בית פורומים באבוב

ווער דארף און ווער קען?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/10/2005 07:57 לינק ישיר 
ווער דארף און ווער קען?

מען זאגט נאך בשם אחד הצדיקים (כמדומני דער אפטער רב זי"ע) אז ווען ער וואלט געקענט וואלט ער מבטל געוועהן אלע תעניתים, חוץ פון יו"כ און ת"ב - ווייל יו"כ ווער דארף דען עסן און ת"ב ווער קען דען עסן.

זייענדיג אין אמעריקע בצל קדשו פון רבינו שליט"א האב איך געהאט די זעלבע הרגשה. ווען איך בין אריין צום ערשטן מאל אין די צייטווייליגע באבוב'ער ביהמ"ד אויף די 45ציגסטער גאס און געזעהן א ריזיגע חסידישע עולם.
ווען איך בין אריין אל הקודש פנימה מיט א קוויטעל און געזעהן דעם לעכטיגען צורה פון רבינו שליט"א וואס האט מיר אזוי ווארעם אויפגענומען.
ווען איך האב געזעהן א ריזיגע און שיינע סוכה געפאקט מפה אל פה מיט מענטשען.
ווען איך האב געהערט דעם אאמיר אותך סלה און זיך דערמאנט די אלטע צייטען.
ווען איך האב געהערט אזעלכע לעכטיגע תורות און שמועסן, מיט אזויפיהל געגועים לאבינו שבשמים.
ווען איך האב געזעהן די הערליכע נענועים ממש ווי דער מהר"ש פלעגט מאכען.
ווען איך בין געקומען צו די שמחת בית השואבה טישען און געהערט די ווארעמע ניגונים געשפילט אויף פידלעך דורך היימישע יונגערלייט און בחורים און רבינו שליט"א ברומט מיט.
ווען איך האב צוגעקוקט צו די שיינע הקפות שמ"ע, בבחינת מי שלא ראה שמחה זו, ווי רבינו טאנצט בהתלהבות ובחביבות מיטען תורה (אלץ אפטער קאלעגע).
ועל כולם, דער שפיץ פונעם יו"ט, שמח"ת ביינאכט ווען רבינו האט געזינגען אומר שירה און דערנאך געפראוועט הקפות בהשתתפות כ1300 מענטשען (אין די ליידעגסטע צייט), אז איך האב בכלל פארגעסן אז עס איז פארהאן נאך איינער וואס רופט זיך באבוב.
ווען איך האב געפילט אזא התרוממות און ממש די ווענט האבען מיטגעטאנצט.
ווען איך דערמאן מיר דאס אלעס קומט מיר נאר איין זאך אויפען געדאנק:

ווער דארף דען רעדן!

איך קען שוין באשטיין אז ב"צ זאל האבען אן עולם. איך פארגין איהם אז מענטשען זאלען זיין פארגלייבט אין איהם. עס ארט מיר נישט אז ער איז אליין פארגלייבט אין זיך.

ביי אונז איז דאך אזוי לעכטיג זאל א צווייטע אויך זיין צופרידען!

און יעצט די צווייטע האלב מימרא:
זייענדיג אין אמעריקא בין איך געגאנגען אין שפיטאל באזוכען און דערפרייען קראנקע קינדער און בחורים ה"י. שוין כמה פעמים וואס איך האב געהאט דער זכיה ארומצוגיין פאר 'מקימי' בראשות האברך החשוב ר' שמשון העסקעל נ"י.

זעהנדיג יונגע קינדערלעך און בחורים ליגען נעבעך מיטן שווערע מחלה ר"ל.
זעהנדיג טאטעס און מאמעס צובראכען כחרס הנשבר און הערן נישט אויף צו וויינען און איינרייסען הימלען אז זייער קינד זאל האבען א רפו"ש.
אז איבער שמח"ת זענען געוועהן 4 יונגע שעפעלעך אין 'מעמאריעל' שפיטאל אין מענהעטען (איין 4 יעריג קינד איז אריין אינמיטען יו"ט).
אז שטובער ווערן אינגאנצען איבערגעדרייט און פארכמארעט.
אז דער זמן שמחתינו ווערט נהפך ליגון ואנחה מיטן זארג פון העתיד לבוא (ווער רעדט נאך אז א יונג מיידעל מאנ"ש איז נעבעך אוועק אין יו"ט).
ווען איך דערמאן מיר דאס אלעס קומט מיר אויפען געדאנק

ווער קען דען רעדן

די 45-48 שטותים איז גארנישט אזוי וויכטיג קעגן די זאכען. דארט אין שפיטאל איז נישט דא קיין 45-48, קיין אהרן-זלמן לייב וכו' וכו'. דארט איז נאר דא איין פראגע לחיים אדער ח"ו.

ע"כ אז סיי עס פעלט נישט אויס צו שרייבען ווייל איך בין ב"ה אזוי צופרידען פון דעם מצב, און סיי עס לאזט זיך נישט שרייבען קיין שלעכטס (זאל עס זיין א זכות פאר די צאן קדשים) וועל איך דא בלייבען שטיין.

א גוט וואך און א גוט יאר, מען זאל האבען געפועל'ט אלעס גוטס.

תוקן על ידי - A_Jew - 30/10/2005 8:00:28



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/11/2005 23:02 לינק ישיר 

טעות לעולם חוזר.

דער ארגעניזאציע 'מקימי' ווערט אנגעפירט דורך הרב שמשון העסקעל נ"י צוזאמען מיט האברך החשוב הרב שלמה רייכבערג נ"י. ישלם ה' פעלם ותהא משכורתם שלימה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2005 02:28 לינק ישיר 

גוט געזאגט. אפשר איז דאס אויך די סיבה פארוואס די ציונים הערן נישט אויף שעלטען. ווייל זיי זענען נישט צופרידען פון זייערע שפילער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > ווער דארף און ווער קען?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext