זיידל
דאס קעפל האט מיר געפאנגען דאס אויג, איך האב עקפיריענס אין טרענספלענטס, נישט דוקא פון איין קידני, נאר פון גאנצע צוויי נירן, צוזאמען מיט א לונג אין א מאגן אין קישקעס אין א רעכטע האנט א לינקע האנט, א נאז מיט אויערן, כפות היד והרגל, קני מיט עלענבויגענעס, דעם מוח מיט דעם חוט השדרה און א לעבער אויך (א הארץ ווייס איך נישט צו סגעווען דארט)
ס'מעדער אפ פעקט אלע איברים הפנימייים והחיצוניים פון א אשה כשרה המכונתה ווייב, טרענספלענטעד אינגאנצן... פאר א אנדער סעט.
האב איך באמת געמיינט איך קען עפעס העלפן, דערווייל זעה איך גאהר אז דו ווילסט געבן נישט נעמען. א חד בדרא!
להוי ידוע לך, אז לפי מיטב ידיעתי איז נישט קיין חילוק אין דעם געזונט צושטאנד פון איינעם וואס האט צוויי נירן צו איינען וואס האט נאר איינס (זיין אייגענס). און טאמער מיין מיטב ידיעתי מיינט ביי דיר אזוי פיהל וויפיל ס'מיינט ביי מיר, קוק זשע נאך אויף דעם דשעי נעט, אדער פרעג ביי די מעדיקל ארגאניזאצעס ווי MRA אויף זייער רעקארד.
איך קען דיר צו ווייזען דעם נשר הגדול
(1-2) רמב"ם יד החזקה - הלכות מתנות עניים פרק י
(ב) לעולם אין אדם מעני מן הצדקה ואין דבר רע ולא היזק נגלל בשביל הצדקה שנאמר והיה מעשה הצדקה שלום כל המרחם מרחמין עליו שנאמר ונתן לך רחמים ורחמך והרבך
קיין גרעסערע צדקה פון דעם איז נישט פארהאנען בעולם, ביקור חולים, הצלת נפשות, צדקה בגופו ממש, אויף אזעלכע אידען ווי דו שטייט יהי כבוד ה' לעולם ישמח ה' במעשיו
מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ, ירבו כמותך, ברוך שזה ילד ברוך שזה גידל
תוקן על ידי - baachi - 15/11/2005 1:00:54
 |
|
|