בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

דער ארעסטאנט "דרייליך"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/11/2005 09:28 לינק ישיר 
דער ארעסטאנט "דרייליך"

ווער עס ליינט "דער שטערן" וועט זעהן אין דעם חודש איז פארהאן א גאנץ לאנגע ארטיקעל וועגען א ארטאדאקסישע יוד וואס זיצט אין "גרינ-העווען" תפיסה שוין 26 יאהר אויף קלאגעס אז ער האט אימגעברענגט זיין ווייב מיט נאך איינעם,

לויט ווי דער שטערן לייגטס עס אראפ איז דער יוד גענצליך אאומשולדיג. אבער ווען מען איז מקיים דעם שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך הערט מען זינגען גאר אנדערע לידער,

דא וואלט איך געוואלט ליינען פון אייך טייערע גולשים, ווער עס ווייסט עפעס זאל ביטע פאוסטען. און אויך אויב ווייסט איינער ווער דער מונסי ראביי איז??



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/11/2005 17:07 לינק ישיר 

קען איינער פליז ארויף פאסטען דעם ארטיקעל פונעם שטערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2005 17:07 לינק ישיר 

פארוואס באהאלטן זיי די אידענטיטעט פון דעם ראביי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/11/2005 17:15 לינק ישיר 

ווער איז געווען דער "נאך איינער"?
א שולח יד?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2005 17:16 לינק ישיר 

אויפן דעקל פון 'דער שטערן' איז דא א צייטונגס אויסשניט פון די מעשה דארט קען מען ליינען דעם נאמען פונעם דאקטאר/ראביי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/11/2005 17:27 לינק ישיר 

וואס איז דער סוד אז דאס איז דער באוואוסטער טענדלער?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/11/2005 19:40 לינק ישיר 

איך האב שוין געהערט די מעשה אפאר יאר צוריק פון חבר מיינער וואס האט באגעגנט דעם דרייליך אליין אין תפיסה. (מיין חבר גייט אמאל אין תפיסה ארויסצוהעלפן היימישע ארעסטאנטן). ער האט מיר דאן דערציילט ווי אינטערעסאנט דאס איז געווען אז ער האט באגעגנט א היימישן איד אין תפיסה, מיט א לענגערע ווייסע בארד, און ווען ער האט זיך נאכגעפרעגט פארוואס דער מענטש איז אין תפיסה, האט איהם אן עסקן דערציילט אז דאס איז צוליב דעם וואס ער האט גע'הרג'עט א מענטש, און זיין ווייב האט גע'טענה'ט אז ער זאל זיך מודה זיין, ווייל דאן וועט ער באקומען א גרינגערע שטראף, ער האט אבער זייער מורא געהאט און נישט געוואלט. האט זיך ווייב געוואלט אויף די אייגענע האנט איהם גיין איבערגעבן, און וויבאלד ער האט זייער מורא געהאט האט ער איר אויך גע'הרג'עט.

ווען ער האט געזען אז זיין מצב איז שמאל, איז ער געגאנגען צו רב טענדלער, און איהם געבעטן ער זאל קומען פאלש עדות זאגן אין קאורט, אז אין יענע צייט וואס זיין ווייב איז גע'הרג'עט געווארן, איז ער געווען ביי א שיעור פון רב טענדלער. אבער פארשטייט זיך אז אזוי ווי יעדער נארמאלער מענטש וואס האט א מח בקדקדו, וואס הערט אז א מענטש האט געהאט די קאלטקייט פון אויפהייבן א מעסער אויף א אינגע 23 יעריגע מאמע פון צוויי קינדערלעך (און א דריטע אויפ'ן וועג, וואס דער שטערן האט נישט דערציילט), און איר דערשטעכן אויף טויט, האט רב טענדלער געזאגט דעם אמת אין קאורט.

דאס אלעס האט מיר מיין חבר דערציילט פאר בערך פיר יאר צוריק.

יעצט קומט דער שטערן און מאכט א ויצעקו, כדרך כל הסאטמוירים.

