בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מר ראזען .VS מר גרינבוים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/11/2005 04:02 לינק ישיר 
מר ראזען .VS מר גרינבוים


די צוויי זענען די מערסטע באקאנטע שבת-שרייערס מיט וואס מיר וויליאמסבורגער אידן זענען באשאנקן געווארן. די זענען אזעלכע וואס שפירן אז דאס ווילדעווען און טעראריזירן דעם עולם וועט זיי פירן גראד אין גן עדן אריין... און אז אויפוועקן אידן אינמיטן שלאף, איז א חלק פון די מצוה. (איך בין שוין אויפגעוועקט געווארן א שיינע פאר מאל. און נישט אין די צייטן וואס מענטשן זענען נאך אויף, נאר דייקא אין צייטן וואס "יעדער" שלאפט נאך. צו איז עס נאך חצות שבת צונאכטס אדער דריי נאכמיטאג ווען די גאסן זענען שטיל און יעדער איז איינגעזונקן אין א טיפן עונג שבת'דיגן שלאף.)

עס איז מעגליך פאראן נאך צדיקים וואס פארפירן און געוואלדעווען אבער זייער קול ווערט ווי פארשטומט און פארלוירן פון די באסאווע שטימעס וואס די צוויי לאזן ארויס. און טוען דאס אן אויפהער, און וויפיל מען זאל זיי רודפ'ן און צימבלען דערפאר, וועלן זיי נישט אויפהערן מיט זייער מאדנע התנהגות. כאטש איך ווייס נישט פונקטליך דער ציל זייערער ווייל דער עירוב איז דא און וועט בעזר ה' בלייבן ביז משיח'ס טאג קען איך זיי אבער פארשטיין ווייל דאס איז דער איינציגער געווער וואס זיי פארמאגן, און אן דעם וועט פארגעסן ווערן אז עס איז פארהאן א שטימע קעגן דעם עירוב.

אבער עס איז פאראן א וועזנטליכער און שטארקער נפקא מינה צווישן די צוויי. אין די צייט ווען מר גרינבוים שרייט און פארפירט קען מען זען אז ער מיינט עס ערנסט, און אז עס עסט אים דאס הארץ. ער האט שוין אפי' געכאפט א הארץ אטאק דערפון (כך שמעתי. פארעכט מיר אויב עס איז נישט אמת) יעדן שבת לאזט ער זיך ארויס מיט זיינע בנים חשובים און אויף א סקעדזשועל טוען זיי יעדן שבת צוועלף אזייגער קורסירן ארום וויליאמסבורג און בעטן זיך און וויינען צו די וואס טראגן. ווער עס האט א זכי' כאפט אריין אפילו א קללה (וואס איז דערווייל ב"ה נאכנישט מקוים געווארן...) אין די זייט. אבער אפי' א אינגל באמערקט אז דער איד מיינט עס נעבעך זייער ערנסט.

אנדערש איז עס אבער מיט דעם ראזען, וואס איז סתם א צולאזטער אינג, און האט א שרעקליך-מיאוסער מויל, וואס זיינע פערל ווערטער טאר מען אפי' נישט נאכברענגען. ווער עס האט אים שוין אמאל געהערט, ווייסט וואס איך מיין. און עס קען זיך זייער שווער דאכטן אז ער מיינט עס לשם שמים.

****************************

איך האב אים געזען דעם שבת און מיין הארץ איז אויסגעגאנגען פון רחמנות ווי נעבעכדיג ער האט אויסגעזען. ווי שרעקליך צוביילט ער איז געווען. און איך בין גארנישט מקנא די וואס האבן געהאט א חלק דערין. דערווייל זעט אבער נישט אויס אז די פרשה וואס ער האט דורכגעמאכט אין קליוולאנדער מקוה זאל האבן פאסירט דורך איינע פון די עירוב חברה, ווייל אויב יא וואלט די פרעסע זיך שוין לאנג צוגעכאפט דערצו, ווי זיי טוען כסדר ווען זיי האבן עפעס שטאף אויף די חסידיקס. והדברים ידועים.

