די גמרא אין נעכטיגען דף היומי דערציילט אז רב זירא ווער ער איז שוואך געווארען פון לערנען האט ער זיך געזעצט ביי די טיהר פון בית המדרש פון ר' יהודה בר אמי כדי אז ווען די בני ישיבה וועלען ארויסקומען פון בית המדרש וועט ער זיך אויפשטעלען פאר זיי און אזוי מקיים זיין א מצוה און האבען פארדעם שכר.
מיינט איר אז דאס אלץ וואס ער האט געטוען זיך אויפגעטעלט און צוריקגעזעצט, ניין א לערנער קען נישט אויפגעבען און אזוי ווי א בחור'ל איז ארויס געקומען פון בית המדרש האט ער אים געפרעגט וואס ער לערענט און גלייך אריין מיט אים אין ויכוח. עיי"ש עירובין כ"ח ע"ב.
אויך איז לעצטענס נפטר געווארען אן אלטער תלמיד חכם, אויף די עלטער האט אים דער דאקטער געזאגט אז ער מוז זיך מער באוועגען פאר זיין געזונט, האט ער א האלבע שעה אין טאג גפאקט ספרים.
דאס טוט מען מיט ליידיגע צייט.
נשלח ב-3/11/2005 15:03
אן ענליכן גמרא שטייט אין אלטן דף היומי (וואס דו וועסט מסתמא נישט אנקוקען פאר זעקס און א האלב יאר ארום) ברכות כ"ח ע"א, עיין שם.
נשלח ב-3/11/2005 16:45
דאס דארף זיין א סיבה אויף נישט מיטצוהאלטן דעם דף? און וואס איז אז מען וועט עס נישט לערנען אין די נעקסטע זעקס א האלב יאר?
נשלח ב-3/11/2005 17:20
עס דערמאנט מיך פון א מעשה וואס איך האב געזעהן פון סאטמאר רב ר' יהודא גרינוואלד זצ"ל (אדער אין דער הקדמה פון זיין ספר שו"ת אדער עה"ת)
אויף דער עלטער איז ער געוועהן שוואך אין פאר אביסל אפרוה איז ער געזעסין אין הויף פון זיין הויז אין סאטמאר אויף א בענקל.