| נשלח ב-31/10/2005 15:49 |
|
| |
עניני חינוך
אין אזא פלאץ ווי עס דרייען זיך ארום פילע אידן על ספסלי היידפארק איז זיכער א גוט מקום אוואו דורכצושמועסן עניני חינוך, צי עצה אדער הדרכה אדער סתם א גוטע נקודה וואס קען זיין לתועלת פונעם עולם.
ווי יעדע טאטע בין איך אינטערעסירט און שטענדיג גרייט צו הערן הדרכה וואס עס קען אלס בעסער מאכן אין די חינוך פון מיינע קינדער. אונזער דור איז בכלל געבענטשט געווארן מיט א אומגעהויערע שפע פון דרשות און קונטרסים וספרים אין דעם נושא. און כאטש וואס דאס קען מאכן אמאל א צומישעניש אין דעם גאנצן עסק אין חינוך, ווייל נישט יעדער וואס האט א גוט מויל אדער האט א געשליפן פעדער איז געאייגנט צו זאגן זיין דעת העני', און וויפיל מאל שרייבט דער אזוי, קומט דער וועלט באוויסטער רעדנער און מיט א געלעכטער מאכט ער דאס אוועק ווייל זיין מצומצם'דיגער מח האט אזוי באשלאסן. פארט איז גוט אז מען זאל הערן און זוכן וואס מען קען טאן אין אזא שווערע וועלט ווען די דרויסענדיגע גאס איז שטענדיג גרייט און זוכט איינצושלינגען אוזערע נשמה'לעך, מוזן מיר שטיין גרייט און אכטונג געבן וואס מיר טוען און אפילו וואס מיר רעדן און וויאזוי מיר רעדן, און ווי נישט ווי זענען די דרשות מער אויפטו ווי פארקערט.
נאך איידער איינער וועט פון דא וועלן זיך אויסלערנען א וועג אין חינוך, מוזן מיר קלאר שטעלן דעם ערשטן און וויכטיגסטן כלל אין חינוך: אין חינוך איז ווייניג מאל דא כללים. יעדער מענטש איז אן עולם מלא, און בפרט קינדער. ווי דער פסוק זאגט, על פי דרכו, יעדער האט זיך זיין אייגן גאנג וואס פאר אים וועט דאס זיין די בעסטע. מען קען הערן, זיך דורכשמועסן און זיך אפילו דינגען איבער געוויסע פונקטן, און דאס איז אלס להלכה, למעשה מוז מען נוצן דעם אייגן קעפל און דן זיין יעדעס קינד באזונדער ווי אים צו מחנך זיין.
אויך בעט איך אז דא זאל מען נישט מישן קיינע פאליטיק ווייל דאס וועט אוועקפירן דעם ציל פונעם אשכול וואס איז זיך צונויפרעדן אין חינוך און נישט איבער די בתי חינוך...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 15:53 |
|
| |
זייער גוט,
ערשטע קשיא, א קינד וואס וויל נישט דאווענן, ער זאגט "איך האב נישט קיין געדולד" דארף מען צווינגן?
(דער טאטע דאווענט ערליך אויפן פלאץ)
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 16:16 |
|
| |
אז דער טאטע דאווענט פיין איז דאס די בעסטע חינוך, און דער זון וועט שפעטער נאכמאכן דעם טאטן. אבער עס לוינט נישט צו צווינגען, דאס הייסט, שטיין מיט א שטעקן און אים דרוקן צו דאווענען, אבער מען דארף אים אויסלערנען די שיינקייט פונעם דאווענען און ער זאל דאווענען לויט זיינע יכולות.
געדולד איז אויך א פראבלעם פאר ערוואקסענע און עס איז נישט קיין גוטע תירוץ... אבער מער וועגן דעם אן אנדערס מאל
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 18:20 |
|
| |
מיין אינגעל פון דריי יאר אלט פירט זיך כסדר תשובה צו טוהן,
ער גייט נאמאר טשעפענען זיין אינגערע ברודער
ער גייט נאמאר ארויסקומען פון בעט
ער גייט פאלגן טאטי און מאמי ביים ערשטן מאל הייסן
ער גייט זיך נאמאר שלאגן מיט די קוזינס ביי זיידי, נאמאר שלאגן שלומי נאמאר אוועקנעמן די טוי פון פריידי וכו' וכו'
וואס קען איך טוהן אז עס זאל אנהאלטן לענגער פון תענית אסתר ביז פורים
ער איז א אינגעל וואס האט געווענליך נישט ליב אהבה, חוץ אין געוויסע זמנים וואס איך קען נישט וואוסן פארדעם, אנדערש פון זיינע ברודער וואס גייען אויס פאר א שמייכל און פאר א קוש
בקיצור מה עלי לעשות
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 19:16 |
|
| |
ווי אזוי לערנט מען אויס פאר א קליין קינד די שיינהייט פון תפילה?
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 19:54 |
|
| |
איך האב לעצטענס אנגעהויבן זאגן פאר מיין זון, "די דאווענסט נישט פאר מיר, די דאווענסט פאר דיך אליינס, אז די וועסט בעטן א גוט לעבן וועסטו האבן"!!!
וואס זאגט עטץ צו דעם קלער???
