כ'אב געזען איינער האט דא געשריבן וועגן די קינדער פון ר' יו"ט ערליך זצ"ל.
זיין זון וואס דרייט זיך אין זכרון משה, וואוינט טאקע ממש דארט, אפאר הייזער אראפ פון זכרון משה, ער הייסט ר' מיילאך ערליך, זייער א חשוב'ער אינגערמאן, לעבט אין דעם טאטנ'ס ניגונים, און גייט אין זיינע וועגן, איז א פויקער און זינגער ביי חתונות. עם אינטרעסירט שוין איינמאל זיין טאטנס ניגונים און זיין לעגעסי, ער האט עטליכע יאר צוריק איינמאל געדריקט א ספר פון ניגונים, מיט א ווייכע פשוט'ע דעקל, נישט קיין שיינע גרעפיק, בערך 12 טעיפס איז געווען געדריקט דארט - נישט נאר די ניגונים, נאר די גאנצע טעיפ, אפי' די ווערטער - שפערטער מיט בערך צוויי דריי יאר צוריק האט ער נאכאמאל געדריקט א ספר מיט ניגונים, דאס מאל שוין מיט א הערליכע הארטע דעקל, און שיינע גרעפיק, ממש א מחי', אבער אויך נאר בערך 12 ניגונים, א חלק די זעלבע ווי אין דעם פריערדיגע ביכל און א חלק נייע אבער אויך נאך נישט אלע, סדארף זיין נאך צוויי חלקים, אזוי האט ער מיר געזאגט. דער לעצטער ביכל איז דא צו באקומען אין די געשעפטן.
יעצט וויל איך דא אריינקלאפן עטליכע ניגונים וועלכע האבן מיך זייער געכאפט און געמאכט א שטארקן רושם אויף מיר אז כ'אב עס אסאך מאל אויסגעהערט און ס'איז מיר געבליבן אין זכרון, און כ'על שרייבן אזוי ווי איך געדענק, (מסתמא וועל איך נישט קענען שרייבן א גאנצע ניגון אויפאמאל אבער כ'על עס מאכן אין עטליכע פארזעצונגען).
די ערשטע וועל איך קלאפן א ניגון פון דעם טעיפ חסד, די מעשה פון בעל שם טוב מיט ר' הערשל, ער זינגט אזוי ווארים און הארציג אז דאס הארץ קען צוגיין, און די מעשה איז אויך מורא'דיג, ס'אט מיך אזוי געפאנגען אז ביז היינט ווען כ'זינג עס ברענגט עס מיר ארויף שטארקע הרגשים.
דער בעל שם טוב איז אמאל
געגאנגען איבער בארג און טאל
און געקומען אין א שטאט
וואס מען רופט זי בראד
איינמאל אין א גאס גייט ער
און ער קוקט זיך הין און הער
זעט ער גייט א איד אין וועג
און טראגט שווערע פעק
איינגעבויגן
אראפגעלאזט די אויגן
לויפן קינדער און זיי שרייען ציג
יעדער טוט עם זאגן
געזונט זאלט איר טראגן
געזונט זאלט איר זיין ענפערט ער צוריק
דער בעל שם טוב זעט זיין פנים
פול מיט הייליגע סימנים
פון זיין שטערן שיינעם ווי צוויי ליכט
ער קאן זייער גוט די בליקן
פון די ל"ו צדיקים
ער האט ניט געזען אט דעם געזיכט
ער נעמט פרעגן דעם און יענעם
יעדער איינער טוט עם קענען
דאס איז הערשל ווייסן קליין און גרויס
ער האלט אויס אין הויז פיר ציגן
פרישע מילך פון זיי טוט קריגן
און פערקויפט און האלט די ציגן אויס
דעם בעל שם טוב טוט פערדריסן
פון דעם איד ער טוט ניט וויסן
און ער פאסט און ביים באשעפער בעט
ליבער טאטע טו מיר זאגן
וואס דער איד עס טוט פערמאגן
אז פון זיין שטערן שטראלן צוויי מען זעט
(הערט צו דעם קרעכץ ווען ער זאגט ליבער טאטע....)
לערנען זאגט מען קאן ער גארניט
דאוונען אפשר אויך א האר ניט
און פון שטערן שיינט ארויס א שיין
דער באשעפער טוט עם הערן
און ער טוט עם העלפן גערן
זיין בקשה טוט ממלא זיין
(פארזעצונג קומט)
 |
|
|