אט זענען עטליכע ניגונים פון יאסעלע ראזענבלאט, די פינטעלעך זענען ערטער וואס אויך נאך מיה און פלאג האב איך נישט פארשטאנען, ווער עס קען זאל ביטע אנפיהלן די לעכער.
צום באהויפטן, אז דער ליד "די אידישע מאמע" איז פון די לייכטסטע צום פארשטיין. אויך וויל איך באתייכענען, אז יאסעלע האט נישט פארפאסט קיין איינע פון די לידער, די נעמען פון די פארפאסער האב איך יעצט נישט צייט צו ארויפלייגן.
א אידישע מאמע
איך וויל ביי אייך א קשיא פרעגן,
זאגט מיר ווער עס קען.
מיט וועלכע טייערע פארמעגן,
בענטשט ג-ט אלעמען.
מען קויפט דאס נישט פיר קיינע געלט,
דאס קריגט מען נאר אומזיסט.
און דאך אז מען פארלירט דאס, אוי,
פיהל טרערן מען פארגיסט.
א צווייטע גיט מען קיינעם נישט, עס העלפט נישט קיין געוויין,
ווער עס האט פארלוירן דער ווייסט שוין וואס איך מיין.
א אידישע מאמע,
עס גיבט נישט בעסער, אויף דער וועלט,
א אידישע מאמע,
אוי וויי ווי ביטער, ווען זי פעהלט.
ווי שיין און ליכטיג איז אין הויז ווען די מאמע איז דא,
ווי טרויעריג פינסטער ווערט, ווען ג-ט נעמט איהר אויף עולם הבא.
אין וואסער אין פייער,
וואלט זי געלאפען פאר איהר קינד.
נישט האלטן איהר טייער,
דאס איז געוויס די גרעסטע זינד.
אוי ווי גליקליך און רייך איז דער מענטש וואס האט,
אזא שיינע מתנה געשענקט פון ג-ט.
נאר איין הארציגע אידישע מאמע,
אוי, מאמע מיין.
----------------
א געבעט
מיט א צובראכענעם הערץ,
און מיט ליידן אהנע שיעור,
זאג איך יעצט תהלים, ווייל יעדער מיט מיר,
וויינען קלאגן אויף דעם אומגליק פון דער מלחמה צייט.
ער פערוואנדערט אין מיר, טרויער א שרעק,
ער רייסט דעם לעבן, פון קינדער אוועק,
דער פלאם פון פייער ברענט עס אזוי ווייט, אזוי ווייט.
טאטע מאמע, שוועסטער ברידער, ווייב און קינד,
לאמיר בעטן ג-ט ...
ג-טעניו, טאטעלע, שענק אונז דיין בליק,
ברענג יעדן, צו טאטעלע, געזונטערהייט צוריק,
ווער ווייסט נאך ווער, ווי דו מער,
צו קינדער האבן קומט אהן שווער,
דאן אונזער טאטע, אונזער געבעט דערהער.
רחמנות האב, אויף די עלטערן, ..
עס איז יונגע לעבנס, יונגע בלוט, ..
זאל זיין שלום שוין, ..
און בשלום ברענג די קינדערלעך אהיים.
--------------
די נבואה
איך זעה די נבואה,
ווי א גרויסע ישועה,
וועט קומען אויף מיין ליב פאלק ישראל.
פון גרויסע די גרעסטע,
פון פיינע די בעסטע,
וועלען די ישראלים זיין נאכאמאל.
געארבייט מיט זיי שווער,
גאר אהן איין אויפהער,
האט פרעה דער מלך פון מצרים.
נאר דער רחום וחנון,
וועט אין זיי זיך נאך דערמאנען,
און זיי פיהרען אין דעם לאנד דעם נייעם.
נאר איין ג-ט, וועט זיין מיט אונז,
אין דעם לאנד, דעם שיינעם,
שירה זינגען וועלען מיר אלע אינאיינעם.
אויף דעם ביימעלע,
אין זיין היימעלע,
הענגען וועט דער גלות פידעלע.
אויף דעם בענדעלע,
אין זיין וועלדעלע,
זינגען וועט ער א לידעלע.
ישראל עס וועט זיין גוט, דאס זעה איך פון נבואה,
ג-טעניו ... וועט קומען די ישועה,
אויף דעם ביימעלע,
אין זיין היימעלע,
הענגען וועט דער גלות פידעלע.
אויף דעם בענדעלע,
אין זיין וועלדעלע,
זינגען וועט ער א לידעלע. אמן.
--------
יאהרצייט ליכט
יתגדל, ויתקדש, שמיה רבא.
אוי, יאהרצייט ליכט,
אין א ווינקעל אליין,
מיר ברענען דיר היינט, מיט הייסען געבעט,
דיין פלאם זאל באלייכטען, פערגעסענע טעג,
זאל גיסען א שיין, אויף דעם דונקעלן וועג.
צו געפינען א הארץ, אין א הארץ וואס אמאל,
האט געלעבט, און האט געזאגט,
יתגדל, יתגדל.
אוי, יאהרצייט ליכט,
אין א ווינקעל אליין,
דו זאלסט אונז דערמאנען, ווי נישטיג מיר זיינען,
דערמאנען דאס הארץ מיט א ברענענדער פלאם.
צו געדענקען א נאהנטער, הייליגער שטאם.
צו וויינען צו קלאגען,
אין ליכט פון דיין שטראל,
מיט ביטערע טרערן,
יתגדל יתגדל.
אוי, יאהרצייט ליכט,
פערטרויערט פערטראכט,
וועסטו אמאל ברענען,
פאר מיר ווען א נאכט,
יתגדל ויקדש שמיה רבא.
.. יעצטיגע שעה,
זאל קלינגען דיין קדיש ..
זאל קלינגען דיין קדיש, יתגדל,
יתגדל, ויתקדש שמיה רבא.
לאמיר זיך איבערבעטן
לאמיר זיך, לאמיר זיך, איבערבעטן, איבערבעטן, אבינו, אבינו, אבינו שבשמים,
לאמיר זיך איבערבעטן, זיי דיינע ווערטער מקיים.
לאמיר זיך איבערבעטן, אבינו שבשמים,
לאמיר זיך איבערבעטן, זיי דיינע ווערטער מקיים.
לאמיר זיך איבערבעטן, לאמיר זיך איבערבעטן, זיי שוין דיינע ווערטער מקיים.
ווייל נסים ונפלאות, האסטו דאך צוגעזאגט, צו ווייזן אונז אזוי ווי אמאל,
גענוג שוין, גענוג שוין, געפלאגט און געיאגט, און בעפריי דיין פאלק ישראל.
לאמיר זיך, לאמיר זיך, איבערבעטן, איבערבעטן, דערמאן זיך, דערמאן זיך, אין אונזער יחוס,
לאמיר זיך איבערבעטן, לאז שוין אויף אונז נישט מער קיין רציחות.
לאמיר זיך איבערבעטן, דערמאן זיך אין אונזער יחוס,
לאמיר זיך איבערבעטן, לאז נישט אויף אונז קיין רציחות,
לאמיר זיך איבערבעטן, לאמיר זיך איבערבעטן, לאז נישט מער אויף אונז קיין רציחות.
ווייל נסים ונפלאות, האסטו דאך צוגעזאגט, צו ווייזן אונז אזוי ווי אמאל,
גענוג שוין, גענוג שוין, געפלאגט און געיאגט, און בעפריי דיין פאלק ישראל.
לאמיר זיך, לאמיר זיך, איבערבעטן, איבערבעטן, זאל שוין אויף אונז רוהען דיין שכינה,
לאמיר זיך איבערבעטן, זאלן די שונאים אויסגיין פאר קנאה.
