| נשלח ב-23/11/2005 17:48 |
|
| |
menchele:
איך מיין טאקע דאוויד הארידאק, עס איז בעיסד אויף
song peer gynt from Edvard Grieg.
כ'האב נעכטען אויסגעהערט "געזען איך האב א חלום" איך האב געמיזט אויסלעשען דעם טעיף! ער לייגט אלעס אראף אזוי vivid אין קלאר. עס כאפט א שרעק.
עס טרעפט זיך נישט היינט אזעלכע בעלי כשרון ווי ר' יו"ט! (אויסער איינער וואס איז זייער טעלענטיד אבער ער זינגט וועגען קאווע א.ד.ג צו די לעטעסט גוי'שע פאפ סאנגס ר"ל)
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 03:12 |
|
| |
א שאד, א שאד.
איטס עי ראיל פיטי
איך האב א פילינג אז זיינע געדאנקן קימען פינעם זעלבע פלאטץ ווי פין די סאנגס.
אין סאיז נישט ריין קריעטיוועטי
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 04:31 |
|
| |
מענטשעלע. מ'האט שוין יא געמאכט פארזוכן צו איבערזינגען יו"ט'ס ניגונים אויף א "מער פראפעסיאנאלן אופן" אבער ס'טויג נישט. לעצטנס האט זושא שמעלצער ארויסגעגעבן א טעיפ מיט געציילטע יו"ט ערליך לידער געזונגען אויף א היינטיגן אונגערישן אידיש און גלויבט מיר אז ס'גריצלט אין די אויערן. קודם ווייל ס'גראמט פשוט נישט, נאכדעם ווייל ס'איז סתם אזוי נישט גוט געזונגען. די איין טעיפ פון מרדכי ב"ד און די צוויי פון אברהם פריד זענען געוואלדיג.
יו"ט ערליך איז לויט אלע דעות געווען דער לעצטער ערנסטער אידישער (כ'מיין "אידישער") לידער שרייבער (SONGWRITER). קיינער פון די היינטיגע, אבער קיינער, קען זיך נישט פארגלייכן צו אים. און קיינער וועט זיך אויך נישט וואגן צו שרייבן די סארט גראמען וואס ר' יו"ט האט געשריבן. ווי איינער האט אויבן דערמאנט אז אין סקווער האלט מען נישט פון "יאקאב" ווייל ער זינגט דארט "יונג און שיין". אבער דורכגייענדיג די לידער פון ר' יו"ט טרעפט מען פיל פיל אזעלכע און ענליכע ביישפילן פון אויסדרוקן פון געפילן און פון יעדן טאג לעבן אריינגערעכנט שילדערונגען פון פרויען און מיידלעך.
אין די ליד "א גריס אייך פון די שטעטאלאך (א גריס אייך פון די הייזקאלאך") זאגט ער: "...און אנטקעגן אויסגעפוצטע פרויען / אויף א ברית מען טראגט א קינד". שטעלט אייך פאר ווען יונתן שווארץ זינגט די זעלבע. די מעשה פון רבי עקיבא אין "תורה" האט אין זיך היפש ראמאנטישע שטריכן כאטש די מעשה קוקט אויס אינגאנצן פארקערט פון ראמאנטיש (וולעכער מאן פארט אוועק אויף פיר און צוואנציג יאר?): "דער באלעבאס איז א מיליאנער / וויל נישט זיין דעם פאסטוך'ס א שווער / און די מיידל / פיין און איידל / אויפ'ן הארצן אזוי שווער". די נישט געזאגטע חלק פונעם לעצטן פאראגראף ציפט אין הארצן, דער אבסטראקט איז געוואלדיג. ווייטער ווען רבי עקיבא קומט אהיים און זיין ווייב גייט אים אנטקעגן: "און ווי זי האט דערזען זיין פנים ווי ער שמייכעלט צו איר זיס / איבעראשט איז זי געפאלן אויף דער ערד פאר זיינע פיס". וואלט זיך ליפא געוואגט צו זינגען די זעלבע? אין "שמע בני" (אדער "אידיש נחת", כ'געדענק נישט): "דוב'לע האט נישט קיין ציין / און די באבע'לע האט נישט קיין ציין - דוב'לע וויל נישט זיין אליין / און די באבע'לע וויל נישט זיין אליין". אין "אידיש נחת": "מיידאלאך קלענערע גרעסערע / איינס פון די אנדערע שענערע". און נישט נאר אין דעם האט ער געהאט דעם חוש צו ארויסזאגן די געפילן אן צו ערוועקן וועמען'ס עס איז אפשיי אדער קריטיק (סיידן ביי די סקווערער...) אויך ביי טאג טעגליכע ערשיינונגען: "איר ווייסט פארוואס טוט מאיר וויינען און טוט אזוי קרימען / ער ליגט אין א טייך און קען נישט שווימען"...