אבער אין די ווינע פרשה איז ער שוין גארנישט געווען אזא שעפעלע, ווי עס דערציילן פריינט פון דעם ס. אויף וועמען ער האט זיך איזדיעקעוועט, ביז פון הימל האט מען צוגעשטעלט א באטל וואס האט געראטעוועט זיין לעבן.

****************************

ווען מען רעדט פון שרייען אין די גאסן ווי די געמיינע צווישן די גוים, איז וויכטיג אז אויב שוין יא שרייען, זאל מען אויסלערנען "ווי אזוי" און "וואס" צו שרייען, ווייל איך וועל ברעגען א ביישפיל פון ראזען וואס איך האב געזען ווי ער שרייט אן א איד וואס האט געטראגן, און באפעלט אים ער זאל זאפארט אראפלייגן דעם חפץ וואס ער טראגט. וואס מען דארף נישט זיין קיין גרויסער תענית חלום צו וויסן אז עובר צו זיין אן איסור הוצאה לחוץ ברויך זיין סיי א עקירה און סיי א הנחה און ווען דו הייסט איינעם אראפלייגן דאס וואס ער טראגט ביסטו גורם ער זאל מקיים זיין די מצוה פון טראגן בשלימות...



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2005 05:13 לינק ישיר 

לדעתי, איז דער חילוק אז איינער איז א "פעשער" אין איינער איז א "דארער"

"לשם שמים" מיינען זיי ביידע נישט,

אין זייט ווען איז דא אזא זאך ווי "פארשעמען" איינעם "לשם שמים"

איז דא א חילוק ציווישען "חאמאס" אין "איסלאמיק דזיהאד" ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2005 05:36 לינק ישיר 

דיפלאמאט;

לעניית דעתי איז זייער אומ'דיפלאמאט'יש צו עפענען אן אשכול איבער צוויי יחידים, און ארויסשרייבן זייערע נעמען, זייערע מעלות און/אדער חסרונות פאר די גארע וועלט. אין אנדערע פורומים זענען אזעלכע זאכען מער ווי ווילקאם, אבער דאהי אין די איידעלע חדשות אנ"ש... מיין איך אז עס פאסט נישט צו באשמירן יחידים.

אגב, פארוואס פארדינט זיך מר. ס. אן אינישעל (ראשי תיבות) בעת ווען די צוויי אידן מעגן זייערע נעמען ארויסגעשריבן ווערן ברחל בתך הקטנה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2005 05:44 לינק ישיר 

גרינבוים האב איך גראדע יא משבח געווען...

ס. איז א פריוואטער מענטש וואס זוכט זיך נישט דעם כבוד. אנדערש זענען די אנדערע וואס טוען זייערע מעשים בפומבי און יעדער וויליאמסבורגער תושב ווייסט פון זייערע מעשים טובים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2005 07:04 לינק ישיר 

דיפלאמאט;

אדורכגייענדיג די יו.ען. בילדינג די וואך האב איך באמערקט אז די דיפלאמאטן דארט האבן ספעציעלע בלויע לייסענס פלעיטס אויף זייערע קארן. איך מיין אז עס איז צייט דו זאלסט אראפנעמען דיינע דיפלאמאטישע לייסענס, זיך אויסטאן די זיידענע הענטשעך, און שרייבן וואס דו ווילסט.

אלס מכלומר'שטער 'דיפלאמאט' - ווידערהאול איך מיינע רייד צו דיר - פאסט נישט צו עפענען אן אשכול וואו יעדער זאל קענען באשמוצען אדער באשרייבן די מעלות (שמתוך גנותו אתה בא לידי גנותו) פון צוויי אידן.

פונקט ווי דער סמ"ך וויל בלייבן אנאנים און פריוואט, הגם די גאנצע גאס ווייסט אז ער האט געהאט עפעס א געפעכט מיט א צווייטן, ווילן אויך די צוויי אידן בלייבן אנאנים, הגם זיי שרייען און פארפירן אין די גאסן פון שטאט.