איך טראכט אז ער קען מיך אויך זאגן, אלעס איז גוט פאר מיר, איך דארף גארנישט עקסטרע בעטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 20:12 |
|
| |
גיב איהם איין טאג נישט עפעס און ער וועט עס באקומען נאר אז ער דאוונט גוט, אפשר דאס וועט העלפן אויב ער וועט דיר עס פרעגן, אויב נישט איז עס א מוראדיגע מאוו
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 20:36 |
|
| |
דאס איז זיכער אז חינוך הבנים והבנות איז זייער שווער בנות איז נאך שווערער און דאס איז זיכער אז מען קען נישט אליינס פסקענען מען דארף פרעגען א דעת תורה איך בין זיכער אז צעווישען די אלע תורה טעיפס רעדט מען פון דעם זיכער אויך.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 23:19 |
|
| |
התאחדות
א קינד ראט אין טאטן
וויפיל מאל האסטו שוין געמאכט קבלות און עס האט אנגעהאלטן פון קול מבשר ביז קלאפן די הושענות?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2005 01:51 |
|
| |
שיר נישט פארגעסן הרב בענדיקט16 שלו' -איך פיר זיך געווענדליך צו אויסצורופן צו וועם איך רעדט
בדרך אגב איך פיר זיך נישט צו מאכן קבלות אויף שפעטער.
וואס איך בין מיר מקבל טוה איך אויפן פלאץ
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2005 04:01 |
|
| |
פארוואס איז חינוך הבנות שווערער?
תוקן על ידי - רבי_יענקל - 01/11/2005 4:01:21
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2005 04:04 |
|
| |
וואס מיינט "נאמאר"?

|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2005 23:33 |
|
| |
צבי דאס מיינט no more
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 00:15 |
|
| |
מציאות טייערער
ווי אלט איז געוועהן דער טאטע ווען ער האט אנגעפאנגען צו דאווענען געהעריג?
טאמער איז ער נאך געוועהן א קינד - האט ער נישט געדאוונט נאר סתם געבאבלט. א נארמאל קינד פארשטייט נישט וואס דאווענען מיינט.
עס נעמט א לאנגע צייט ביז מען פארשטייט וואס באמת סהייסט דאווענען,
וויאזוי ווילסטו א קינד זאל דאס פארשטיין? דו ווילסט ער זאל סתם מאכן ווי א פאפעגיי?
איך מיין אז דער חינוך פון קינדער בנוגע דאווענען צו לערנען דעם קינד:
1) שטיין אויפן פלאץ אין זאגן די ווערטער
2) נישט רעדן אינמיטן דאווענען
3) אויסלערנען אין - פאר הערן - פירוש המילות
4) מסביר זיין דעהם קינד וואס דאווענען מיינט פאר א איד (טאמער דער טאטע ווייסט...)
5) אויסלערנען א קינד וואס פאר א נחת רוח דער בוכ"ע האט ווען א איד דאווענט (כנ"ל...)
6) ווייזען א פערזענליכן מוסטער
7) האחרון וזה העיקר, דער טאטע זאל נישט שמועסן ביים דאווענען אין לייענען.
ואם כל אלה יעשה לה, האט דער טאטע געטוהן וואס ער קען, און ווען דאס קינד וועט קומען צום שכל וועט ער דאווענען לפי הבנתו
הצלחה.
תוקן על ידי - baachi - 02/11/2005 0:17:23
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 00:28 |
|
| |
באטשי תודה
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 01:02 |
|
| |
איך וויל אויסשמועסן אן אנדערע חינוך נושא, און נישט דוקא וואס האט א שייכות צו אידישקייט נאר ענדערש צו פסיכילאגיע,
א פיצל קינד ווען ער הייבט אן צו רעדן, הייבט ער נישט אן גראד ארויסצוזאגן גאנצע ווערטער, למשל "פלייש", וועט ער זאגן "לייש", אדער "שלאפן", "לאפן",
יעצט איז די חקירה אזוי:
פארוואס זאגט נישט דאס קינד דאס גאנצע ווארט? איז עס ווייל ער הערט נישט גוט, און ווען איך זאג "פלייש", הערט ער "לייש", און דאס קינד זאגט פונקטליך וואס ער הערט, אדער אפשר הערט יא דאס קינד די גאנצע ווארט, נאר ער האט פשוט נישט די כשרונות עס ארויסצוזאגן במילאו, זאגט ער "לייש", אבער למעשה וויל ער זאגן "פלייש".
למאי נפק"מ? ווייל עלטערן האבן א נאטור צו רעדן צום קינד די זעלבע ווי אזוי דאס קינד רעדט, למשל, די מאמע זאגט: "משה'לע וויל עסן לייייייייש????", "לאה'לע גייט מאכן א לאָָאָאָאָאָאָאָָפִּי?????"
דאס איז א גרויסע טעות! ווייל דער אמת איז אז דאס קינד הערט "יא" דאס גאנצע ווארט, די עלטערן רעדן זיך איין אז דאס קינד פארשטייט אזוי בעסער ווייל אזוי רעדט דאס קינד, אבער למעשה ווערט דאס קינד צומישט, ולא עוד, מ'געוואוינט איין דאס קינד צו רעדן האלבע ווערטער,
איך רעד צו מיינע קינדער, און אזוי הייס איך מיין מאן, אז ער זאל רעדן גאנצע ווערטער,
מיינע קינדער ווען זיי זענען 2 יאר, רעדן זיי ווי ערוואקסענע, און מענטשען מיינען אז זיי זענען עילוים, אין ס'איז CUTE אויך.
תוקן על ידי - מקוה_איד - 03/11/2005 20:34:50
 |
|
|
|
|
|