וואס איז די מעשה? דער איד זיצט שוין 26 יאר אין תפיסה, און עס איז געווען איינע פון די באקאנסטע מעשיות, ואין פוצה פה ומצפצף. קיינער פון די א.ג. חרדישע עסקנים האבן נישט געפינען פאר וויכטיג זיך אפצוגעבן מיט זיין קעיס, און אויפדעקן די פאלשקייט און לעכערליכקייט פון די אמעריקאנע קאורט סיסטעם. (וואס לפי דער שטערן פירט זיך עס בערך אזוי ווי סאטמארע חדר אין טרופ עוו.). קיינער פון זיינע אייגענע משפחה האט נישט געפינען פאר וויכטיג צו מאכן א וויי געשריי היתכן אן אומשולדיגער איד זיצט אין תפיסה. וואס געווענטליך אין אזעלכע פעלער, זענען דא נאנטע קרובים און גוטע פריינט וואס נעמען אן דעם באשולדיגט'נס ווערסיע. [ווי מיר טרעפן ביי יגאל עמיר ואכ"מ]. און דער גרויסער ביזנעס קאנסאלטענט דרייליך, מיט אזויפיל גוטע קאנעקשאנס אין 47 סטריט, און מיט עשירים, האט נישט געפינען די געלט אפילו צו דינגען א נערמאלן לאיער. עפעס זאגט דאך דאס.

אויך שרייבט דער שטערן, אז מען האט די האר פון דעם מערדער. "און האפנטליך" וועט מען קענען אינדענטיפיצירן דעם אמת'ן מערדער דורך די די.ען.עי. פרעג איך ענק א שאלה, די סיסטעם פון די.ען.עי. איז נישט היינט געבוירן. עס איז שוין א היבשע פאר יאר וואס דאס גייט אן. און אין די לעצטע פאר יאר, הערט מען יעדע פאר וואכן אין די מידיא, ווי נאך איינער איז באפרייט געווארן, ווייל מען האט געטראפן אז ער איז נישט געווען דער מערדער. נו ווי קומט דאס אז א מענטש וואס זיצט און שרייט שוין 26 יאר אז ער איז אומשולדיג, אז מען האט נאך נישט געמאכט דעם טעסט.

נאר וואס דען, יעצט האט מען א מערכה מיט רב טענדלער. און אזוי ווי דער מנהג אין סאטמאר איז אז מען טענה'ט זיך נישט לענין, און מען הערט נישט אויס יענעמ'ס צד. טוט מען די זעלבע זאך דא, אנשטאט צו פירן די מערכה אויף מציצה בפה כענין. פארקירעוועט מען די מערכה אויף א פערזענליכע אטאקע אויף רב טענדלער.

איי וויאזוי מאכט מען דעם עולם גלייבן? נישט קיין פראבלעם, מען דינגט א גוטן שרייבער אין דער שטערן. נו דער שטערן איז דאך א תמימות'דיגער מאגאזין וואס שרייבט נאר מעשיות, עס איז ריין פון פאליטיק. און דארט שרייבט מען די מעשה פאר די קינדערלעך און ווייבער צו ליינען, און ווערן צושרויפט און צושוידערט פון די מעשה וואס איז נישט געמאכט פאר די שוואכע הערצער. און מען ווארפט אריין פול מיט גיפט אינמיטן ווי למשל: א בלוט בלבול דורך א "מומר". א.א.וו. און פיר וואכן שפעטער ווען מען קומט ארויס מיט גרויסע פלאקאטן, וואס א גראפיקער דיזיינט מיט צובליטיגטע הענט וואס כאפן אן די גראטעס פון תפיסה, מיט אביסל בארב ווייער אין די זייט. און טרערן רינען אראפ פון אויבן ביז אונטן וכו' וכו' קומט דער עולם נישט נאר צו לויפן און געבן געלט, נאר מען ווערט נאך גערעגט אויף רב טענדלער. (ווער עס געדענקט נאך ווי די מערכה מיט דעם גר צדק, האט זיך אויך אזוי אנגעהויבן).

