בית פורומים לחשוב מחשבות

שער המחשבה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/11/2005 18:11 לינק ישיר 
שער המחשבה

ברוכים הבאים און Welcome everybody

נו, נאך א חכם האט זיך געעפנט א פורום, זיך אויסצוגעבן זיינע בויך דרוקענישן! יא, אזוי איז דאס טאקע, נאר מיט איין וועריאציע. דער פורום באשטייט נישט פון איין חכמ'ס מח ליפטערינגען, נאר עס איז א צוזאמקונפסט-ארט פאר מאנכע חכמים, צו זאגן וואס זייער מח טראכט און הארץ באגערט. און חכמים מיין איך טאקע קלוגע-לייט!

וועט איר פרעגן: אין וואס דעפינירט זיך דער זין פון א קלוגן מאן? האט אונז משה רבינו אויסגעלערנט אין אונזער תורה: 'ומלתם את ערלת לבבכם וערפכם לא תקשו עוד', וואס טייטשט זיך אויס: איר זאלט אויפשניידן דעם צוים וואס באנעמט אייער הארץ [וואס איז דאס פארקערטע פון א חכם] און דאן וועט איר נישט פארהארטעווען אייער גענאק. דאס הייסט אז טיפשות צייגט זיך ארויס מיט עקשנות, אדער ווי די רבי'ס פלעגן דאס רופן: הארט-נעקיגקייט.

מיר דא האמיר שוין ארום געקלעטערט אויף אסאך וועגן און געזוכט דעם אמת, און מיר זוכן נאך ווייטער. מיר האלטן זיך נישט אפ פון זיין אפן צו אנדערע צדדים, און אנדערע מיינונגען. און די מיסיע פון דעם בלאג איז טאקע אויף דעם געשטעלט אויסצושמועסן אנגעלעגנהייטן מיט א ברייטקייט, און הערן אנדערע מיינונגען איבער די נושאים, ביז מען וועט זיך דערגרונטעווען צום אמת.

ממילא דו ליינער! ווען דו ליינסט א מיינונג וואס איינער שרייבט, באטיטל איהם נאך נישט אלץ קליין-קעפיג, אפילו דו האלטסט אנדערש. ווייל ווי פלעגט נאר דער רבי זאגן: דארט וואו דו גייסט, פון דארט קום איך שוין!





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2005 18:43 לינק ישיר 

ברוך שהחיינו וקיימנו והגענו לזמן הזה.

פון א קלוגען יוד האב איך אמאל געהערט, וויאזוי ווייסט מען ווען מ'דאנקט דעם רבוש"ע אז מ'מיינט עס ערנסט? די ערשטע מעסטער איז, טוסטו דאנקן די "לעבעדיגע נאנטע" מענטשן וואס זענען כסדר מיט דיר, אזוי ווי דיין מאמע למשל. (מענטשן וואס מ'האט מיט זיי נישט קיין נאנטע שייכות איז גרינגער צו דאנקען, ווייל מ'וויל זיי זאלן האבן אויף אונז א גוטן בליק, משא"כ די נאנטע ווייסן שוין סייוי ווער די ביסט!) אויב נישט איז דאס דאנקן דעם רבוש"ע אויך נישט אויפריכטיג.

וויל איך טאקע קודם בדאנקן דעם מחבר פאר'ן נעמען די מיה אהער צו שטעלן דעם בלאג וואס וועט האפנטליך זיין א בית וועד לחכמים צו קענען דורכ-לופטרן גדאנקן מיט ריכטיגע געפילן, און א ספעציעלן דאנק פארן אפשרייבן דעם שיינעם מייסטערהאפטן ברוכים הבאים. יישר כחך שֶכָתַבתָ. זאל אים דער רבוש"ע העלפן מיט הצלחה וכל טוב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2008 05:01 לינק ישיר 
תהיו ברורים בבקשה!

שפת המדינה [מסוכם לכל הדעות] היא עברית.
אני ורוב החרדים לא יודעים בכלל לקרוא אידיש. אבל אתם יודעים לכתוב עברית.
אז, במטו מכם, אולי תעברו לעברית.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/11/2013 16:53 לינק ישיר 

אולי אתם מעוניינים לדבר על פסק ההלכה של הרב עובדיה יוסף זצ"ל על "שטחים תמורת שלום"? יש ראיון מאוד מיוחד עם הרב דוד בר חיים בו הוא מדבר על הפסק הלכה. הנה הלינק: http://machonshilo.org/en/eng/component/content/article/34-featured/668-land-for-peace-and-harav-ovadia-yosef



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > דת ואמונה > לחשוב מחשבות > שער המחשבה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext