חברה, הערטס צו, סאיז גארנישט אזוי פשוט, מיינט נישט אז דאס איז סתם צאמגעקלאפטע שטיקלעך, סאיז סאך מער ווי דעם, ווער סהאט נאר אויגן צו זען, א מח צו פארשטיין און א נאז צו שמעקן וועט דערגרייכן די טיפע סודות וואס דא ליגט
אביסל קען מען יא מגלה זיין איז לייגטס גיט צו אן אויער
אז מבאטראכט דעם גאנצן געשטעל זעט מען בחוש ווי די גאנצע צאמשטעל סימבאלאזירט אונזער צייט און תקופה, די יארן צווישן 1900-2000, און די השפעה וואס די יארן האבן געהאט אויף מענטשהייט
די אונטערשטע צוויי פלאכע שטיקלעך איז די יסוד איתן, אויף דעם האלט זיך די גאנצע סענטשרי, איינס איז אבער קלענער ווי די צווייטע צו ווייזן אויף די מאגערע קיהען און אין די זעלבע צייט אויך אויף די פעטע קיהען, אז הגם סאיז די צייט ווען די וועלט איז געווארן מער פארגעשריטן האט זיך פארט ארויס געוויזן אז נישט אלעס איז לטובה
נאכדעם האבן מיר אן איבערגעדרייטע T וואס איז טאקע די ערשטע אות פון טעכנעלאגיע, סשטייט אבער נישט מיטן קאפ אויף ארויף און ספארמאגט אויך א שפאלט (קוקטס גיט לינקס) צו ווייזן אויפן שלעכטן השפעה פון טעכנעלאגיע ווי שוין פריער געשמועסט, סאיז אויך מרמז אויף איינס פאר די לעצטע אות פונעם ארטיסטס נאמען (smith)
ווער סקוקט גיט זעהט אויך אן H און אז מטוט זיך אן די פארגרעסערונג גלאז קען מען אויך טרעפן אן E וואס קומט צו זאגן אז דעיס איז THE סאטוטע פונעם ניינצן יאר הונדערט, נישט סתם עפעס א שמאטע, און אויך אז טעכנעלאגיע איז THE זאך וואס האט אונז געטוישט די וועג וויאזוי מענטשן לעבן אויף אייביג, בקיצור סאיז THE
אויף די רעכטע זייט קען מען זען א האלצערנע עלעקטריק פאול מיטן קאנטראל באקס ארויף געקלאפט פון אונטן, דאס קומט זאגן ווי וויכטיג עלעקטריק איז געווארן אין די תקופה, סהאקט זיך אבער אפ נאכן באקס צו ווייזן אויף די ירידה
אויף די לינקע זייט זעהן מיר א קינד וואס שטייט אויף א קאצקא צוקער, ער וויל אנטלויפן אבער ער קען נישט ווייל דעמאלטס וועט ער בלייבן אן א דאך איבער קאפ, דער קינד מיינט מען די מענטשן (יעדער איז דאך א קינד אין הארץ kid at heart) וואס ווערן צוגעקלעבט צו לוקסוס (טעכנעלאגיע) ווי א קליין קינד אויף אזוי ווייט אז אפילו ווען מוויל קען מען נישט אנטלויפן דערפון
די אויבערשטע שטיקל (חוץ וואס סווייזט אויפן דאך איבערן קאפ ווי שוין פריער געשמועסט) צייגט וויאזוי די מענטש איז צוגעבינדן צום עלעקטראנישען זייל, ספארבינדט אויך צווישן די רעכטע זייט און די לינקע זייט וואס דאס איז דער עבר און די עתיד, דער חלל אינדערמיט איז די הווה און אז מקוקט דורך זעט מען טאקע די הויכע בנינים פון מאנהעטן אבער ספעלט דארטן די צוויי שטארקע בנינים וואס האבן סימבאלאזירט טעכנאלאגיע
דאס איז בקיצור נמרץ, און אצינד פרעג כענק, איז דאס נישט ווערט 23 מיליאן טאללער טבין ותקילין?
גארנישט אזוי פשוט
 |
|
|