וואס דאס אלעס טוט נאר איין זאך. עס זאגט מיר אז בעצם איז נישט דא קיין מערכה קעגן רב טענדלער איבער דעם ענין פון מציצה בפה, אזש מען האט געמוזט אפיר קראצן שמוץ אויף איהם. ווייל אויב נישט, קענסטו זיך דאך טענה'ן איבער מציצה בפה, וואס ווילסטו פון דעם דרייליך פרשה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/11/2005 20:39 לינק ישיר 

משיח השם
די האסט געווארפן א גאר שארפע באשולדינגוג קעגן דעם אויסגאבע "דער שטערן" אז ער האט געשריבען הויל ליגענט
ד"א דער שטערן איז אנגענימען ביי א סאך ליינער אלץ גאר א גיטע אין קראנטע אויסגאבע,

האסט געשריבען דיינע ווערטער מיט א קלארער איבערווייז אז די ווייסט וואס די רעדסט?
אדער האסט געהאט זייטיגע חשבונות דערמיט?

רבותי!ווער ווייסט דעם אמת???
איז די מעשה פינעם שטערן אמת אדער שקר?????



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/11/2005 20:59 לינק ישיר 

איך זע אז די אויפגעקלערטע נוסח משיח ה' פארשטייען גאנץ גוט צו מאכען ליצנות פון יעדער ערלכיע רב, אבער ווען מען קומט ארויף אויף א חשד קעגען איינער פון זייער'ס ווערן זיי ווילד ווי די געסטע קנאים.

איך האב נישט געליינט דער שטערן, איך געדענק נאך די מעשה, איך ווייס אז די פרוי'ס משפחה האט געגלייבט אז ער האט איר געהארגעט, אבער עס איז אלעמאל געווען קלאר אז די מעשה האט נישט קיין שום עדות נאר עדותו של טענדלער.

אין עס איז קיינעם נישט געווען מסתבר אז ער זאל אליין פארציילען טענדלער די מעשה.

אגב איך האט געהערט אפאר יאר צוריק אז ער איז געהארגעט געווארען אין תפיסה, פון דא זעט אויס אז עס איז געווען א פאלשע קול.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2005 21:26 לינק ישיר 

IM SHOCKED

בשעתו איז געוועהן דער גאנצער דעת הקהל פון רוב היימיש אידען אז ער האט זיין טראגעדיגע פרוי קאלט בלוטיג געשטאכען אויף טויט דער TRIAL איז געוועהן לאנג און די פרטים האט מען באריכטעט אין די MEDIA. ביי מיר איז ער א פשוט'ע רוצח!

ס'איז לע"ד סתם א טריק יעצט אריין צו שלעפען טענדעלר'ס עבירות פון מציצה וכו' וכו' (די ליסטע איז לאנג) דא איבער דעם קעיס.

מיר האט אן עסקן פארציילט אז דרייליך אין JAIL איז זייער מקפיד אז מ'זאל נישט רעדען אין מיטען קדיש אדער שמ"ע...האהאהא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2005 21:34 לינק ישיר 

יוסי

קען זיין אז עס איז ריכטיג וואס די זאגסט , אבער אויף וואס בויסטו דאס? פון דעם וואס דער קאורט האט אזוי געזאגט?

זיי האבען מברר געווען מיט עדות וכדומה אז די מעגסטעס גלייבען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2005 21:45 לינק ישיר 

יוחי.

כ'ווייס נישט וואס דער אמת איז, און דאס וואס מען האט "געשמועסט", איז פונקט אזוי קראנט ווי אלע שמועסערייען.

די זעלבע טענה וואס דו וכדומה האבן אז דאס איז א סאטמערע מעשה אקעגן טענדלער, די זעלבע טענה זאג איך אויף דיר אז דאס איז א ליבעראלע טענה אבי זיך אנצונעמען פאר טענדלער.

כ'בין נישט קיין פוסק, אבער כ'גלייב אז אפילו אויב די מעשה זאל זיין הונדערט פראצענט אמת איז דאס פארט נישט קיין היתר צו גיין מסר'ן דעם איד. מיר האבן נישט היינט קיין בי"ד וואס קען דן זיין דיני נפשות.

ובפרט אויב איז אמת די ווערטער וואס דער שטערן ציטירט - וואס דאס דארף זאך זיין אפענע טראנסקריפטן - דאן איז דאס פאר מיר פונקט גענוג צו פארשטיין געבן פארוואס ער האט זיך ארויסגעלאזט אין א מלחמה, איבערצושפילן די לאנגיעריגע רעפארם מלחמה אקעגן די ארטאדאקסישע אידן, און יא - אקעגן די תורה הקדושה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2005 22:01 לינק ישיר 

אהן אריינגיין אינעם ויכוח.

