| נשלח ב-27/10/2005 20:53 |
|
| |
~~= {{ חידות }} = ~~
לויט'ן קעפעל קענט אליינס פארשטיין וואס די אשכול איז געאייניגט פאר.
לכתחילה איז דער וואס ענפערט א חידה זאל האבען גרייט א פרישע כדי ס'זאל זיך נישט אפשטעלען.
בשום פנים ואופן נישט אריינמישען קיין פאליטיק דא
ס'איז דא גענוג אשכולות פאר דעם. און טאמער נישט קען מען עפענען נאך אפאר.
(טאמער ס'איז שוין דא אזא אשכול ערגעץ ווי זאל איינער מוחל זיין און עס ארויפברענגען.)
|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2005 20:55 |
|
| |
די ערשטע חידה,
ווער איז געווען די גרעסטע רוצח אין די היסטארי?

|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2005 20:59 |
|
| |
לערנסט שוין חומש?
ביז שני, אדער ביז אויס?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2005 21:04 |
|
| |
א גוטען ראביי הערמיך,
ווילט איר אויסלערנען חומש? נא פראבלעם.
נאר איך בעט אייך עפענט אן אנדערען אשכול פאר דעם,
דער אשכול איז געאייניגט פאר יונגעלעך פון כתה ג' אין העכער...

|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2005 21:12 |
|
| |
אז דו פרעגסט דאס פונקט אין פרשת בראשית, קען איך זיך פארשטעלן אז דו רעדסט פון קין, וועלכער האט אויסגע'הרג'ט א פערטל וועלט.
אז מ'רעדט שוין פון קין און הבל;
ווי אלט איז הבל געווען ווען ער איז גע'הרג'ט געווארן?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2005 22:11 |
|
| |
לויט ווי איך האב פארשטאנען ס"ה איין יאר.
מקור- מקץ ימים. שנולדו. שנה תמימה נקראת "ימים", (פירוש החזקוני)
נעקסט חידה (זייער א באקאנטע אבער בעסער ווי גארנישט)
סוף סוף תחילת שמו, תחילת סוף סוף שמו, ואח"כ בא נח אל התיבה...
מה שמו?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2005 22:34 |
|
| |
פנחס
און יעצט א נייע וואס מען האט שוין אסאך דעבאטירט אבער איך האב נאך נישט קיין תירוץ
וואס זאגט מען מער מאל אין יאר מוריד הגשם אדער מוריד הטל?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2005 22:41 |
|
| |
אויוון אויף קוקט אויס אין א געווענליכע יאר מוריד הטל, און אן עיבור יאר, מוריד הגשם,
בין איך גערעכט?
קען זיין ס'ווענדט זיך אויך אין וואספארא יאר אונעם מחזיר?
נע, קען נישט זיין, ווייל אפי' ביי א שנה שלימה איז סך הכל דער חילוק נאר 1 טאג, ווידער דער חילוק צווישן דעם ערשטן טאג פסח וואס איז דעם 15טער אין חודש מיט שמ"ע וואס איז דער 22סטער איז 7 טאג,
בין איך גערעכט?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2005 22:43 |
|
| |
ווער איז דאס "פנחס"?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2005 22:46 |
|
| |
ווייל דער לעצטער אות פון די ווארט "סוף" איז א "פ", דער ערשטער איז א "ס", יעצט שטעל אריין די ווארט "נח" צווישן די "פ" אין די "ס" ווערט עס "פנחס"
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2005 22:47 |
|
| |
חוץ אויב די רעדסט פון ראש השנה ביז ראש השנה...
רעדסטו פון דעם?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2005 22:59 |
|
| |
דער ענטפער אויף מיין שאלה פון הבל:
זעה אין סדר הדורות (אלף הראשון) שכתב וז"ל: הבל חי נ' יום (בראשית רבה פרק כ"ב), וכתב היפה תואר כי טעות סופר הוא, ר"ל לדעת מאן דאמר שהיה קיים עד חנוכה היה יותר מנ' יום, ונ"ל שצ"ל צ' יום כו'. ובאברבנאל בראשית ובמכלל יופי בראשית דף ל"ו בשם יוסיפון שהיה בן ק' שנה כשנהרג, וראב"ע כתב ויהי מקץ ימים שנה, ובתנחומא קין היה בן מאה שנה כשהרג את הבל.
איך האב נישט יעצט א נייע חידה אויפן מאמענט, ואתכם הסליחה.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2005 16:37 |
|
| |
ווען זאגט מען דריי מאל לעילא
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2005 16:48 |
|
| |
אלול ווען מען זאגט בטעות לעילה איו יעדער שרייט זאגט מען שנעל נאכאמאל לעילא ולעילא
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2005 17:25 |
|
| |
קושקע
איך געדענק אין די צייטונג איז געווען אמאהל א לענגערע "פלפול" וועגען דעם.
לאמיר מאכען דעם חשבון.
אין א שנה פשוטה.
מוריד הגשם. מען הייבט אהן שמיני עצרת ביי מוסף שטילע שמו"ע.
לאמיר רעכענען די חדשים, חשון כסלו טבת שבט אדר,
29
30
29
30
29
* 3
= 441
רעכען צו אזוי,
14 טעג פין ניסן, איז 42 מיט דריי תפילות פין ערשטען טאג פסח (שטילע פין מוסף זאגט מען נאך מוריד הטל) איז 45
האלט מיט 486.
רעכען צו זיבען טאג חנוכה וואס מען דאווענט מוסף (איין טאג איז שבת),
האלט מען 493.
רעכען צו פין תשרי זיבען טעג, איז 21, מיט פינעף פין שמ"ע שמח"ת איז 26
האלט מען 519.
מוספים פין שבתים אין ר"ח וועלען מיר נישט רעכענען ווייל זיי זענען אייניג ביי ביידע.
ווידער מוריד הטל
הייב אהן מיט 441 פין פינעף חדשים.
רעכען צו אכט טעג פסח מאהל 4 איז 32 נעם אראפ דריי פין די ערשטע טאג איז דרייסיג, האלט מען 471
רעכען צו אכט טעג נאך פסח מאהל דריי איז 32 האלט מען 503
רעכען צו 14 טעג פין תשרי מאל דריי איז 42
האלט מען 545
רעכען צו צוויי פין ראש השנה און צוויי פין יו"כ (נעילה) איז 549
רעכען צו זיבען פין סוכות מאהל פיר (מוספים) 28 האלט מען 577
נאך צוויי פין שמנ"ע האלט מען 579.
דער געווינען איז מוריד הטל. אבער אין א איבער יאר קומט צו ניינציג צו מוריד הגשם, דעמאלס איז ער דער געווינער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2005 17:26 |
|
| |
תיקון טעות (איך האף דאס איז די איינציגסטע) עיבור יאר.
|
|
|
|
|