ביי איינע פון די וויליאמסבורגער מקווה'ס האב איך געזעהן אז מ'פארקויפט דארט די זיצן אויך.
ביי א צווייטע וויליאמסבורגער מקווה איז די וואסער געווען געל אזוי ווי א טיי.
אין עפעס א שול האב איך געזעהן 5 גויאישע קעפ פלאגן זיך צו אויפשטעלן א קליינע פארענטשע.
ביי א געוויסע שול האט מען געטיילט עפל מיט מאנדלעך שמחת תורה.
שמחת תורה האט מען נישט געקענט אריבער גיין אויף בעדפארד עוועניו, פשוט די דארטיגע נשים שפרייטן זיך אויס אויף דער ברייט פון די סיידוואלק, איך רעד שוין נישט פון די קערידזשעס.
ביי בי ענד העיטש פאטא זענען די מענטשן געבליבן די זעלבע, נאר די פראדעקס האבן זיך געטוישט.
ביי מעיסיס איז דא גאנצע צוויי שטאק נאר פון שיך, ס'איז א שרעק צו גיין דארט, ס'זעהט אויס ווי יעדע שיך איז גרייט צו געבן א שטויס.
אין קרית יואל איז דא א שול וואס איז שוין היבש לאנג שטייט עס אזוי אומגענדיקט.
אין קרית יואל איז דא הייזער וואס זעהט אויס ערגער ווי אין האליוואד.
איך האב געוואוינט יארן אין ב"פ, און יעצט זיך די ערשטע מאל אנגעטראפן אין א גאס וואס איך האב קיינמאל נישט געוויסט פון דעם צו זאגן, ס'האט נישט קיין נאמען. ס'שטייט נאר דארט אז עס איז א פריוואטע גאס, ס'איז נעבן די 19טע עוועניו ערגעץ.
אין ברוקלין איז דא א געגנט וואס די יודן האבן עס א נאמען געגעבן "ניי וויליאמסבורג" בשעת ס'האט נאך אלץ דעם נאמען "קלינטון היל".
ס'איז פחדים צו גיין אין די וויליאמסבורגער גאסן, יעדער שרייט ג'ובוי קיין איין מינוט קען מען נישט האבן מנוחה דארט.
שבת חול המועד האט גערעגנט האב איך געלייגט א פלעסטיק בעג אויף מיין שטריימל, איך בין אריין אין א געוויסע שול האט מען מיר אנגעשריגן פארוואס איך טראג א פלעסטיק אויף מיין שטריימל, האב איך צוריק גענטפערט זעהסט נישט אז ס'רעגנט? זאגט יענער מ'טאר נישט טראגן דא, זאג איך עם די טראגסט דאך אויך א פלעסטיק אויף דיין שטריימל, זאגט ער מיינס איז מחובר צום פלעסטיק מאנטל, זאג איך עם מיינס איז מחובר צו מיין שטריימל, זאגט ער אויבער חכם וואס די ביזט, זאג איך עם צוריק און די ביזט א אונטער חכם.
נאך מנחה בין איך געגאנגען צו א געוויסע סוכה ווארפט מיר איינער פאר דארט פארוואס איך גיי מיט א פלעסטיק בעג אויפן שטריימל, פרעג איך די ווילסט מיר צאלן א נייע שטריימל אויב ווערט עס קאליע? איז געווען דארט א גוטע יוד און ברימט מיר אריין אין אויער אז איך זאל זאגן אז איך האב יעצט געלייגט די פלעסטיק בעג ווייל אז נישט וועט מען מאכן פאטאש פון מיר, איך האב געזעהן וואספארא פיינע יודן ס'איז דא, דא. בין איך מיר געגאנגען קיין וויען דאווענען מעריב, דארט האט אויך גערעגנט אין סוכה באט קיינער האט נישט געבאדערט.