כ'האב איינמאל אין לעבן געלייענט דעם מאגאזין אויף אידיש "דער שטערן", און פונקט געעפנט ביי אן ארטיקל אונטערן קעפל: ווען מאנהעטן האט זיך געדארפט איבערדרייען.

ס'איז מיר גענוג געווען עס זאל מיר בלייבן אין געדאנק אז אין דעם מאגאזין איז נישטא קיין איין ווארט אמת.

אין צוגאב, אין י ע ד ן ארטיקל איז דערמאנט: טעלעוויזיע, ראדיא, אינטערנעט (אויסער ע, בי איי און פרעזידענט) און דאס ליינען אונזערע קינדער! כלומר: א מאגאזין "בגופן שלנו".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/11/2005 22:04 לינק ישיר 

משיח השם
ווען דו וואלסט זיך געקענט צוריקהאלטען פון באזאלצען דיינע ענטפערס מיט "כדרך כל הסאטמוירים"
און אזוי ווי דער מנהג אין סאטמאר" און וואלסט נאר גערעדט צו'ם זאך וואלט מען דיר אפשר געקענט גלייבען.
ווי ס'איז...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/11/2005 22:14 לינק ישיר 

נבוכדנאצר.

איך בין נישט קיין אדוואקאט פארן שטערן, אבער יעצט איינמאל ביזטו נישט גערעכט.

יענער ארטיקל איז געווען א געניטע שילדערונג פון א צודרייטן פאנטאזיסט, וועלכער האט אנגעצויגן אסאך מענטשן מיט די פאנטאזיע אז מאנהעטן גייט זיך איבערדרייען.

דער ארטיקל איז געווען געווידמעט צו צייגן פארן ליינער ווי ווייט מען האט געקענט איינרעדן אמאל שטותים און נארישקייטן, וואס היינט וואלט אזא זאך פשטות נישט פאסירט, דער ליגנט היינט מוז זיין פיל מער פראפעסיאנאל [כאטש אויך דערין איז נישטא קיין מאנגל...].

דעריבער איז יענער ארטיקל ווייט נישט קיין ריכטער אויף די אויסגאבע [אויב עפעס, איז דיין תגובה א ראי' ווי ווייניג מען קען זיך פארלאזן אויף עפעס וואס די "גאס" אדער דער "דעת הקהל" דערציילט...].

און טראץ וואס איך בין איינשטימיג מיט דיר פון א אידישקייט שטאנדפונקט, בין איך אבער אויף די אנדערע זייט בנוגע זייער באגלויבטקייט.

הלואי וואלטן אלע אידישע אויסגאבעס געווען אזוי באגלייבט, וואלטן מיר נישט געדארפט אנקומען צו "דער שטערן"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2005 22:15 לינק ישיר 

זאלי ווער נעמט זיך אהן פאר טענדלער?

דרייליך איז די אישו! אין דאמאלס האט נישט קיין שום היימישער איד, רב, סיי ווער.. זיך אהן גענומען פאר איהם.

ווייל לפי ההוכחות איז ער געווען שולדיג

איבער 'דיני נפשות' מ'האט איהם נישט 'דן' געוועהן להריגה,

אין טאקע דאס איז איינע פון די סיבות פאר וואס א שומר תורה טאר נישט שטוצען דעם DEATH PENALTY ווייל עס קען זיך טרעפען אזא קעיס.

(איך האב געהערט מפי השמועה אז דער חזון איש האט געהייסען שתדל'ן פאר די ROSERBERG SPIES אז מ'זאל זיי נישט משפט'ן אויף טויט כאטש זיי זענען געוועהן אידישע קאמוניסטען קעגען אמעריקע)

אבער 'איין שפארען' א מערדערער א איש מסוכן איז קיין שום שאלה.

איך קען נישט איצט געענקען די פרטים פון דעם קעיס, אבער עס דארף זיין גענוג אז 'בשעתו' האט נישט קיין איין היימישער רב זיך משתדל געוועהן פאר איהם כחוט השערה.
מיטאמאהל כ"ק הגה"ק מטאש שליט"א וכ"ק מסעקולען שליט"א ודי למבין!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > דער ארעסטאנט "דרייליך"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext