|
|
| נשלח ב-16/11/2005 07:14 |
|
| |
אפשר גאר איז טענדלר אויך געסטראשעט געווארן פון די מאפיא
נישט אז איך נעם מיך אהן ח"ו אויף דעם ווערימיגער ראביי
נאר איך קען פשוט נישט פארשטיין ווי א מענטש קאן אזאנס טאן
ממש אומגלויבלעך
נאכן לעזעהן די מעשה אין "דער שטערן" האט מיר געשוידערט מיינע גלידער
חיל ורעדה יאחזון
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2005 07:57 |
|
| |
שלום
איך מוז זאגען דיין איינפאל איז מורא'דיג. כאטש אין פראקטיק לייגט זיך עס בכלל נישט אויף'ן שכל.
וואס זאגט דרייליך פערזעהנליך וועגען טענדלער?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2005 10:16 |
|
| |
אז מ'רעדט שוין פון טענדלער איז כדאי ארויפצוברענגען די מעשה פון גריבעץ. קענעט גריבעץ, א מתפלל ביי טענדלער -- איז געווען דער דיסטריקט אטוירני פון ראקלענד קאונטי. ס'איז געווען א שטיק צייט וואס ער האט אויסגעטיילט צרות צרורות פאר חרדישע אידען. טאמער מאך איך נישט קיין טעות, האט ער אפילו אריינגעזעצט א בנש"ק אין תפיסה פאר איבער צוויי יאר. ווען עסקנים האבן פרובירט צו רעדן צו טענדלער ער זאל אים אומשעדליך מאכן האבן זיי באקומען פעך און שוועבל. האט ער געטענהט אז ער דארף נאך מער ארבעטן אויסצוראטן "פארברעכנס" ביים היימישן עולם.
די סוף פון די מעשה קענט איר לייענען דא:
http://www.theawarenesscenter.org/Gribetz_Kenneth.html
תוקן על ידי - allnewspic - 16/11/2005 18:51:56
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2005 11:24 |
|
| |
זיסקייט
בנוגע די פיהר "פאקטן" וואס דו האסט געברענגט,
דו קענסט פאוסטן מראי מקומות אויף דעם, צו "דער שטערן" איז דיין איינציגער מקור, פון דעם טיימס וואס דו האסט אראפ געברענגט אין ראיה בכלל.
נאכאמאהל עס לייגט זיך בכלל נישט אויפן שכל די מעשה מיט די חלומות. אז דעטעקטיוון פרעגען אזוי לאנג ביז ער האט אליין געזעהן בחלום, און דערנאך בהקיץ ממש ווי ער הארגעט זיין ווייב.
איך ווייס נישט וויאזוי דעטעקטיוון ארבעטן, אבער איך ווייס פון גענוג מענטשן וואס מהאט זיי חושד געוועהן און זיי זענען ארויס אהן קיין "חלומות"
אחת למעלה
דיינע ווערטער זענען א בפירושע ראיה לדברי אז דער גאנצער אויפוועקן די מעשה יעצט האט גארנישט צוטוהן מיט'ן שלום בית פון מיסטער אין מיסיס דרייליך. נאר מיט די מיינונגען פון זייער ראביי
אהרוני
די טעקסעס מעשה צו וואס דו לינקסט איז פארשטייט זיך א יוצא מן הכלל וואס איז נישט מסתבר ס'זאל פאסירן אין ניו יארק
א) נישטא דא קיין טויט שטראף מיט וואס צו סטראשן
ב) ניו יארק איז נישט טעקסעס.
זייטס נישט קיין יאלדן!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2005 16:02 |
|
| |
איך האב יעצט געליינט דער שטערן מיין איך האלט אז די ארטיקל איז אמת
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2005 19:05 |
|
| |
באטשי,
איך דארף נישט דעם שטערן אלס עדות.
אלע קאורט פראסידינגס זענען אויף פאפיר און יעדער קען עס ליינען. איך האב עס געזען מיט מיינע אייגענע אויגן מיט א שטיק צייט צוריק, און איך פרוביר עס יעצט צו שאפן ביי די עסקנים וואס טוען אין דעם ענין, פאר די הנאה פון אונזערע ליינערס.
און wow דו ווייסט אמת'דיג פון גענוג מענטשן וואס דעטעקטיווס האבן זיי חושד געווען און זיי זענען ארויסגעגאנגען פריי?
איך ווייס פון קנאפע 121 מענטשן וואס מען האט זיי חושד געווען אין זיין מערדערס און זיי זענען דערנאך ארעסטירט געווארן און אנגעקלאגט געווארן אויף טויט שטראף. און... צום מזל איז מען געוואר געווארן אז זיי זענען אומשולדיג גענוג פרי (ווער ווייסט ביי וויפיל מענטשן מען איז נישט געוואר געווארן אזוי פרי) און זיי זענען געראטעוועט געווארן פון טויט.
Since 1973, 121 people in 25 states have been released from death row with evidence of their innocence.
דא האסטו א ליסטע פון אלע 121 מענטשן
http://www.deathpenaltyinfo.org/article.php?scid=6&did=109
איך ווייס אויך פון טויזנטער אנדערע וואס זענען סתם אזוי ארעסטירט געווארן אויף מארד (און נישט באקומען טויט שטראף) און ארויסגעגאנגען פריי
Advances in DNA evidence have shown that hundreds, if not thousands, of innocent people have been wrongly convicted and many of them have been on death row.
בכלל ווייזט דיין געשרייבעכץ אז דו פארמאגסט גאר ווייניג אינטעליגענציע און ביסט בלינד צו גלייבן "באבע מעשיות", אן קיין שום באווייזן נאר ווייל דו האסט אזוי געהערט אדער געוואוסט.
דו האלטסט אין איין דעמאנסטרירן א בלינדע אמונה אין די אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם כאילו ג-ט אליינס האט נישט די מעגליכקייט איר צו מאניפולירן וויאזוי ער וויל, ווען דער פאקט איז אז איבער די לעצטע פאר יאר הערט מען נאכאנאנד פון מעשיות וויאזוי מענטשן זענען ארויסגעגאנגען פריי נאכ'ן אפזיצן אין תפיסה יארן לאנג צוליב פאלשע עדותשאפט און פאלשע באשולדיגונגען פון דעטעקטיווס.
אמת טאקע אז מיר לעבן אין א מלכות של חסד און אז רוב רובם פון די פראצעסן אין אמעריקע ווערן אפגעהאלטן יושרדיג, אבער דער פאקט איז אז נאר דער בית דין של מעלה איז הונדערט פראצענט פערפעקט אן קיין מיסטעיקס.
אין קורצן: דו ווייזט נישט ארויס קיין שום אויפגעקלערטקייט נאר פארמאכטקייט.
תוקן על ידי - ziskeit - 16/11/2005 19:31:10
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2005 19:29 |
|
| |
איך זע אז די דעבאטע האט זיך פארצויגן סתם אזוי אין די וועלט אריין, און געוויסע מענטשן האבן צוליב סיבות באשלאסן צו ווארפן זאמד אין די אויגן פון די עסקנים לש"ש, וואס פרובירן נאר צו העלפן און זוכן קיינעם נישט אפצוטאן.
וויל איך דא נאכאמאל קלאר מאכן:
די עסקנים וואס נעמען קעיר פון די אקציע זענען שטילע און סאלידע מענטשן וועלכע זוכן נישט קיין שום כבוד, און זיי פירן אינגאנצן נישט קיין קאמף מיט טענדלער.
די עסקנים האבן נישט קיין שום סיבה פארוואס צו העלפן דרייליך, ער איז נישט זייער חבר, נישט זייער קאזין און זיי האבן אים קיינמאל נישט געקענט ביז מיט פיר יאר צוריק. די איינציגסטע סיבה פארוואס זיי העלפן אים איז ווייל זיי זענען קאנווינסד 120 פראצענט אז ער איז נישט געווען דער מערדער.
ס'איז נישט אז מען "פארדעכטיגט" אז דרייליך איז אומשולדיג, אבער מען האט נישט קיין באווייזן דערצו. ניין און נאכאמאל ניין, עס איז דא קלארע עווידענס, און אויך האט מען די עדות'שאפט פון אן איטאליענער ארעסטאנט וואס זיצט אין תפיסה, אויף די באשולדיגונג אז ער האט באלאנגט צו די מאפיא, ואכמ"ל וד"ל.
עס בלייבט נאר איבער צו האפן אז מען וועט האבן סייעתא דשמיא און באווייזן צו באפרייען דעם אומשולדיגן איד.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2005 19:32 |
|
| |
דער רשע גריבעץ, האט געמאכט ענג דאס לעבן פאר יודן אין ראקלענד אלאנגע צייט
די וויזניצע רבי האט אים אמאל איפרגענומען היתכן ער טיט אזוי צי אייגענע ברידער און ער ווערט כסדר נכשל מיט מסירה און נאך ערגער,
האט ער געענטפערט אז דינא דמלכותא דינא, און עס איז זיין אחריות נישט צו לאזן די זאכן דורכגיין
נאך אפאר יאר האט מען אים אליין ארעסטירט אויף עובר זיין אויף דינא דמלכותא.. ווער עס ווייסט די פרטים ביטע פאוסטן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2005 20:23 |
|
| |
Ziskeit
עס זעט אויס אז דו ביסט א בקי אין דעם קיעס
לויט דיין מיינוג פאוואס וואלט דענדלער געגיינגען זאגן עדות שקר אויף אן אומשולדיקען אידן וואס האט ערשט פאסירט בא אים אזא געפערלעכע טרגדיא?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2005 20:45 |
|
| |
זיסקייט
צו דער דער דרייליך איז שולדיג צו נישט ווייס איך נישט, דאס וועלן די געריכטן און לי לאיערס באשליסן
איך האב דיר געברענגט דעם אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם בצירוף מיט דעם פאקט וואס קיין איינער פון זיין משפחה און גוטע פריינט האבן נישט געהאט דאמאלטס צייט קיין ספק אין זיין שולד.
דו האסט לעומת זה געברענגט א קליין שטיקל נ י טיימס שלא ממין הטענה, א טרערן קוועטשער - פארטשיילע באנעצער ארטיקל אין א אידענע/קינדער זשורנאל ווי אויך אפאהר קללות אויף דעהם אנטי מוצץ טענדלער.
צום סוף ביזטו געקומען צו די החלטה אז איך בין א פארמאכטער קאפ.
ווי קום איך אריין אין בילד?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2005 20:45 |
|
| |
אפשר קען איינער פאסטען די גאנצע טרענסקריפט פונעם קארט?
אדרבה מ'וועט קענען שאפען מיט דעם דעם דעת הקהל,
אבער נישט געשטיקלט אזוי ווי דער שטערן האט געטון.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2005 19:48 |
|
| |
איך האב געהערט אז די משפחה רודערט קעגען דעם ארטיקל פון דעם שטערן.
לדעתי האבען זיי גוט געטון.
וואס קען שאדען צו מאכען א D&a טעסט?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2005 22:54 |
|
| |
איך האב גערעדט מיט איינעם וואס איז געזעסען מיט אים אויף איין באנק אין די יאנג איזראעל שול ביי עוועניו L און OCEAN AV ער געדענקט ווי ער איז אלעמאל געווען היבש whacky און פול מיט סודות - זיין ביזנעס איז געווען צו פארשאפן loansוואס די source איז געווען בסוד סודות (והמבין יבין). איך זוך נישט צו מלמד זכות זיין אויף ראביי טענדלער, אבער הכל מודים - שגץ אהער שגץ אהין - קיין משוגענער איז ווייט נישט, און ער וואלט זיך נישט געזוכט כבוד מיט perjury בפרט ער מיט זיין דינא דמלכותא דינא שיטה
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2005 23:06 |
|
| |
איך וועל אויך פראבירן אריינצולייגן מיינע 2 סענטס אויב איך האב.
איך געדענק גאנץ גוט אז דער מערדער פון ר' יחזקאל ווערצבערגער (משמש) הי"ד איז ליידער אומגעקומען דורך א מערדערישן קול פון א רוצח.
יעדער ווייסט אז דער וואס זיצט אין תפיסה איז נישט דער וואס האט אים ליידער אומגעברענגט. ניין און נאכאמאל ניין.
נישט דעיוויד רענטא האט געשאסן ר' יחזקאל'ן. אבער ווער זיצט אין דזשעיל דעיוויד רענטא.
אונזער משיח השם קען האבן טויזענט און איין תירוצים, אבער דער מציאות איז, אז הונדערטער מאל זיצן מענטשן פאר פארברעכנס און מארד וואס זיי האבן קיינמאל נישט געטאן.
אונזער דרייליך איז מעגליך אויך איינער פון די טויזענטער אומשולדיגע.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 00:04 |
|
| |
אויסשווארץ. וויאזוי ווייסטו אזוי גוט אז דעיוויד רענטא האט "נישט" גע'הרג'ט ר' יחזקאל? אדרבה לאמיר אויסלופטערן די סוגיא.
SHIA. ס'איז DNA נישט D&A.
|
|
|
|
|