אין איינע פון די שולן ווי איך האב געדאווענט אין ב"פ האב איך זייער הנאה געהאט, מ'לאזט נישט רעדן דארט אינמיטן דאווענען, ממש אזוי ווי אינדערהיים ווי איך דאווען דא אין ישראל.
זעהט אויס אז ביי די חסידים אין ברוקלין איז עס נישט איינגעפירט.
ביי אונז אין ביהמ"ד גייט יעדער מיט אזא שיינע קייטל אויפן טלית אז ס'זאל נישט אראפ פאלן, און אין ברוקלין קוקט יעדער אויף דעם מיט 20 פאר אויגן.
אין קרית יואל האב איך געטראפן חנוכה געלט פון א געוויסע רבי, ווער עס וועט געבן ריכטיג סימנים וועל איך עס צוריק געבן, אפי' על פי הלכה דארף מען נישט.
א באזוך ביי קרעמער מנהל פון "היימישע קרעטשמע"
אויפן טלעפאן געשפרעך האב איך זייער הנאה געהאט באט ער האט מיר געקאלט פונקט ווען איין פיס איז געווען אין בי ענד העיטש סטאר און איין פיס אינדרויסן, אבער מיט דעם אלעם האב איך גערעדט מיט עם קרוב צו א האלבע שעה, מיר האבן געהאט זייער א שיינע שמועס.
שפעטער אויפדערנאכט האב איך עם צוריקגעקאלט און מיר האבן אפגעמאכט מיר גייען זיך טרעפן אויפן טעלעפאן פרעג איך עם ווי ווי אזוי וועלן מיר זיך דערקענען? ער האט געזאגט ווי ער זעהט אויס (באט איך וועל נישט שרייבן ווי אזוי), און איך האב עם געזאגט אז מיר איז זייער גרינג צו דערקענען איך גיי מיט א יוראפעישין דאטשיקל, ער האט מיר דערקענט פאר איך האב עם דערקענט, איי ואז סופרייזט ווי אזוי ער זעהט אויס, ער זעהט עכט אויס ווי איינער וואס פירט א קרעטשמע.
ער האט מיר גענומען צו זיך אין קרעטשמע איך מוז ענק (זאגן) שרייבן אויב האט איר געמיינט אז עס איז נישט דא היינט אזוי ווי די אמאליגע קרעטשמע'ס האט איר א טעות.
א שטיקל באגריף ווי ס'זעהט אויס דארט:
ביים טיר איז דא פארשידענע געקאלערטע בלעטער מיט ביימער פונקט אזוי ווי אין וואלד, דערנעבן איז דא פיר רעדלדיגע וואגאנען אלטע און נייע (אן קיין פערד) דיקע און דינע רעדלעך. אריינגייענדיג צום קרעטשמע איך גענומען א בעסערע בענקל נישט קיין צובראכענע כ'האב נישט געוואלט אראפ פאלן אינמיטן, די טיש האב איך געזעהן האלט זיך אויף האלץ און עס געווען דארט כל מיני געטראנקען און צובייסעכער איך קען נישט אלעס אויסרעכענען ווייל די ליסט איז גרויס, איך באשטעלט פאר מיר א סקראדרייווער טרונק דאס איז צאמגעשטעלט פון וויסקי-סקאטש מיט אראנדזש דזשאס, אינטרעסאנט צו באמערקן. אז עס איז דא דארט א פליישיגע אפטיילונג איך מיין אז עס איז די איינציגסטע קרעטשמע וואס האט צוויי אפטיילונגען פאר אונז יודן, מיר האבן שיין פארברענגט קרוב צו א שעה צייט. איך האב זייער הנאה געהאט ביי עם, איך האף אז ער אויך.
א טועמיהו ביי דיפלאמאט אינדערהיים:
דיפלאמאט געט מיר א קאל פרייטיג מיטאג אויב וויל איך אריבערקומען צו עם כאפן א בייס? איך זאג פארוואס נישט.
