בענעדיקט
אין די נייע דרוק שוע"ר דעם שטייט נישט שליט"א בנוגע דעם רבי'ן,
נשלח ב-6/11/2005 02:15
וואסא-דיף
איך שרייב שליט"א ווייל ווען איך האב דאס אדורכגעטאן דעם ערשטן מאל איז דאס אמת געווען לכל הדיעות (הגם, שוין דאן פלעגן די 'קנאים' אנדערש אויסטייטשן די ראשי תיבות דערפון...).
און הגם שכבר היה לעולמים, אבער עס באדערט מיר פארוואס די היינטיגע זענען 'קלוגער' ווי זייערע פארגייער וואס האבן נישט איינגעזען פאר נויטיג דאס ארויסצורייסן, הגם אין יענע תקופה איז די חשש פון "אתי לאמשוכי אבתרייהו" בפשטות געווען שטארקער ווי היינט.
צבי
אין די נייע דרוק איז בכלל אריינגעדרוקט די מנהגים פון בית כ"ק אדמו"ר? (איך וויל פשוט איבערקוקען עטליכע אינטערסאנטע מנהגים וואס זענען מיר געפאלן).
נשלח ב-6/11/2005 02:50
בענעדיקט. בחורים פלעגען עס אלע יאהרען רייסען, עלטערע פלעגען זיך אלעמאל סתם נישט קוקען דערין. ס'נישט קיין היינטיגע חידוש.
אגב, אז דו זוכסט דוקא יא זיינע מנהגים גלייב איך אז דו קענסט עס טרעפען אין איינער פון די חבדסקער וועבזייטלעך.
נשלח ב-6/11/2005 03:15
wassa
נישט נאר בחורים נאר בכלל קטני מוחין
נשלח ב-6/11/2005 03:23
בענעדיקט
ס'פאראן מנהגי חב"ד אויך
נשלח ב-6/11/2005 03:31
כ'זאל דיר עפעס נאכקוקען?
נשלח ב-6/11/2005 03:41
צבי
איך בין א קטן מוחין?
פארוואס באליידיגסט דו מיר?
נשלח ב-6/11/2005 03:45
wassa
believe me i didn't mean you
unless דו ביסט אויך פון די רייסערס?
שמעתי על ר' מ.וו. מוויליאמסבורג אז ער האט ליב צו מעקן און רייסען פון ספרים וואס אים געפעלט נישט