|
|
| נשלח ב-21/11/2005 23:42 |
|
| |
איז געווען אמאל א פאסטעכל, א פאסטעכל,
איז איהם פארלוירן געגאנגען זיין איין און איינציג שעפעלע,
גייט ער, זעהט ער א פור מיט שטיינדעלעך, מיט שטיינדעלעך,
האט ער געמיינט אזדאס זענען פון שעפעלע, די ביינדעלעך.
זאגט ער: אדוני,
טשי ניע באטשיוו טי?
זאגט ער: ניעט!
בידא בידא, ניעט נישטא,
א יאקזשע יא דאמוי פרידא?
גייט ער, זעהט ער א פור מיט דערנערלעך, מיט דערנערלעך,
האט ער געמיינט אזדאס זענען פון שעפעלע, די הערנערלעך.
זאגט ער: אדוני,
טשי ניע באטשיוו טי?
זאגט ער: ניעט!
בידא בידא, ניעט נישטא,
א יאקזשע יא דאמוי פרידא?
גייט ער, זעהט ער א פור מיט ניסעלעך, מיט ניסעלעך,
האט ער געמיינט אזדאס זענען פון שעפעלע, די פיסעלעך.
זאגט ער: אדוני,
טשי ניע באטשיוו טי?
זאגט ער: ניעט!
בידא בידא, ניעט נישטא,
א יאקזשע יא דאמוי פרידא?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 23:50 |
|
| |
אגב.
1. הענרי'ס שטימע איז נישט קיין פארגלייך צום פאטער'ס איך ווייס נישט אויב עס קומט איהם דער טיטל חזן.
2. עס איז נאטירליך אז א אוועקגעפאלן קינד זאל וועלן שילדערן דען טאטן אלס "אויפגעקלערטער", עס איז באקאנט אז יאסעלע האט אסאך אסאך געלט אנגעוואוירן צוליב אידישקייט, ער האט מיט קיין מוידן נישט געזינגען. אויפן זוהן זאג איך נישט קיין מיינונג.
3. אסאך אידישיסטן זינגען דעם "מאמע" ליד אבער איך האב געהערט עטליכע פון זיי זינגען אנשטאט "ווען ג-ט נעמט איהר אויף עולם הבא" א נייעם זאץ: "ווען ג-ט נעמט איהר ביי אונז צו" - זיי גלייבן דאך נישט אין עולם הבא ל"ע
4. כ'בין נישט קיין אדוואקאט פאר יאסעלע ראזענבלאט אבער וואס כ'ווייס קען'ך זאגן. כ'האב געהערט אריבער 100 שטיקלעך פון יאסעלע, דערונטער אלע ערשטע (פון די יאהרן תרס"ז-ס"ט, דוכט זיך אז דער "כי בי ירבו ימיך היום תאמצנו" איז דער ערשטער רעקארדירטער "שטיקל" זיינער) און דארט זענען קיין מיידלעך נישט פארהאן, ער האט געהאט שלעפערס פאר משוררים, אויפן באקאנטן ווידיא קען מען זיך דאס איבערצייגן
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 00:21 |
|
| |
נבוכדנצר קוק אין אישית
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 00:27 |
|
| |
הענרי איז נישט די שרייבער פון די בייאגראפי, זיין אנדערע זון שרייבט עס. איך ווייס נישט אויב יוסעלע האט געזינגען אין recording studio מיט מיידלעך נאר די מעשה גייט אזוי: דער זון פארציילט אז ער אז אמאל אריין אין די שטוב פון די קוואיער מיידלען אין יאסעלע ז"ל האט עם געפאקט ביי די מעשה. במשייח לפיתמו איז א גוי נאמן.
מאידך גיסא פארציילט עז די באקאנטע "בארדעניו" מעשה אין ווי שווער עס איז געווען צי פולען ביים טאטען צי זינגען ביי קאנצערטען.
ער זאגעט אז ער האט געשריבען א notepad פאר זיין פאטער די spanish opera words אויף יודיש אין עס האט אמאל פאסירט אז מען האט עס פארלוירען (אויב איך געדענק גוט האט ער געזינגען אן דעם אין קיינער האט נישט באמערקעט.)
נבוכדנאצר: איך זעה אז די קענסט יא די ווערטער פון פנו דרך kindly פאסט עס please ייש"כ.
תוקן על ידי - rosenwaser - 22/11/2005 0:40:16
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 01:26 |
|
| |
Nusen
יישר כחכם!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 02:07 |
|
| |
כ'בין נעכטן געווען ביי אייכלער אין ב.פ., קומט אריין א פרוי און פרעגט צו זיי האבן קאסעטאס פון ר' יו"ט עהרליך.
דער קעשיר האט נישט געוויסט פון וואס זי רעדט...
אזוי ווי עס גוי'ישט זיך אזוי אידיש'ט זיך. קלעסיקל מוזיק איז מער ווייניגער געבליבן לעבן נאר ביי מבינים. יו"ט עהרליך'ס קאמפאזיציע ווערט אויך נאר געשעצט ביי די וואס שעצן מוזיק. אין ווען איך זאג מוזיק מיין איך מוזיק.
פון די היינטיגע היימישע קאמפאזיציע טרעף איך עפעס טעם נאר אין טייל פון פינקי'ס ווערק. אבער פינקי'ס עיקר מעלה איז אז ער "פארשטייט" יו"ט עהרליך!
דאס איז אויסער די ליריקס, אין וואס ער האט אויך געמעסטערט.
דאס איז אויסער די אויסדריק (expression) וואס ער איז אויך געווען געוואלדיג!
(כ'מיין נישט זיין אקצענט, וואס איז גראדע א שטער ביי מאנכע. איך מיין אויסדריק אין נגינה. ווער ס'ווייסט איז איז אין נאטן געשריבן דריי פאקטארן: טאן, ריטעם, אין אויסדריק. ואכמ"ל
למשל קארלבאך, האט נישט געהאט ליריקס (נאר דאס ביסעל וואס פעלט זיך אויס פאר בלויס). אבער ער איז געווען גאר גיט אין קאמפעזיציע אין expression
אבער קארלבאך אין יו"ט עהרליך זענען צוויי באזונדערע באגריפן. ס'איז אזוי ווי עפעלס און האט-דאגס, ביידע זענען גיט.....
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 02:18 |
|
| |
חבלי משיח, זענען מיינע פעוועריטס!
ס'איז געוואלדיג,
ער האט דארט א ניגון, פון די חלומות וואס די מלחמה איבערלעבער פלעגן נעבעך האבן ווי זיי טרעפן זיך מיט זייער אומגעקומענע משפחה מיטגלידער,
איך געדענק נישט די ניגון אבער איך געדענק אז ס'איז עפעס מורא'דיג!
אויך האט ער דארט די באוויסטע ניגון ווי ער שילדערט ווי אזוי חתונות האבן אויסגעקוקט תיכף נאך די מלחמה,
איין איינגעלויף,
א טומל אויפן הויף,
לויפן אידן דער אראפ און דער ארויף
פון יעדן זייט,
פון נונט און פון ווייט,
א חתונה ביי אידן שוין נישט געווען קיין צייט,
מזל טוב מזל טוב!!!
נתן, לייג ארויף דעם טעיפ
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 02:27 |
|
| |
Nusen
א גרויסן דאנק פאר דעם
איך זיך שוין א לאנגע צייט ר' יום טוב ערליך'ס טעיפ'ס אויף CD האט איר א אהנונג אויב מען קען קויפן אלע יום טוב ערליך'ס טעיפ'ס אוף CD ?
Nusen ביסט א ריכטיגער מזכה את הרבים
נאך אמאל א הארציגן ישר כח
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 04:49 |
|
| |
קושקע,
איך טייל דיין געשמאק: די צוויי חלקים "חבלי משיח" זענען עפעס ווי ארויסגעריקט פון גן עדן. איך ווער משוגע פאר די ניגונים, די ווערטער, דעם תוכן אא"וו.
דער ניגון פונעם חלום - ס'איז, ווי דעם גאנצן איבעריגן, עפעס אויסטערליש. אבער ער רעדט דארט פון חלומות וואס מ'האט געהאט ביי דער ענדע פון קריג, ווען ער און זיינס גלייכן - טייטש, די וואס זענען געווען פארווארפן אין יענער עק רוסלאנד - האבן נאכנישט געוואוסט פינקטליך וואספארא שרעקליכער חורבן דא איז פארגעקומען. באלד נאך דעם חלום ניגון, דערציילט ער וועגן דעם "ערשטן בריוו" וואס איז צו עמיצן דארט דערגאנגען און האט די אומגליקליכע טרוימערס דערציילט וואס ס'האט פאסירט מיט די אידן אונטער די נאציס. דער אינהאלט פון בריוו ווערט אויך דערציילט מיט א ניגון. און טאקע דא קומט אמ-בולט'סטן צום אויסדרוק יו"ט ערליכ'ס אויסטערלישער כוח. דער ערשטער ניגון, אין וועלכן ער שילדערט די חלומות מיט וועלכע מ'האט זיך געטרייסט, איז עפעס אזוינס וואס פירט דעם צוהערער ארויס פון הוה, ארויף אין דער לופטן, איבער די כמארעס - עפעס אין אזא נישט-דאאיגער עקזיסטענץ. דער צווייטער ניגון, אין וועלכן ער דערציילט דעם אינהאלט פון יענעם ערשטן שרעקליכן בריוו, איז אזא שרעקליך-מיואש'דיגער טאן, פול מיט ביטערער פארצווייפלונג.
איך וועל פרובירן ארויסשרייבן די ווערטער פון זכרון - אויף ער וועט מיר יעצט דינען.
געזען איך האב א חלום,
ווידער איז שלום.
איך קער זיך אהיים צוריק ווי געשווינד.
איך זיץ אויפ'ן וואגן,
די פערד טוען טראגן:
צו טאטע, צו מאמע, צו א פרוי, צו קינד.
איך פאר דורך די גאסן,
שפאצירן דארט מאסן.
מען רעדט וועגן שלום מיט שמחה און גליק.
מען באטראכט מיר כסדר,
מיט זעלנערישע קליידער.
און קיינער דערקענט נישט, אז דאס קום איך צוריק.
אט זע איך דעם חדר,
------ כסדר
דעם הויז פון דעם רבי'ן, כ'זע ----.
(---------
---------)
א ניגון א נייעם, פון ווייטן מען הערט.
אט זע איך דעם טאטן,
דעם שטערן דעם גלאטן.
אויף זיין שויס א יונגעלע האב איך דערזען.
(------
--------)
ווען איך בין אוועק, איז ער נאכנישט געווען.
אט זע איך מיין מאמען,
מיט מיין פרוי צוזאמען.
זיי רעדן פון מיר אלע, איך הער עס גוט.
דער פענסטער איז אפן,
איך בין צוגעלאפן.
אבער איך כאפ זיך גלייך אויף, פונקט אין דער מינוט...
דאן פאלגט נאך דער ניגון פונעם בריוו (פון וועלכן איך ברענג עטליכע שטיקלעך):
דער בריוו טרעגער האט באגעגנט מיך,
און שמייכלען גענומען:
"איך האב א בריוועלע פאר דיר,
פון פוילן אנגעקומען!"
ער גיט מיר אפ דעם בריוו געווינד,
איך קלער מיר מסתמא:
'אדער פון מיין ווייב און קינד,
אדער פון מיין טאטע און מאמע.'
די ערשטע שורות ליגן פאר מיר,
די אותיות צעקראכן.
"ליבער פריינט עס שרייבט צו דיר,
יצחק לייב, דיין שכן.
"ווען דו ביסט אוועק, נאך יענעם טאג,
איז דער דייטש אריינגעקומען.
אלע אידן ארויסגעיאגט,
און אין שול אריינגענומען.
"צוגעמאכט האט מען וואו א טיר,
און דערנאך פון אונטן,
האבן זיי פון אלע זייטן פיר,
א פייער אנגעצונדן.
"דיין טאטע-מאמע זענען נישט געווען,
זיי זענען באהאלטן זיך געגאנגען,
האבן די דייטשן זיי דערזען,
און ביידן אויפגעהאנגען.
"דער רב דעם ארון קודש האט אויפגעמאכט,
גענומען א ספר תורה,
דער גאנצער עולם האט געווארט,
אין פחד און אין מורא.
"שמע ישראל השם אחד,
האט דער רב רואיג געצויגן.
דער גאנצער עולם האט געווארט,
מיט צוגעמאכטע אויגן.
"דיין פרוי געשטאנען איז אין א זייט,
די טרערן איינגעהיטן.
ביז געקומען איז דער רויך,
און האט גענומען שטיקן.
בכל אופן, חברה. ס'לוינט זיך צו פארשאפן די טעיפס און זיך מוטשען מיט זיין אידיש! ס'ווערט יעדן פרייז. (אגב, איז מיר א חידוש אז ס'איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן צו באארבעטן ווי געהעריג די דאזיגע צוויי טעיפס, און זיי ארויסגעבן אויף א פראפעסיאנאלן אופן. ס'וועט קיינמאל נישט האבן יו"ט ערליכ'ס אריגינעלן חן און הארציגקייט; אבער פארט - בעסער ווי גארנישט...)
תוקן על ידי - menchele - 22/11/2005 4:48:28
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 05:18 |
|
| |
מענטשעלע מיין פריינד, איר געדענקט דאס?
ר' יו"ט שילדערט ווי מלחמה איבערלעבער האבן זיך געווארפן נע ונד פון 1 לאנד צום צווייטן צו טרעפן א מקום מקלט,
ברוך השם! געקומען שוין קיין פוילן!
איך נעם די זעק איך וויל פון טרעין אראפ,
שטייט א פאלאק און ער טוט בעפוילן,
------
פוילן איז א לאנד, און ניט פאר אידן,
אידן וועלן דא ניט קענען זיין,
ס'איז א לאנד פון שונאים און באנדיטן,
ס'איז א לאנד פון צרות און פין פיין,
די פריינד געטויט געבליבן מער ניט איינע,
די הויז פערברענט מער ניט קיינע,
איך פאר אוועק, איך נעם די פעק,
איך פאר אהיים איך פאר אהיים איך פאר אהיים
----
טשעכן טשעכן טשעכן
דער טשעך האט אונז בעגענט מיט א צארן,
און געהייסן ווייטער גיין אין וועג,
און דייטשלאנד איז דאך אנדערש נישט געווארן,
באראקן פול מיט הונגער אין מיט שרעק,
דער אונגאר פאר'סמ'ט פון זיינע שכנים,
....זיי ממשיך מענטשעלע....
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 05:30 |
|
| |
נתן האסט אויסגעלאזט דעם ניגון
א גליקליכע נאכט
זיך געענדיגט די לעצטע שלאכט
בערלין איז בעפרייט צוקלאפט איז דער שונא
און שטאט איז א נייער מאכט
אונעם קעניגליכן זאל,
קומט איצט פאר א גרויסן באל,
עס פערברענגען דארט צוזאמען, אלע פירער פון איבעראל,
וכו'....
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 16:19 |
|
| |
בל"נ ביז עטליכע טעג וועל איך פאוסטן פארשידנס כ'בין יעצט פארנומען
דער ליד פנו דרך דארף איך נאך אסאך אויסהערן ער זינגט מיט א קאפעליע ס'איז שווער צו כאפן ועוד חזון
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 16:19 |
|
| |
ייש"כ התאחדות
|
|
|
|
|