קומענדיג נעבן זיין הויז בין איך געווארן זייער באגייסטערט פון די הערליכע גארטן וואס עס איז דא אין פראנט פון זיין הויז, איך קלינג די קלינגער און ער זעהט שוין פון די הידען קעמרע אויג ווער עס איז, די באזער מאכט א שטיקל גרודער און די טיר עפענט זיך מיט א קליינע שטופ, נאך אביסל שמועסן ברענגט זיין ווייב אריין א גרויסע טאץ מיט סאלאטן און דערנאך א גרויסע טעלער מיט טשולענט, פאטעיטע קוגל, לאקשן קוגל, פערפעל. איך האב געטראכט צו מיר איך קען דאך נישט עסן די גאנצע (בטבע בין איך א קליינער עסער) אבער מ'וועט זעהן וויפל ס'וועט גיין און ס'איז געגאנגען באט נישט די גאנצע.
אין דע מין טיים זענען די קינדער געקומען מיר זעהן איך האב שלום געגעבן פאר יעדן יעדער האט שיין געזאגט זיין נאמען און ווי זיי לערנען, דער גרעסער האט שוין געקענט אויסווייניג משניות, און דער קלענערער האט געקענט די גאנצע פרשה צעטל, די מיידל האט געוויזן ווי שיין זי קען מאלן. און אזוי מיר האבן געשמועסט וועגן אלע זאכן חוץ די סאטמארע שמוץ, בעיקר האב מער געשמועסט וואס מ'קען אימפארטן זאכן וואס מ'מאכט נאכנישט אין טשיינע קיין ישראל אויף צו מאכן עפעס פרנסה. דערנאך האב איך מיר באדאנקט פאר זיין ווייב פאר אלעם. איך האף אז ער האט הנאה געהאט פון מיר, ווייל איך האב זייער הנאה געהאט.
א מלוה מלכה ביי איןבעיה:
די לעצטע מוצ"ש בין איך געווען ביי איןבעיה אינדערהיים, (קיין סאך צייט איז שוין נישט פארבליבן איך האב נאך געדארפט לויפן צום בר מצווה פון מיכאל שניצלער) זיין ווייב האט צוגעגערייט מכל טוב וטוב (נישט שבת'דיגע שיריים) מיר האבן אביסל ארום געשמועסט זאכן וואס מ'קען טוישן אויף "חדשות אנש" און אזוי אויך סתם גערעדט על דא והא. קוקענדיג אויפן זייגער האב איך מיר פארנויגט פאר עם און זיין בני בית געדאנקט און געלאפן ווייטער.
אין אמעריקא האט יעדער א העלפערין א גויטע, מיין ווייב וואונדערט זיך פארוואס יעדער נעמט אריין אין שטוב א גויטע אין די ווייבער זיצן ווי מלכה'ס און טוהן גארנישט, נאר גייען אנגעטוהן און שיינע טייערע קליידער דזשאלערי, איך פרעג מיין ווייב ווילסט אויסקוקן ווי זיי? זאגט זי ח"ו.
איך האב געמערקט אז דער מיט די לאנגע געקלעפטע האר און בארד וואס פלעגט זיך דרייען אויף לי עוועניו נעבן כף בעקערי איז שוין נישט דארט, ווייסט איינער וואס איז געשעהן מיט עם?
און טאקע וויל איך מיר אויך פארדאנקען פאר די אלע וואס האבן מיר געזאגט פלעצער ווי עס איז דא וויי פיי אינטערנעט, אויך איז געווען וואס האבן מיר געבעטן איך זאל נישט ארויסגעבן פארשידענע פלעצער, און אזוי וועל איך טאקע טוהן.
שמועסענדיג מיט סאטמארע חסידים:
יעדע פארטיי זאגט איך געהער צו די אנדערע, איך זאג "איך געהער נישט צו קיינעם".
ביידע באבובער רבי'ס האבן א שיינע עולם, געווען בין איך ביי די טישן פרייטיג צונאכטס פרשת לך לך.
די אלע אויבערדערמאנטע זאכן זענען נישט געשריבן מיט א סדר.
 |
|
|