איך בעט איינזעהניש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2005 07:15 לינק ישיר 

איך האב נאך נישט געהערט קיין תשובה פון קיינעם אויף די טענה.

עס זיינען פארהאנען שלש מחיצות שנעשו בידי אדם ארום ברוקלין, און די פערדע זייט איז דא די מחיצות פון הייזער עומד מרובה על הפרוץ, דאס איז לכל הדיעות נישט קיין רשות הרבים דאורייתא, במילא העלפט א עירוב פון צורת הפתח, סא וואס רידערט מען ארום מיט חילול שבת. איך האב ביי מיר א קאפי פון א מאפע ווי די מחיצות זיינען.

אלא מאי מען שרייט ווייל מען וויל שרייען, און עס שטערט נישט דער מצפון ווייל מען האט נישט קיין קאנשונס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2005 17:21 לינק ישיר 

לכבוד דער גיערטען "גראף" עמו"ש,

אפשר קענט איר מיך מסביר זיין פארוואס דער אשכול איז נישט פאסיג דא?

איז א אשכול וואס איז וועגען אנדערע צוויי (ברודער) "יחידים" מער פאסיג?

"זיי" האלטען נישט אז זייער שרייען אין ווילדעווען איז א בושה,

"זיי" מיט זייערע אנהענגער האלטען זיך גאר גרויס דערמיט,
רוב "רבנים" זענען זיי ליידער מחזק,
אזוי ווי איין "רב" האט זיך אויסגעדרוקט וועגען "די זיסע קולות וואס שרייען שבת"

אין דער עצם זאך , אז עס קענען קומען אזעלעכע "כוליגאנעס"
אין שרייען אין זידלען אידען תלמידי חכמים, אין נישט נאר מען פראבירט זיי נישט אפצושטעלען, נאר די "רבנים" געבען פאר זיי חיזוק, האבען די "רבנים" א גלייכע האנט מיט די
"הייליגע רשעות"





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2005 19:17 לינק ישיר 

אטאז

איך האב נאך נישט געהערט קיין היתר אויף מידת רציחה.


יעצט א שאד די זאלסט זוכען א תירוף דיין שאלה אז די קענסט אפילו נישט די טענות פון די אנשי העירוב.

וואס ווילסטו מען זאל דיר זאגעו אז די פאקויפט דא מקוה געשפרעכן?

קיינער זאגט נישט אז די פערטע וואנט איז עומד מרובה על הפרוץ אין די דריי ווענט נישט.

גיי קוק ארום ברוקלין ועוסטו זען איבעראל אפען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2005 23:00 לינק ישיר 

גראף

דער חילוק איז א פשוטער

ראזן אין גרינבוים טוען זאכן ברוב עם, זיי רעספקטירן נישט זייער אייגענער PRIVACY

משא"כ דער ס. איז א פריוואטער מענטש וואס דער צוווילדעווערטער האט איהם באפאלן. פארוואס זאל מען שרייבן זיין נאמען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 03:29 לינק ישיר 

געערטער גראף,

האסט געטראכט פאר דו האסט געשריבן די ווערטער?

ווילן אויך די צוויי אידן בלייבן אנאנים, הגם זיי שרייען און פארפירן אין די גאסן פון שטאט

דו האסט באמערקט די מאסקעס וואס זיי האבן אן, כדי אנצוהאלטן זייער אנאנימיטעט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 05:06 לינק ישיר 

פונקט אזוי, באטשי. אויך מיר יחידים. יא יחידים וואס פרובירן זיך משתלט זיין על הציבור. וזהוא.

דיפלאמאט, איך האב נישט קיין אנונג פין ווי די נעמסט דאס אז עס זענען פארהאן אזעלכע וואס מיינען עס ערנסט. האסטו שוין געהערט די קללות? לשיטתם אז עס איז א מצוה, איז דאך אבער נישט דא קיין גרעסערע מצוה הבא בעבירה.

