בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

דער ארעסטאנט "דרייליך"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/11/2005 00:52 לינק ישיר 

אויסשווארץ, ברוך שכונתי, איך האב היינט געליינט די אשכול פון אנפאנג ביז צום סוף און עס איז מיר אויפגעקומען אין געדאנק די גאנצע מעשה פון יחזקאל ווערצבערגער'ס מערדער וויאזוי די דעטעקטיווס האבן געארבעט צוזאמען מיט די וויליאמסבורגער עסקנים צו פאבריצירן פאלשע באווייזן קעגן דעם דעיוויד רענטא.

אבער איך מיין אז דעיוויד רענטא איז יא געווען דער מערדער, נאר עס איז נישט געווען קיין באווייזן און וועגן דעם האט מען געמוזט "שאפן" באווייזן.

לעניננו, די רענטא מעשה ווייזט ווי גרינג עס איז צו מאכן באווייזן אויף א מענטש וועם די דעטעקטיווס און די DA ווילן זען אין תפיסה (רוב מאל כדי צו בארואיגן די כעס פון די קאמיוניטי)

מיין מיינונג: פארוואס אפילו דיבעטן? לאמיר ווארטן אויף די DNA טעסט. אויב ווייזט די DNA אז ער איז נישט געווען דער מערדער, זאל ער ארויסגיין פון תפיסה תיכף ומיד, און אז נישט וועט ער דאך סייווי בלייבן זיצן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2005 00:55 לינק ישיר 

קיינער האט נאך נישט גענפערט אויפן פשוט'ן שאלה פאוואס וואלט טענדלער גיין זאגן עדות שקר אויף אנאדערן אידן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2005 00:57 לינק ישיר 

דאס דארפט איר פרעגען פון ראביי טענדלער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2005 01:31 לינק ישיר 

ס'האט עטליכע תירוצים.

די ערשטע און בעסטע תירוץ איז: ער הייסט טענדלער.

די צווייטע תירוץ: ער האט אפגעמאכט מיט זיין שטוינענדן פארדרייטן קאפ אז דרייליך איז א מערדער און האט געהאלטן אז ס'איז א מצוה אז מען זאל אים איינזעצן.

עס איז דא א דריטע תירוץ וואס האט איין ווארט "קארופציע", אבער אין דעם וויל איך נישט אריינגיין יעצט, וד"ל.

תוקן על ידי - ziskeit - 18/11/2005 1:37:43



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2005 04:29 לינק ישיר 

אויסשווארץ

מיר אידן גלייבן אין דין וחשבון אין יש מנהג לבר'
ווי עס זעט אויס (לויט א געוויסע דעה) זיצט שוין יא היינט צו טאג'ס ר'יחזקאל ווערצבערגער'ס מערדער (נישט אויף די קלאגעס)

וואס האלסטו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2005 06:36 לינק ישיר 

זיסקייט

ווען וועסטו ארויף לייגן די טראנסקריפס פון דעם קעיס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2005 16:38 לינק ישיר 

עס איז קלאר אז דעיוויד רענטא איז נישט געווען דער מערדער פון ר' יחזקאל משמש.

אבער וויבאלד דער DA היינס האט געוואלט אפשטילן די געמיטער פון די חסידים, האט מען געכאפט אן ערל (זיכער א רוצח אויך) און ער זיצט עד היום הזה.

איך ווייס פון גוטע קוועלער אז פארשידענע עסקנים דעמאלטס האבן אנגעוויזן פאר די עדות, אז זיי זאלן צייגן אויפן גוי רענטא, אויפן ליין-אפ, און אזוי איז ער אנגעקלאגט געווארן און דערנאך געפינען געווארן שו לדיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2005 17:27 לינק ישיר 

דאס אנרופען דעם דרייליך קעיס א בייזוויליגער בלוט בלבול האט אזא פנים ווי ווען די מתנחלים פארגלייכן די התנתקות צו די האלאקאוסט

מיין 2 סענטס נאכ'ן ליינען דעם ארטקיל און דעם אשכול
טענדלער האט - פאר סאם ריזאן - באשלאסן אז ער איז דער מערדער כאטש ער האט נישט געהאט קיין באווייזן, קען זיין צוליב וואס ער האט איהם געזאגט אז ער ליידט פון קאשמארן... און אויך דעם ארויף איז ער געגאנגן עדות זאגן

טענדלער האט געטוהן שלא כדין, און באשולדיגט א איד אן קיין ריכטיגע באווייזן, וואס ס'קען יא אדער נישט זיין.

