און 48 וואס זאנען היינט רב"צ חסידים זאגען מיר אז זיי דרייען זאך אין בהימ"ד ווי א SHAHDOW זיי ווייסען נישט וואס דער מארגען בריינגט, וואן די הויכע קעאפ וועלען זיי אונקוגיען קרום, און חלילה אויב עפעס וואט ביי זיי געשען וועט מען נישט לאזאן זיי באגרובען כדרך בני אדם,
און דעס איז מענטשען וואס האבען SUPPORT FULLY ר' ב"צ
נאך איין ליגענט פון בארא פארקער אחד מין רבים
נאר ר' איטשע אז אוועק וועגען די מעשה נבלה, סי איז אוועק 13 שיינע יודן FOR SURE און גלייבטץ מיר הלואי ווען די חילול צואת המת וואלעט קיינמעל נישט גישען
תוקן על ידי - allnewspic - 21/10/2005 17:04:43
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2005 17:49 |
|
| |
דרייצען שיינע אידען????
קעה"ר.
איך האב געמיינט אז אלע שיינע אידען זענען שוין לכתחלה געגאנגען צו ענק.
און א"ט איז דארט סך הכל געקומען צום טיש. איך גלייב אז ער גייט נישט דארט בלייבען, ווייל ער האט נישט מיט וועם.
גל עיני,
ווי איז די הזמנה לדין תורה?
געדענקסט נאך? ביסט שולדיג אן אלטע חוב. (אולי האלטס די אז מען ברויך נישט באצאלען קיין חובות, ווי מען האט ביי ענק מקבל געווען?)
ר' אידיש קינד.
איך מוז דיך זאגען, אונז שעמען זיך אהן א שיעור פין זיך אליין.
דערווייל זענען אונז פארנומען מיט איבער פינעף הונדרעט געסט, ווי זיי צו פלאצירען, און אין 45 איז מען ביזי צו ר' בערעל האט באקומען א פלאץ לפי כבודו, ולפי רוב בניו.
א מענטש וואס האט נישט קיין שכל, נאר צו מאכען אז ביי זיין אייגענע לוי' זאל זיין א פאליטיק און מחלוקת, קומט זיך נישט קיין שום רחמנות.
ממילא האב איך מחליט געווען אין די נאנטע טעג, צו שרייבען א לעבענס בייאגראפיע, פין דאס לעבען פין ר' בערעל, ווי אזוי עס האט אויסגעזעהן ביי אים אין די קלאס, ביי אים אין שטוב, וכו' וכו'. צ.ב.ש. וואס מען האט גערעדט ביי זיינע שבת'דיגע סעודות. איך האב ב"ה ערשט קלאסיקע אינפארמאציע.
איך וואלט געווענליך נישט געשריבען זיין התנהגות, נאר עס איז דאך נוגע למעשה, צו זיין פלאץ איז בכבוד'יג אדער נישט.
טאמער איינער האלט אז עס איז בעסער נישט צו שרייבען דעם התנהגות פין דעם נפטר, זאל ער דא שרייבען, און איך וועל עס שוקל זיין.
תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 21/10/2005 19:05:53
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2005 18:05 |
|
| |
אדרבה שרייב יא
מאך נישט קיין חכמות ווי די האסט געמאכט ווען די האסט געזאגט אז די גייסט שרייבען פון א"ג אין שפעטער האסטו ארויסגעבעקט ווי א טשיקען ווייל די האסט מורא געהאט אז עס זאל ארויסקומען דיין רעבע'ס היסטאריע.
אגב פאר ווער עס ווייסט נישט פארוואס באראפארקער איז אזוי פארווייטיגט, זיין טאטע איז אליין א חסיד אין 45.
תוקן על ידי - רחובחגי - 21/10/2005 18:36:51
תוקן על ידי - allnewspic - 23/10/2005 2:56:27
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2005 21:44 |
|
| |
כבוד באראפארק
אפשר ביסט מסביר פאר ר' ב"צ חסידים בראשות משפחת א' וואס האבן געהט נעכטען אן EMERGENCY מיטונג צו סטאפען ר' ב"צ אנשי הבית פון גיין און א זלעכא שלעכטע וועגען,
אז ר' ב"צ איז גער גערעכט, ער האט גערנישט גיטען, און משפחת המת האט מבזה געוען די מת.
|
|
|
|
|