דעם לעצטן שטיקל וואלט איך צוגעלייגט צום "אבי מ'לעבט, אבי מ'לעבט"...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 05:45 |
|
| |
ר' יו"ט שילדערט די ירידה אין אידישקייט אין גאנצעטע געגענטער איידערן קריג, ווי די השכלה האט זיך אריינגעכאפט,
שווארצע וואלקנס זענען אנגעקומען,
און פארשטעלט פון זוהן די שיין,
און א טרויער האט ארומגענומען,
אט דער קליינער שטעטל מיין,
וואס געבליבן איז דער ליבער חדר,
א מאדערענע שולע איז דארט,
אין די שולן דאווענט מען כסדר,
נאר קיין יוגנט איז ניט דא,
און עס טראגט זיך איין הילכיגער געלעכטער,
פון די קלוגן טאג און נאכט,
און זיי די ערליכע זוהן און טעכטער,
פון דער השכלה אריינגענארט,
אלעס איז צינויפגעמישט צוזאמען,
אלעס טאנצט און זינגט מיט פרייד,
נישט איין טאטע נישט איין מאמע,
פון וועלכע געגאנגען יונגערהייט,
עס ברענט די הויז עס ברענט אויך די ישיבה,
אין יעדן הויז א גרויסער בראך,
מען רייסט קריעה און מען זיצט שבעה,
אויף קינדער וועלכע לעבן נאך,
א גריס פון די שטעטאלאך, די ווינקאלאך די שיינינקע,
א גריס אייך פון דער ליבער אלטער היים,
א גריס אייך פון די געסאלאך, די הייזאלאך די קליינינקע,
א גריס פון יעדן גערטנדל און בוים,
די ישיבאלאך פארלאזענע, די שכנדלאך פארשלאסענע,
די הייזער פול מיט טומל און מיט שרעק,
די הערצאלאך צוריסענע, די ליפאלאך צוביסענע,
די קינדער וועלכע זענען ווייט אוועק.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 06:33 |
|
| |
א קלאסישע ר' יו"ט ערליך ניגון, די ליריקס זענען עפעס מורא'דיג נתפעל צו ווערן,
"צימבלען"
און לאמיר מכבד זיין אונזער חשובען ר' גימפל'ען,
ער זאל אונז דערציילן ווי אזוי מען וועט אונז פאר דעם "צימבלען".
ליד:
איינער האט אמאל חתונה געהאט,
מיט א גרויסן תלמיד חכם,
און האט צוגעזאגט פארן "הרי את",
אז זי וועט גיין אין זיינע דרכים,
צוגעדעקט די קאפ וועט זי שטענדיג גיין,
און היטן טהרות המשפחה,
און געקליידעט זיין צניעות'דיג און שיין,
די קיך וועט אויך זיין כהלכה,
און דורך געגאנגען איז עטליכע יאר,
מען האט געקריגן שלעכטע שכנים,
און זיי האבן זיך מיט די יונגע פּאר,
גענומען לעבן גוט אינאיינעם,
און קוקנדיג אזוי, האט די יונגע פרוי,
גענומען פירן זיך מאדערן,
מען איז יונגעלייט, און ס'איז א נייע צייט,
מען דארף שעמען זיך אויפהערן,
און קומען וועט א שעה, וועט זי קריגן געסט,
א מלאך פרעגן וועט איר נאמען
זי וועט זאגן "נאו" און ער וועט זאגן "יעס"
און ער וועט נעמען איר נשמה,
און צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען איר דארט צימבלען!
צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען איר דארט צימבלען!
פאר יעדן טריט און פאר יעדן שפאן,
וואס זי האט ניט דערציילט די מאן,
פאר אויפירן זיך ניט ווי עס פאסט,
פאר די קינדער פאר א גאסט,
פאר אפדעקן וואס עס דארף זיין פארשטעלט,
אפי' אין קאנטרע אין מיטן פעלד,
ווייל זי האט גערעדט, געזען, געהערט,
זאכן וואס די תורה האט פארווערט,
אז זי וועט קומען אין די הימלען,
אוי וועט מען איר צימבלען,
צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען איר דארט צימבלען!
צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען צימבלען!
בעקאנט איז איבעראל, דער הייליגער חז"ל,
ניט דא קיין צדיק אן עבירות,
און יעדער איינער היינט, מיינע גוטע פריינד,
איז דאך פול מיט אט די זכיות,
א קביעות זיך געמאכט, לערנען אלע נאכט,
מען וועט איינשלאפן נישט ביים ווילן,
און אז מען נעמט אראפ, דעם "של ראש" פון קאפ,
דערמאנט מען זיך אז דאס איז תפילין,
איר קוקט ארויס פון הויז, איר גייט אין גאס ארויס,
חצופת פול פון אלע זייטן,
איר דרייט אוועק די קאפ, איר קוקט ארויף אראפ,
און איך קענט זיי ניט אויסמיידן,
מען דארף פרנסה מער, מען ארבעט זייער שווער,
און דער לעבן אן א סדר,
די קאפ אזוי פארדרייט, מען ווייסט ניט ווי מען גייט,
און מען פאלט א דורך כסדר,
און קומען וועט א שעה, וועט מען קריגן געסט,
א מלאך פרעגן וועט דעם נאמען
מען וועט זאגן "נאו" און ער וועט זאגן "יעס"
און ער וועט נעמען די נשמה,
און צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען אונז דארט צימבלען!
צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען אונז דארט צימבלען!
פאר יעדן שמייכל און פאר יעדן בליק,
פאר אויסדרייען זיך און קוקן צוריק,
פאר אנרירן און פאר געבן הענט,
וועט מען קריגן מיט פראצענט,
פאר ביטול תורה און דאווענען קאלטערהייט,
פאר לשון הרע און לצנות רייד,
פאר נישט טון קיין טובה ווער עס בעט,
פאר חשש גזילה אפגערעדט,
וועט מען נעמען אין די הימלען,
און מען וועט דארטן צימבלען,
און צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען אונז דארט צימבלען!
צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען אונז צימבלען!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 18:33 |
|
| |
דאס איז ממיטב ניגוני יו"ט עהרליך, וואס אסאך קענען די ניגון אבער ווייסן נישט דער שטאם,
"דער גליקלאכער אמאל"
ליד:
און פונקט אין מיטן נאכט האט ער געזען א חלום,
א קליינע שטעטל פול מיט ליבשאפט און מיט שלום,
קליינע הייזאלאך צושטעלטע אין איין שורה,
דער גרויסער בית המדרש אויך שטייט אין דערמיט,
גייען אידן אין די גאסן גאר אן זארגן,
יעדער טראגט מיט זיך א פרייליכן "גוט מארגן",
דער געשמאק פון דאווענען ליגט אויף יעדנס צורה,
און די גרויסע שמחה וואס מען איז א איד,
ער קומט אין הויז און טראגט דעם טלית און די תפילין,
און דער קאפ איז פול מיט גליקלאכע געפילן,
זיין באלעבאסטע קומט אנטקעגן שוין א מאמע,
און זאגט "גוט מארגן" הויך מיט א צופרידן קול,
די פלאר געוואשן עס גלאנצט אין יעדן ווינקל,
אויף די פענסטער יעדע פורהאנגל עס פינקלט,
עס פאלט א געדאנק אין קאפ מסתמא,
איז עס א חלום און א מעשה פון אמאל,
דער גליקלאכער אמאל,
אין דעם קליינעם טאל,
וועל איך אלעמאל,
געדענקען,
דער גליקלאכער אמאל,
זכרונות אן א צאל,
וואס מאכן אלעמאל,
מיר בענקען,
א טיש א בענקל, א לאמפ מיט א שענקל,
דאס אלעס דורכאויס,
און ווי היכל, געלעגן א שמייכל,
איז אויף יעדן הויז,
דער גליקלאכער אמאל,
אין דעם קליינעם טאל,
וועל איך אלעמאל,
געדענקען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 18:35 |
|
| |
דער ניגון "דער גליקלאכער אמאל" קומט פון "לוקסוס 1"
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 19:23 |
|
| |
שלמה זלמן,
כ'קען נישט מער ווי מיט דיר מסכים זיין.
לגבי זיין דערמאנען זיטן און שטריכן, וואס קלינגען היינט "ראמאנטיש", איז די מעשה מסתמא אז די אלגעמיינע אומגאנגס שפראך איז דעמאלט געווען ברייטער ווי היינט. אבער פון דער אנדערער זייט - ווען יו"ט ערליך זאגט דאס, דערוועקן נישט די ווערטער פאקטיש קיין "ראמאנטישע געפילן." (למשל, ביי דיין ביישפיל פונעם ליד "א גרוס", אין וועלכן ער דערמאנט "פון אנטקעגן אויסגעפוצטע פרויען / אויף א ברית מען טראגט א קינד" - מיך ברענגען די ווערטער ארויף אין פאנטאזיע דאס בילד פון א ברית מיט די צוגעהערן. ס'טרייבט מיך נישט אריינצו"זומ"ען אין די "אויסגעפוצטע פרויען"...)
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 23:45 |
|
| |
מענטשעלע. ס'איז זיכער אז אין "אויסגעפוצטע" האט ער נישט געהאט וועלכע עס איז כוונה צו ערוועקן ראמאנטישע געפילן נאר ענדערש צו שילדערן דעם אונטערשיד צווישן א ברית מיט א לוויה. אינעם זאץ פאר "אויסגעפוצטע" זינגט ער וועגן אידן וואס גייען אין איין זייט אויף א לוויה און אנטקעגן קומען אויסגעפוצטע פרויען וועלכע פירן א קינד צום ברית. דאך וועט קיינער נישט זינגען אין דעם סטיל היינט צוטאגס. אבער אין די אנדערע ביישפילן וואס כ'האב אראפגעברענגט איז זיכער זיין כוונה געווען באהאלטענע (און צוריקגעהאלטענע) ראמאנטיקא. און וואס איז בעצם "ראנג" מיט דעם?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 00:25 |
|
| |
שלמה זלמן,
עס ווענדט זיך מסתמא אין "ווער" ס'רעדט. אויף זיין טעיפ "איך האב געווארט", זינג מרדכי א ניגון פון יו"ט ערליך - טאקע דעם "איך האב געווארט" ניגון - וואס איז באזירט אויף "שיר השירים". גענוי ווי ביי שיר השירים, דריקט דאס ליד אויס אן אומבאגרייפליכע, נאגנדע בענקעניש צו עמיצן, אן מפרש זיין פון וועמען/וואס דער מדובר איז. נאר וואזשע דען? אז ס'איז יו"ט ערליכ'ס א ניגון, איז פשוט אז "כ'האב אזוי געוואלט דיך זען, אזוי געוואלט געפינען," מיינט די הייליגע שכינה; ווידער ווען "פון בענקשאפט איז מיין הארץ, געווארן ווי א שטיין," קומט ארויס פון עמיצן אויף דער אנדערער זייט יראת-שמים באריערע, פארן די מחשבות באלד אהין דארט וואו ביים זינגער...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 01:55 |
|
| |
that's because Yonason Shvartz is an ENTERTAINER and YT Ehrlich was an old-time Yiddele who meant what he said
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 02:11 |
|
| |
שלמה זלמן - מענשעלע A1
אבער ווען איך געהערט ווי ער לייגט אראפ ר' עקיבא. האב איך געטראכט שטעל דיר פאר עס פאסירט היינט אזוי!!!
למעשה ליידע זענען מיר אלע confused צוישען די גוי'שע פאלשע ראמענס מיט אינזער טייערע ראמאנס וואס מיר זעהן מער ארויס ביי די עלטערע אידן מיט זיירע ווייבער.
יוט עהרליך איז נישט געווען אזוי צומישט אין האט געוויסט די טייטש פון גילה רנה.... אהבה ואחוה ושלו' ורעות. זאלען מיר אלע געבענש זיין מיט דעם ביז 120.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 21:42 |
|
| |
מענטשעלע. ביזט זייער גערעכט אז ס'ווענדט זיך "ווער" עס זינגט וואס. ר' יו"ט האט געהאט ברייטע פלייצעס, אזוי צו זאגן, און קיינער איז אים נישט חושד אין עפעס. דאך האלט איך אז ווען ר' יו"ט וואלט אויפגעוואקסן היינט צוטאגס וואלט ער געהאט אן אנדערן סטיל מוזיק און ס'וואלט געווען א שאד. ר' יו"ט האט געהאט דעם אמאליגן אידיש'ן פאעטישן סטיל. מיר רעדן דא פון א צייט וואס אידישע ליטערעטור האט מען געקענט באצייכענען אלס ליטעראטור. ווען אידיש איז נאך געווען "רייך". ווען אידיש האט נישט געמאנגלט אין אויסדרוקן און שילדערונגען. ווען האסט געקענט ליינען אן ארגינעלן בוך געשריבן אין אידיש און נישט קיין איבערזעצונג פון אן ענגלישן נאוועל (דוגמת די היינטיגע שרייענדיגע אידישע ביכער).
גוט שבת, לאמיר לויפן אין מקוה.
|
|
|
|
|