דאס שמיציג שפראך וואס זיי פארמאגן איז אינגאנצן נישט איינשטימיג מיט די געווענדליכע פיוטים וואס מ'זאגט ביי אנדערע "חשובע" מצוות.

ווי למשל (נישט אין סדר) זאלסט נישט אויסלעבן דאס יאר, זאלסט נישט זעהן קיין נחת פין דיינע קינדער, זאלסט שט**** מיט א מי** משונה, זאלסט נישט קומען צו קבר ישראל, צו א מאמע וואס האט געשטיפט אירע קינדער אין א קערידזש: זאלסט מער נישט האבן קיין קינדער, (איך האב דאס אליינס געהערט.)

דארף איינער נושאי כלים? פאר מיר איז עס זעלבסט פארשטענדליך. ערנסטקייט איז אבער נישט א חלק פין די הסבר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 05:21 לינק ישיר 

די סמערק אויף (גרי***) ג. בשעת זיינע דרשה איז פשוט שמחה של מצוה

תוקן על ידי - findodort - 18/11/2005 5:26:51

תוקן על ידי - findodort - 18/11/2005 5:27:39



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 05:21 לינק ישיר 

זאל דאס שוין איינמאל פאר אלע מאל זיין קלאר דער הייליגער סאטמאר'ער רבי זצק"ל אויף וועם די גרויסע קנאים און לוחמים קעגן דעם עירוב פארופן זיך האבן פארגעסן איין זאך דער סאטמאר'ער רבי זצק"ל איז געוועהן שטארק אקעגן אזעליכע אקציעס ער האט ווער עס געדענקט נאך זיין צו גאנג וועט אייך מודה זיין צו דעם דאס איז פסול לכל הדעות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 06:57 לינק ישיר 

דיפלאמאט

עס קען זיין אז דו ביסט גערעכט, די מענטשן וואס שרייען אין די גאסן פארלירן זייער אנאנימיטעט, אבער אין די קארידארן פון די דיפלאמאטישע קלאסן אין די סטעיט דעפארטמענט האט מען אנדערש געלערנט.

יעצט, ווען איר האט זיך אראפגעזעצט צום קאמפיוטער און מחליט געווען צו עפענען א ניק אויף היידפארק, איז אייך נישט בחנם אריינגעפלויגן אין קאפ דעם געדאנק צו ווערן פלוצלינג פון איין מינוט אויפן צווייטן א 'דיפלאמאט'. איך גלייב אז איר האט אריינגעקוקט אין אייערע אינערליכע אייגנשאפטן, און געפונען אז איר האט די מדות תרומיות וואס א דיפלאמאט ברויך האבן צו זיין באזיס.

אלזא, פארוואס פארפאטשקען אזא שיינע ניק מיט עפענען א רובריק איבער צוויי יחידים וואס פירן זיך אויף אומדיפלאמאטיש אין די גאסן פון שטאט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2005 14:24 לינק ישיר 

קוטשמע

אשקויעך פאר דעם שיינעם מענה לשון

כדאי געוועהן צו זאמלען די אלע לשונות שבדו להם החכמים האלו, און דערנאך ארויס צו געבן ולהפיצם בישראל לתועלת הרבים

מיין הצעה

ילקוט ודבר דבר על הלכות עירובין
עם פירוש ומקללך אאור מאת צועקי הדור
מועיל מאוד לחינוך הבנים, למלמדי תינוקות, וגם לשלום בית.

גראף

איך ווייס נישט וואס דו האסט זיך אנגעטשעפעט אין דיפלאמאטס ניק, א נייער וועג נישט צו ענטפערן צו דער זאך?

לשיטתך: ער איז אזא דיפלאמאט ווי דו א גראף



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 14:46 לינק ישיר 

באטשי
ביטע לאז מיך וויסען ווען ס'קומט ארויס די ספר. איך וויל איינץ באשטעלען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מר ראזען .VS מר גרינבוים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext