נייע בילדינג פאר סאטמאר ישיבה אין ירושלם
אזוי ווי עס זיך מרבה די ספסלא דבי מדרשא אין די גרויסע בארימטע סאטמערער ישיבה אין ירושלים, וואס ווערט אנגעפירט דורך הגאון הצדיק המפורסם רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א, בנו הגדול פון הגאון הצדיק אבדק"ק סאטמאר שליט"א, און עס איז כבר יצא שמו לתהלה און איז ברייט באקאנט אלס איינע פון די בעסטע ישיבות אין ירושלים עיה"ק.
איז געמאלדן געווארן מטעם הנהלת הישיבה אז אי"ה אויפן קטמענדיגן זמן, וואס הייבט זיך אן דעם קומענדיגן ר"ח חשוון, וועט זיך די ישיבה אריבערציעהן אין א נייעם בילדינג, אין די מאה שערים געגנט, לרווחת תלמידי הישיבה.
|
|