בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מכות אין וויענער בית המדרש - שבת בראשית

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/10/2005 01:38 לינק ישיר 
מכות אין וויענער בית המדרש - שבת בראשית

ווידער איז געגאנגען קלעפ אין א חסידישער בית המדרש בעצם שבת קודש - שבת בראשית. אין וויענער בית המדרש האט מ.ר., פין די גרויסע באוויסטע לוחמים קעגן די עירוב, חושד געוועהן א צווייטען אינגערמאן אז ער האט עם באהאלטן דער שטריימעל אין טלית. דער אינגערמאן האט דאס געלייקנט. מ.ר. האט געוואלט דעם אינגערמאן חונק זיין. דער אינגערמאן האט א כאפ געטאהן א גלאזערנעם באטעל אין געהאקט מ.ר. אין קאפ דריי מאל ביז די באטעל האט זיך ציהאקט איבער זיין קאפ אויף שטיקער.

מען האט געריפען הצלה, אין מ.ר. איז אריין געפירט געווארן איז שפיטאל מיט ביטערע וואנדען.

ווער עס האט מער פרטים איבער די געשעעניש זאל ביטע מעלדן.

תוקן על ידי - Kutchma - 30/10/2005 1:46:40



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2005 16:44 לינק ישיר 

די ארונים קעגן איבער האבן זיך געווייקט אין די ווינע מקוה האבן זעט אויס איבערגעלאזט א השפעה...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2005 16:47 לינק ישיר 

פאר אלע די וואס האלטען באמת אז די עירוב איז אסור -
וועלכע איז א גרעסערע עבירה טראגען מיטן עירוב אדער שלאגען א יוד ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/10/2005 16:56 לינק ישיר 

וואס פאר א שאלה איז דאס? זיכער איז טראגן מיטן עירוב פיל הארבער. דאס טוט דאך מהרס זיין די גאנצע שליטה פון סאטמאר אין וויליאמסבורג און וואס קען דען זיין ארגער ווי דעם?

און באמת ווען די די וויליאמסבורגע באהערדע וואלטן געהאט שכל גלייך ביים אנהויב וואלטן זיי אנגענומען דעם צוגאנג וואס ר' אהרן האט געבעטן פון זיינע שטיצער אז סאטמאר טראגט נישט אבער מען קען נישט שרייען אויף א איד וואס האלט אנדערש ווי דיר, ובפרט ווען ער האט גאר ערנסטע תלמידי חכמים אויף וועם זיך צו פארלאזן.

און אזא איד ווי מר גרינבוים וואס אים גייט ממש בנפשו דער ענין ברויך ווי אמשנעלסטן זען א גוטן דאקטאר (ערנסט גערעדט) ווייל דאס קען אים נאך צוגרינד לייגן.

דאס איז אויסער דעם וואס איך זע נישט וואס ער טוט אויף אז א גאנצע כאפטע קלויזנבורגע, פאפאנע, וויזניצע, און נאך לויפן אים נאך מיט די שטריימלעך און טלתים אין די האנט, וואס טייטש אז ער איז גאר דער גורם דערצו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2005 17:50 לינק ישיר 

כמו טערקיש דיפלאמאט

מען דארף פרעגן פארן דער אינגערמאן האט א כאפ געטאהן א גלאזערנעם באטעל אין געהאקט מ.ר. אין קאפ דריי מאל ביז די באטעל האט זיך ציהאקט איבער זיין קאפ אויף שטיקער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2005 17:56 לינק ישיר 

א גיט מארגן משה'לה. איך ווייס נישט אויב די קענסט דער מ.ר. ער האט אבער א היסטאריע פין זיך באניצן מיט "ווייעלענס." ער איז ראוי געוועהן צו הארגענען דעם וויענער אינגערמאן. איך קען דאך עם. אין אינזער תורה שטייט "הבא להרגך השכם להרגו." לדעתי האט ער געהאט א דין פין א רודף בו בזמן ווען ער האט דעם אינגערמאן פראבירט חונק צו זיין.

בלייבט די פראגע בתקפו, איז טראגן מיט די כשר'סטע עירוב וואס איז נאר אמאל געבויט געווארן (לפי עידות רבנים המכשירים, (יא איך ווייס אז די קענסט דאס נישט ליינען, עס טיט דאך אזוי וויי) אזוי הארב ווי רציחה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2005 18:02 לינק ישיר 

וואס זענען פונקטליך דיינע צדדי השאלה.

צו מען מעג בכלל שלאגן?

אדער וואס איז ערגער מחלל שבת זיין אדער שלאגן?

אדער אזוי ווי דו ווילסט אוועקשטעלן שלאגן, אדער טראגן מיט א כשר'ן עירוב עפ"י הלכה?

אדער אפשר אויף וואס מען דארף ענדערשער מוחה זיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2005 18:14 לינק ישיר 

ווי איז די מעשה געווען, אין ווס"מב אדער ב"פ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2005 18:19 לינק ישיר 

מיין שאלה איז פשוט. די ביסט אוודאי מודה אז די גרעסטע רבנים פין שטאט זענען מתיר די עירוב. פארוואס איך רוף זיי די גרעסטע, ווייל אפילו די סטמר'ע רבנים ווען קענען זיי זיך נישט קיין עצה געבן מיט הלכה לויפן זיי צום מתיר העירוב. אפשר זייט ער האט מתיר געוועהן די עירוב נישט, אבער ביז דאן יא. לייקען נישט, עס איז א פאקט. וויל איך וויסן, זענען אויך דא רבנים אפילו סטמא'רע רבנים וואס האלטן אז מ'מעג הייבן הענט אויף א צווייטען.

איך האף אז די האסט נעמן פין דיינים וואס געבן ענק, סיי סטמאר'ע אין סיי לוחמי העירוב, א היתר צו טיילן מכות, ווייל אז נישט צו וואס דארפן ענק א בית דין מיט דיינים וכו' וכו', מען הארכט דאך ממילא נישט צו זייער רייד.

איך ערווארט נישט קיין קלארע תשובה. איך שטעל דיר שוין סייווי אויף דיין חזקה, דערפאר דארפסטו זיך נישט איבער ארבעטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2005 18:27 לינק ישיר 

משהלע

איך וועל דיר טרייען מסביר צו זיין

די שאלה איז צו מעהאט געמעגט נעמען א באטל פון בראנפן וואס האט מסתם געהאט הרהקוה"ט הלל וויינבערגער'ס הכשר ושמו הקדוש אין מיט דעם להכות בקוקדו פון איינעם וואס איז מוחה קעגן עירוב,

און צו דיר קוטשמע, צו מיש נישט משהלען מיט חניקה, יעצט איז געוועהן שבת בראשית וואו קומט אריין חניקה, ממש ווי א יוון אין די סוכה אריין.

משהלע

דא האסטו גאנצע פיהר געזונטע נושאים

מכות
מחאה
מ.ר.
וויען

לאמיר זעהן ווי לאנג סוועט נעמען ביז דו וועסט פארפאהרן קיין קאלאשזוואר אדער סאטו מארע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2005 18:33 לינק ישיר 

נו רבותי! איך האב נישט געמיינט ארויפצוברענגען אזא מחלוקת אין ממש געציילטע מינוט, השם ירחם!
בסך הכל אן הערה בעלמא אז מ'זאל נישט ארויסגיין פון פראפארציע...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/10/2005 18:55 לינק ישיר 

כמוטערק

קומסט מיר אויס ווי דער בית יוסף אליין

מזאגט נאך בשמו אז ער זאגט אויך:

וואס מאהט מען אזא טומעל און מחלוקת, איל האב ס"ה געפרעגט וועגן דעם נס פון די אכטע נאכט, איך צו שוין צוריק פון מיין קשיא.

כך שמעתי מפי עד שמועה בחזיון הלילה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2005 19:18 לינק ישיר 

דאס איז קלאר אז יענער וואלט נישט ארויס לעבעדיג פונעם חניקה וואס ער נעמט נישט די שריט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2005 21:27 לינק ישיר 

קוטשמע הייבט אן דעם ארטיקל: שוין ווייטער זיך געשלאגן אין א חסידיש ביהמ"ד.
געוויס. מוז זיין אז וויעעען איז שוין א ריכטיגע חסעידות, ווייל ווי איז דען מעגליך אז א יעקע אשכנז זאל הייבן הענט, און נאך מיט אזא פראפעסיאנאלן אופן ברעכנדיג א באטל אויף יענעם'ס קאפ. זעער שעהן, זעער שעהן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/10/2005 22:26 לינק ישיר 

צוזאמען מיט זיין טראנספארמאציע פון איבערדרייען א אלטע יעקישע קהילה, האט דער ווינער רב שליט"א אדאפטירט חסידישע שלעגעריי...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2005 22:29 לינק ישיר 

וואס איז די איסור צו שלאגען א מילאך קעסטעל?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מכות אין וויענער בית המדרש - שבת בראשית
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext