ווי עס איז פאר אלעמען באקאנט אז פון הימל באצאלט מען מדה כנגד מדה.
פאר צענדליגער יארן האט מען געוויסט ביי די זינדיגע עלעמענטן אין צפון ברוקלין אפשטאמיגע פון ארץ הגר אז שמחות תורה איז א צייט פון שלאָגען, א צייט פון אנקלאפן די ביינער פאר א צווייטן אידן און אט אזוי האבן זיך די לאפעצן מיט זייער באנקראטירטער חינוך זיך געפירט יעדען יאר.
אלע יארן האבען די זינדיגע לאפעצן און די הארעפאשניקעס זיך געשטעלט אויף די גאסן פון צפון ברוקלין אום שמחות תורה און געווארט אז עס זאלען אדורך גיין שלוחים פון חב"ד אויפן וועג קיין קראון הייטס און אנשטאטס מכבד זיין א פרעמער איד מיט א קאלטען געטראנק קומענדיג פון א לאנגע וועג ניין, ווי נאר די חב"דסקער האבען זיך באוויזעהן אין צפון ברוקלין האט מען געהויבען הענט אויף זיי און מיט די געמיינסטע זידעלרייד זיי דעריאגט פון דארט.
און דאס אלץ ווייל זייער קאפעלהיטש איז פארקנייטשט אויף אַן אנדער אָרט און דאס רעקל איז פארשניטן מיט אן אנדער שניט און האבען אן אנדער מיינונג איבער ישראל.
און די רבנים מאנשי הגר האבען יאמאלט געלערנט די רש"י אין פרשת שמות "עשה עצמו כאלו לא ידע".
אבער דאס יאר און ווי אויך די פארגאנגענע יאר האט מען געזעהן א פארבעסערונג און דעם ענין מען שלאגט שוין ניט די חב"דסקר, אבער ליידער האבען זיי ניט זוכה געווען צו תשובה נאר פון הימעל האט מען זיי באשטראפט מיט מכות חושך אז זיי וויסן ניט ווער איז א חב"דסקר און ווער איז א אפשטאמיגער פון די אנשי הגר און מען שלאגט א יעדען איינעם און טאקע זייער אייגען שול איז געווארן די פראנט.
זארג דיך נישט פאר סאטמאר, סאטמאר איז נישט באגאנגען זעלבסטמארד, סאטמאר איז חי וקים, און סאטמאר וועט אי"ה איבערלעבן די אלע וואס זוכן עס צו צוברעכן מבית ומבחוץ, דעם התורה וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע עלטערן פון און וואס מיר זענען געלערנט געווארן רביה"ק מסאטמאר זי"ע דאס בליט און וואקסט, כאטש מיר האבן פראבלעמען.
אבער אז דו רעדסט שוין פון די ליובארווישטערס לאמיר דיר ווייזן וויאזוי זיי קוקן נעבעך אויס, נאכן אנהייבן פארקריכן פון ריכטיגן וועג און מאכן זייער רבי'ן פאר אן אפגאט.
נשלח ב-6/11/2005 23:59
הערמיך
דו ביסט עס? כ'גלייב נישט!
אין יעדענספאל, נאדיר א
נשלח ב-6/11/2005 23:59
עהרליך פארדיענט. מ' האט זיי באהאנדעלט פונקט ווי קאטוילישע צו אנדערע מיסיונארען וואס קומען אין היימישע געגענט.
אדער ווי עס פיהרט זיך נישט אין צפון ברוקלין צווישען די משיחסטען און די נישט משיחיסטען.
נשלח ב-7/11/2005 00:00
פייערמאן, כ'האב אליין נישט געהאט געגלייבט אז די משוגעים זענען שוין אנגעקומען ביז צום מלך מלכי המלכים אליין.
ס'האט נישט מיט זיין א חבדסקער.
בערך אמאל א חודש פארגעסט מען עם צו געבען זיין איינשפריץ, כאפט ער זיך ארויף אויפ'ן קאמפיוטער און לייגט אראפ א גוטס.
דאס אלעס.
נשלח ב-7/11/2005 00:15
איחוד
רעד זיך איין
נשלח ב-7/11/2005 00:19
ראצער אפשר ווילסטו פארציילן דא וואס האט זיך אפגעשפילט שמיני עצרת אין דעם ליבאוויטשער שטיבל אויף 16 און 49 סטריט פארוואס האט מען אלאמירט די פאליציי נאכדעם וואס מהאט גערצח'ט און געשלאגן די משיח'יסטן מיט די אנטי משיחיסטן,
אפשר לייגסטו ארויף די בילדער ווי די פאליציי ארעסטירט אין 770 אפאר משוגעים איבער א קליין שטיינדעל,
נשלח ב-7/11/2005 00:20
די חבסקער זענען זיך געקומען שלאגן? וואו נאך גייען זיי זיך שלאגן? אין בארא פארק? פלעטבוש? זיי זענען געקומען פארשפרייטן זייערע הבלים, וואס זייער פירער האט זיי אריינגעהאקט אין קאפ. אבער שלאגן? בכלל נישט.
און אויב יא? מעג מען רייסן בערד? זאג די מיר וועמען זיי האבן געשלאגן? די אלס וומסער קענסטו אנצייגן אויף איינעם? זיי האבן א ליסטע פון אלטע חבסקער חסידים פון רוסלאנד וואס האבן געכאפט שלעק פון די רשעים אין מאסקווע, און אין וומס.
נשלח ב-7/11/2005 00:22
מיר שרייבען ניט וועגען וועגען איין ספעציעלע יאר ווען די זונדיגע האבן זיך אויס געצייכענט מיט זייערע מעשים נאר איבער אלע יארן וואס זיי האבן געשלאגן כלל ישראל.
נשלח ב-7/11/2005 01:47
merkaz
סתם ליגענט? דו ביסט געווען דערביי אין 16 & 49? איך בין יא.
1) ס'נישט געווען צווישען 2 צדדים, נאר א פערזענליכען ענין א אינגל האט געטשעפעט א בחור, די בחור האט אראפגעווארפען דאס קינד, די טאטעס האבען זיך אריינגעמישט
2) ס'האט געדויערט 5 מינוט די גאנצע מעשה
3) איינער איז געווען פון צפון ברוקלין