דלאמיר זיך איבערבעטן, אבינו שבשמים,
לאמיר זיך איבערבעטן, זיי דיינע ווערטער מקיים.
לאמיר זיך איבערבעטן, לאמיר זיך איבערבעטן, זיי שוין דיינע ווערטער מקיים.
לשנה הבאה בירושלים.
------------
קלי קלי
קלי קלי, למה עזבתני,
קלי קלי, למה עזבתני.
אין פייער אין פלאם, האט מען אונז געברענט,
איבעראל געמאכט, אונז צו שאנד און צו שפאס.
זיך ... האט אונז, קיינער נישט געקענט,
נאר דו מיין ג-ט, געדענק דיין הייליגע ...
.. ..
קלי קלי, למה עזבתני,
קלי קלי, למה עזבתני.
טאג און נאכט, נאר איך טראכט,
פון דיר מיין ג-ט.
איך היט מיט מורא,
אפ דיין תורה,
דיינע צעהן געבאט.
רעטע מיר, רעטע מיר אפ פון ..,
ווי אמאל, די אבות ..
הער מיין געבעט, מיין געוויין,
.. מיר נאר אליין,
שמע ישראל, ד' אלקינו, ד' אחד.
--------------
שופר של משיח
נישט ווייט צו געהן,
קען איעדערער זעהן,
ווי אונטער א שטיין,
אין איין טיפער הייל.
ליגט אונזער קרוין,
לאנגע יאהרן שוין,
אונזער דוד,
מלך ישראל.
דוד דוד, שטיי אויף פון דיין שלאף,
געטרייער פאסטוך און ..
זעה ווי מען קלאפט אונז אויס, דיינע שאף,
און קיינער נעמט זיך פאר זיי נישט אהן.
אבער אז וועט הערן דעם שופר של משיח, יא.
וועט ער אויפשטיין פון זיין קבר גיך, יא.
און וועט זיך זעצן אויף זיין שטוהל,
און וועט זיך געבן אויף זיין פידעלע א שפיעל.
און אויף דער מינוט וועט זיך געבן א רוק,
פיהלע מוזיקאנטן,
און א יעדער איד וועט שפילן מוזיק,
אויף דעם תהלים דעם בעקאנטן.
און אויך דער ים,
וועט ..
שאקלען מיט די ..
און דער גרינער וואלד,
וועט קומען באלד,
און קלאפן מיט די בלעטלעך.
און דוד המלך מיט זיין פידעלע,
וועט יעצט שפילן א פרייליך לידעלע,
..
..
קומטס מיט מיר,
..
.. לעבעדיגן ג-ט.
שלאף
איילי לאלילא, איילי לאלילא,
איילי לאלי, לאלי לאלי, איילי לאלי לא.
שלאף שוין, מיין טייער פייגעלע,
מאך שוין צו, דיין כשר אייגעלע,
שלאף שוין שלאף, אין זיסער רוה,
איי איי לאלא לאלא לאלא.
שלאף, דורך די גאנצע נאכט,
איבער דיין קעפעלע, א מלאך וואכט,
מאך שוין דיינע אייגעלעך צו,
איילי לאלי לא.
אייזעלעך, הינדעלעך, פייגעלעך,
ציגעלעך, קעלבעלעך שאף און רינדער
שלאפן און רוהען אלע ביינאכט,
ווי די קליינע קינדער.
שלאף, שוין מיין פייגעלע,
מאך שוין צו דיין אייגעלע,
איך בין שוין מיד אצינד.
שלאף, לאלא, שלאף, שלאף שוין,
שלאף, באלד גיי איך רופן דאס בערעלע,
איי לילילי לאלא, איי לי לילי לאלאלא,
אה אה אה איי לא.
שלאף מיין קינד, לאלא.
---------------
ועוד חזון אי"ה
 |
|
|