ווער האט אויפגעבויעט באבוב?
מצורף קובץדאס איז א חלק פון א קונטרס וואס איז ארויסגעקומען דורך די באבוב'ער מוסדות בשנת תשמ"א. תשמ"א איז, לכל הדעות, געוועהן לאנג פאר איינער האט אנגעהויבען רעדן לכאן ולכאן סיי אויפען רב ז"ל הכ"מ און סיי, להבדיל, אויף ב"צ.
אין דעם אפיציעלען קונטרס וואס איז ארויסגעקומען דורך מוסדות באבוב בארה"ב, בשם "שנת המאה לישיבת באבוב תרמ"א-תשמ"א" ווערט געשילדערט בקיצור נמרץ די גאנצע באבובער היסטאריע משנת תרמ"א - תשמ"א. דארט שטייט קלאר ווער עס האט געהאלפען בויען די מוסדות, ווער איז געשטאנען לימין קדשו פונעם פריערדיגען רב ז"ל און מיט וועמען ער (מהר"ש) האט זיך באראטען על כל צעד ושעל.

|
|