אבער דאס צו רופן א ביזוויליגער בלוט בלבול איז איבערגעטריבן!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2005 17:57 לינק ישיר 

אין טעקסאס - די סטעיט ווי עס ווערט אויסגעפירט די מערסטע "קעפיטאל פאנישמענט", איז נעכטן אפיר געקומען באווייזן, אז א מאן וועם מען האט הינגעריכטעט מיט 12 יאר צוריק צוליב א מארד קלאגע. איז געווארן אומשולדיג געטויטעט.
דער הויפט עדות האט זיך מודה געווען "אז די פאליציי האט אים געדרוקט ער זאל עדות זאגן קעגן יענעם, טראץ דעם וואס זיי האבן נישט געהאט קיין שום באווייזן אויף יענעם, אויסער וואס יענער איז געווען א שכן קעגן איבער פון ווי דאס מארד איז פארגעקומען" ער האט עדות געזאגט נאר צוליב די פאליצייאישע דרוק, און ווייל ער האט פשוט מורא געהאט מען זאל זיך נישט צו אים נעמען, און לייגן אויף אים די פארדאכט.
נאך א לעבעדיגע משל ווי אומשולדיגע מענטשן ווערן כסדר פאר'משפט, אפילו אויף טויט אורטייל.
כל שכן דא ווען מ'רעדט פון א איד שומר תומ"צ, וואס מען איז מחוייב עפ"י הלכה דן צו זיין לכף זכות. און דער עדות קעגן אים איז א באוואוסטער פוסטער מענטש און אן עבריין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2005 18:59 לינק ישיר 

אינגערמאן

וואס קען זיין מער "בלוט בלבול" ווי דאס אויב די מעשה איז געשען מיט דיין ווערסיע?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2005 21:16 לינק ישיר 

איך וויל נישט שרייבען בנוגע לעניננו ווייל איך קען נישט די פרטי המעשה, אבער בכלליות, לגבי די סטאטיסטיקס פון וויפיהל מענטשען זיצען 'אומשולדיגערהייט', איז כדאי להבין: באפרייט מיינט נישט אומשולדיג. עס קען זיין reasonable doubt, ד.מ. יש מקום צו זאגען אז דער מענטש איז אומשולדיג, און דערפאר באפרייט מען איינער אבער דאס מיינט נישט אז יענער איז טאקע אומשולדיג. עס קען זיין אז איינער פון די פראצעדורען זענען נישט ריכטיג געטוהן געווארען און דערפאר באפרייט מען יענעם. עס קען זיין אז מען האט צוריקגעהאלטען אינפארמאציע וואס וואלט געהאט א חלק אין יענעמ'ס פארטיידיגונג וכדו'. דאס אלעס מיינט נישט עמנו הייתם במקום פלוני און דער באשולדיגטער איז אומשולדיג. גאנץ ווייניג מענטשען זיצען טאקע אומשולדיגערהייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2005 21:38 לינק ישיר 

דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט

ס'דירקענט זיך אז דו קענסט נישט ציפיל ענגליש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2005 22:20 לינק ישיר 

אהרוני, דו רעדסט צו מיר? איך בין אן ענגליש טיטשער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2005 22:48 לינק ישיר 

דערמאנסט מיר פון א ענגלישע טיטשער אין איינע פון די היימישע מוסדות (א חסידישע יונגערמאן, א איזרעלי) וואס איז נישט לאנג צוריק געגאנגען צו די אימיגרעשאן דעפט. אריבערצוגיין די הירינג פארן ווערן א סיטיזן.

ער קומט אריין אינעווייניג זאגט עם דער אפישל

Raise your right hand and repeat after me

דער יונגערמאן קוקט עם אהן און פארשטייט נישט קיין ווארט.

דער אפישל פראבירט א גרינגערן ענגליש

Put your hand in the air

דאס האט שוין דער יונגערמאן פארשטאנען, ער הייבט אויף זיין האנט און לייגט עס אויף די אויער (ear)

דער אפישל האט זיך איינגעהאלטן מיט כוחות נישט צו לאכן. דער יונגערמאן האט געזען אז ער האט געמאכט א גרויסן פאנטשער, און האט געוואלט אימפרעסן דעם אימיגרעשן אפישעל, רופט ער זיך אהן פאר עם:

Don't worry my english, I good english teacher

דער אפישל קוקט עם אהן אינגאנצן סורפרייזט. "ער" איז אן ענגליש טיטשער? דער יונגערמאן זעט עס און רופט זיך אהן:

I know you surprise, my mother when she hear i english teacher she smelled

ער האט געמיינט צו זאגן Smiled...

בעליוו איט אר נאט, דער יונגערמאן האט דורכגעמאכט די טעסט און איז בשטו"מ געווארן א סיטיזן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2005 23:57 לינק ישיר 

פון וואו נעמסטו אז איך קען נישט קיין ענגליש (איך קען גוט וכל מכירי יעידו)?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > דער ארעסטאנט "דרייליך"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext