|
|
| נשלח ב-27/11/2005 05:57 |
|
| |
יישר כח פאר ארויפלייגן די קליפס, באמת הערליך.
איך האב עס אמאל געקויפט אויף טעיפ, שוין לאנג צוריסן, איך האב הנאה עס צו הערן אויפ MP3
יישר כח.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2005 06:15 |
|
| |
בדרך אגב האט איר באמערקט אז די אלע זינגערס וואס זינגען יום טוב ערליך'ס ניגונים קלויבן אויס געוויסע ניגונים די אנדערע לאזט מען אויס?
למשל דער ניגון טשופשיק וועט קיינער נישט זינגען, ווייסט איר פארוואס?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2005 19:04 |
|
| |
טייל פון דעם ניגון "טשופטשיק". (טרעק 6)
אין ארץ ישראל, פרעמדע ווינטן בלאזן,
סאלדאטן טאנקען וואו מען שטייט אין גייט,
נישט א איד טאר זיך אויף דעם פארלאזן,
מען פרייט זיך נעבעך מיט דעם פאלשן פרייד.
טשופטשיק זאגט, ער וויל פון דעם נישט קאנען,
נישט צוליב דעם בין איך געקומען דא אהער,
נישט כדאי געווען די זעקס מיליאנען,
פאר א היטל פון א אפיצער,
איך בין געווען א אפיצער א גוטע,
איך האב געקעמפט אויף די לופט און אויף די ערד,
פאר די עראפלאנען גיב איך נישט קיין פרוטה
און די טאנקען זיינען גארנישט ווערד
מיליאנען פיינט שטייען גרייט אין די הויפן,
זיי קענען האבן אפיצערן מיט געווער,
העלפן קאן נאר איין גענעראל פון אויבן,
דער קליינער תהילים איז דער איינציגער געווער,
מיט געדולד ווארט איך אויף דער ישועה
די גאולה איז פאר זיי שוין אויף די וועלט,
נאר איידער עס וואקסט ארויס די גוטע תבואה,
ווילדע גראזן וואקסן אויפן פעלד
שטעכעדיגע דערנער וואקסן דארט כסדר,
און פון גארטן מאכן זיי א תל,
דער בעל הבית וועט מאכן באלד א סדר,
און די תבואה וועט וואקסן פיין און שנעל,
ציון, ציון, דו וועסט זיין צופרידן,
מען וועט פון דיר באלד אראפנעמען די שאנד
און אלע וועלן זען ווי שיין עס זענען די אידן,
און צו וועמען עס באלאנגט די שיינע לאנד
און אלע וועלן זען ווי שיין עס זענען די אידן,
און צו וועמען עס באלאנגט די שיינע לאנד
תוקן על ידי - kjfireman - 27/11/2005 19:06:32
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2005 21:59 |
|
| |
איך פרוביר נאכאמאל צו דאונלאוידן די ניגונים פון "תשובה" וואס נתן האט ארויפגעלייגט אבער עס גייט, איז דא א פראבלעם מיט yousendit?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2006 00:12 |
|
| |
צוליב די אינטערסאנטקייט פון דעם נושא ברענג איך ארויף דעם אשכול, איך האב לעצטענס געהערט די אידיש לידער פון יאסעלע, אבער איך זעה אז די ווערטער אויף דעם איז נישט דא אלע, איז דא עמיציר וואס האט אלעס אראפגעשריבן, אדער אראפגעטייפט? בפרט פון די צווייטע ניגון וואס הייבט זיך אהן א פרילינג,
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2007 22:17 |
|
| |
קרן שמואל ישעי, האט איבערגארבייט אלע יום טוב ערליך'ס טעיפ'ס און ער פארקויפט עס אויף MP3 אדער CD, פאר ווער עס אינטערסירט, 845.782.8369
איך האב געקויפט די MP3 פאר $99 און עס זייער שיין, גלייב מיר עס איז ווערט דאס געלט.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-2/7/2007 00:56 |
|
| |
מיט רשות פון זיינע יורשים?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/7/2007 05:25 |
|
| |
יושע, יא ער האט אן קאנטראקט מיט אלע דריי יורשים.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-2/7/2007 06:07 |
|
| |
פאר די היינטיגע קינדער דארף מען האבען א ביכל וויא אלע זיינע לידער און דרשות זאלען זיין אפגעשריבען אות באות.
יארן צוריק איז ארויסגעקומען איין קליין ביכל מיט 4 טעיפס . נישט לאנג צוריק איז ארויסגעקומען אין ארץ ישראל א גאעסער ביכל מיט מערערע טעיפס אפגעשריבען.
לעצטענס ממש איז ארויסגעקומען א הארט קאווער ביכל מיט א סאך מער טעיפס. אבער עס איז שוין נישט בנמצא.
עס דארף ארויסקומען א ספר אויף אידיש אפגעשריבען אלע זיינע טעיפס ולמצוה גדולה יחשב
ווייל דאס איז כרכא דכולא בי' .
מוסר חסידות ווארימקייט. יודישקייט מענטשליכקייט. מדות טובות. חשקות התורה. שיינע בענקענדיגע ניגונים. זכרונות פון אלטע צייטן. היסטורי. מדרשים זוהרס און באהאלטענע מאמרי חז"ל. סיפורים אמיתיים פון תלמידי מורינו הבעש"ט זי"ע ותלמידיו ותלמידי תלמידיו.
אמונה. בטחון. חיזוק. ליצנותא דעבודה זרה אמעריטשקע. ובעיקר שמחה ויו"ט.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/7/2007 16:45 |
|
| |
KJפייעלעשער
דער נוסח פון קופטישק מיט די פאליטיק = קנאות נוסח סאטמער פון ארץ ישראל איז שפעטער צו געקומען. איך האב נאך דעה ערשטן נוסח, מהיכא תיתי ר' יו"ט האט דאך געוואלט פארקויפן טעיפס, ומשנה ראשונה לא זזה ממקומה.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/7/2007 17:29 |
|
| |
לכבוד יום העצמאות שיהיה ביום רביעי הבעל"ט
נוסח באטשי הקדמון (שלא מחק אותו ר' יום טוב ע"ה שהרי לא היה קנאי בכלל אלא ציוני נלהב כמו שרואים משאר כל הטעיפס שלו ובעיקר נומער 12 שבחי ירושלים עיין שם):
אין מדינת ישראל, נייע ווינטן בלאזן, סאלדאטן טאנקען וואו מען שטייט אין גייט, א יעדער איד מוז זיך אויף דעם פארלאזן, מען דארף זיך פרייען מיט דעם שיינעם פרייד.
באטשי זאגט, אדאנק אט די קאנאנען, וועט קיין שואה "נעווער" ניט זיין מער, עס איז כדאי געווען די זעקס מיליאנען, פאר א היטל פון א אפיצער,
איך בין געווען אמאל אין סאטמער שיטה, יעט האב איך זיי אלע טיף אין דער ערד, פאר די סאטמערער גיב איך נישט קיין פרוטה נאר די ציונים זיינען עפעס ווערד
מיליאנען פיינט שטייען גרייט אין די הויפן, מיר קאנען קעמפפן געגן מיט געווער, גיין פאר איהר אין פייער ווי די צפרדעים אין אויוון, כאטש זי איז פאר מצרים ארגער פיהל מאל מער,
מיר מוזן די מדינה פון די פעלקער מאנען, זי זאל זיין די שענסטע אין דער וועלט, זאל זיי זעהן וואס מיר אידן קאנען, פאר די דריי עבירות זיך נישט אפגעשטעלט
שטעכעדיגע דערנער וואקסן דארט כסדר, און פון גארטן מאכן זיי א תל, גאנץ מאה שערים מיט דעם שול און חדר, דארף מען זעהן פארניכטן גאר גיך און שנעל,
ציון, ציון, דו וועסט זיין צופרידן, מען וועט פון דיר באלד אראפנעמען די שאנד און אלע וועלן זען ווי שיין עס זענען די אידן, און צו וועמען עס באלאנגט די שיינע לאנד
ציון, ציון, דו וועסט זיין צופרידן, באמבארדירן מיר וועלן טעהעראן, מיט "גאוה" אין די גאסן וועלן מיר מארשירן, און אלע באטשי'ס וועלן גיין מיט אונז אין שפאן.
ציון, ציון, טו אונז דערציילן ביטע, אין דיר שטייט דאך דער כותל דער הייליגער וואנד, פארוואס טוסטו אויסטהאלטן די נייע סאטמערער שיטה, זיי ווילן דאך בן גוריון נישט רייכן די האנד.
תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 02/07/2007 17:52:14
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/7/2007 20:16 |
|
| |
המשך:
די יונגע צה"ל איז פיהל שטארקער פאר די רוימער, מיר זענען היינט דאס שטארקסטע מיליטער, אינגען און מוידן וואס קאנען רייסן בוימער, ווי בר כוכבא אין די צייטן פון ביתר,
בר כוכבא האט געזאגט, ניט העלף און ניט שטער, איך בעט דיר בורא, שטיי מיט די הענט פארלייגט, די צה"ל האט דעם בורא, גארניט אינזינען, כאטש צור ישראל, אין די מגילה אריינגעלייגט.
וואס צו בר כוכבא וועט אונז ניט פאסירן, מיר זיינען קעמפפער ווי אלעמען באקאנט, די פאנאטיקער וועלן אונז ביי די נאז ניט פירן, זיי וועלן זיך ברעכן בהדרגה נאכאנאנד,
מרנן ורבנן, און אדמורים קוויטל ליינער, שרייען חוב קדוש אין כנסת אריין, וועלן מוז יעדער, עס טאר ניט פעלן קיינער, די קנאים וועלן דאך, אבער שטענדיג זיין.
מיר ווילן א מדינה, פון איהר קאסע שנארן, אין מיליטער חלילה, ניט אריין און ניט ארויס, ביי מלחמות וועלן מיר קיין אמעריקע אפפאהרן, פאר די פרעסע זאגן, בויען קרית צאנז דורכאויס.
מיר ווילן א מדינה מיט ירושלים, מיליטער, עוברי עבירה ניט מיין, איהר בני תורה גייט טרינקען לחיים, א ירא ורך הלבב מוז פון פראנט צוריקגיין.
באטשי, באטשי, דו וועסט זיין צופרידן, מען וועט פון דיר באלד אראפנעמען די שאנד און אלע וועלן זען ווי שיין עס זענען די אידן, און צו וועמען עס באלאנגט די שיינע לאנד
~~~~~~~~~~~~ המשך יבא ביום העצמאות הבא אי"ה יולי 4 תשס"ח
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/7/2007 20:17 |
|
| |
נבוכדנשצר
זעהר שיינע שירות, שמך נאה לך ביקש נ"נ לגנות שירות ותשבחות שאמר דוד המע"ה, געראטסט טאקע זעהט אויס אין איהם. מאלעי חעין.
אבער אחוץ ווייזן דיינע גרויסע טאלאנטן פארשטיי איך נישט וואס דו ווילסט דו ווילסט לייקענען אז ס'איז געוועהן קודם א משנה ראשונה פון דעם ליעד?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/7/2007 23:40 |
|
| |
אפשר קאן איך וויסען וואו מען קען הערן דעם "משנה ראשונה" ווי די רופסט עס?
|
|
|
|
|