מצורף קובץכ'גיי נישט גארנישט בארעכטיגן קיין קריגערייען, אודאי נישט קיין געשלעגן און רציחות, וואס עס זענען ליידער פארגעקומען אין דער פארגאנגענהייט, נישט בלויז אין סאטמאר, נאר אין אנדערע קרייזן אויך, הונדערטער יאהרן איידער עס האט זיך פארמירט די תנועת החסידות, ס'איז זינלאז צו ארויסשרייבן נעמען פון שטעט, הויפן און מענטשן, עד היום קומען פאהר רייבערייען צווישן אידן איבעראל, פון ניו יארק ביז לאס אנזשעלעס [וד"ל, ע' בח"ח] קיינער בארעכטיגט נישט, אבער קיינעמ'ס הענט זענען נישט ריין. אלזא, שרייען אז בלויז "ענער" איז דער שלעגער און מערדער, איז א איינפאכער פראסטער ליגנט!
כ'וויל נאר דער עולם זאל וויסן פון עטליכע גמרות, (בפרט דער עולם וואס לערנט נישט דף היומי...) צוויי אין בבלי און איינס אין ירושלמי, איבער טעראר בימי חז"ל, כ'וויל חלילה נישט מדמה זיין די גמרא מיט די היינטיגע טעראר, אבער כלפי דעם וואס יענער שרייבט אז "עשה עצמו כאילו לא ידע" ציהלנדיג ווארשיינליך צו פארקלענערן דעם כבוד פון די "רבנים מאנשי הגר", ברענג איך עטליכע גמרות, אדרבה, לאמיר זעהן צו די "אנשי הגר" און אנדערע וועלן עפעס אפירקראצן פון זייער זכרון קאמערל, און עס נוצן זיך צו באשיצן.
ועיין סנהדרין פ"ח ע"ב ווער עס זענען געווען בתוך תלמידי ב"ה, אז מען האט געמוזט מאכן גדרים, און יענעם טאג פון די י"ח דבר האט טאקע געהייסן א ביטערער טאג, כיום שנעשה בו העגל, אבער די י"ח דבר זענען געבליבן.
כ'ווידערהאל, כ'בארעכטיג חלילה נישט דעם געשלעג, און נישט אנדערע, אבער טייטלען אויף יענעם דו ביזט דער רוצח איז דורכאויס פאלש, יעצט איז געקומען די ריי אויף סאטמאר, פארפאלן, ווילאנג מען איז אין גלות וועט מען זיך קריגן, ווי דער מהר"ל שרייבט אין נצח ישראל פכ"ה:
וכבר נשאלנו על זה מן האומות, באמרם כי אתם אומרים כי ישראל הם האומה הטובה, ואם כן איך משתוקקין אל הרע תמיד. ולא שהם חפצים ברע למתנגדים להם בדתם, רק כי אותו אשר הוא עמיתו, עמו בתורה ובמצות, מבקש רעתו ולא טובתו, והתורה אמרה (ויקרא יט, יח) "ואהבת לרעך כמוך". ואולי אתם מפרשים, אשר הוא כמוך במעלה ובמדריגה - תאהב אותו. וכל אחד רואה עצמו שהוא יותר במעלה, ולכך אין צריך שיאהב את אחר, עד כאן שאלה שלו. ושאלה זאת היא שאלה קדומה מן האומות על ישראל. ובאמת דבר זה הוא גנאי נגד האומות, כאשר תראה בכל האומות שאין מדה זאת נמצא ביניהם:
וזאת תשובתנו על דבר זה; מה שאין האומה הזאת באהבה האחד עם אחיו, הוא עצם הגלות, שהפריד השם יתברך את חבור שלהם, וחלקם והפיצם. ומאחר שחלקם והפיצם, דבר זה גורם גם כן שיהיו מחולקים בדעתם. שאם לא היו מחולקים, לא היה מקויים בהם הפיזור והפירוד - אותם שהם אחד, ולב אחד להם. ואם יש להם לב אחד ביחד, אין כאן פיזור בין האומות.
למדנו, אז די שאלה פון דעם שואל אין דעם פורום האט שוין דער מהר"ל באצייכנט אלס שאלה קדומה מן האומות על ישראל.

 |
|
|