בית פורומים לחשוב מחשבות

אידישער און קריסטליכער חשבון השנים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/11/2005 18:20 לינק ישיר 
אידישער און קריסטליכער חשבון השנים

איך האב געהערט אסאך היסטארישע דענקער שפעטן אפ פון די קריסטליכער חשבון השנים, אז מען האט נישט אנגעהויבן ציילן פון ישו גלייך, נאר מען האט עס שפעטער מחדש געווען, און גערעכנט די יארן אויף צוריק.

אריין טראכטנדיג האב איך מיך געכאפט אז די אידישע חשבון השנים, איז צוגעגאנגען אויפ'ן זעלבן וועג. אדם הראשון האט נישט געציילט די יארן, און עס דאקומענטירט, און אזוי ווייטער די דורות. אין די תורה, וואס איז געגעבן געווארן אין דריטן טויזנט, האט מען דערציילט די מעשה אויף צוריק, און אזוי האט מען גערעכנט די יארן. און למעשה ביי די אידישע לוח האט מען צוריק גערעכנט איבער צוויי טויזנט יאר, און ביי די קריסטן נאר א צירקע פיר הונדערט יאר...

דאס איז חוץ אויב מען וועט איינזעצן אזוי ווי א געוויסער מדרש זאגט [און וויאזוי ס'לייגט זיך לכאורה אויפ'ן שכל] אז מען האט טאקע במשך די אלע יארן, זייט בריאת העולם דאקומענטירט לעבנס-געשיכטעס און פאסירונגען, און פון די אלע היסטארישע ביכער [מגילות] האט משה רבינו צוזאם געשטעלט סדר בראשית.

עס איז איבעריג צו זאגן פאר די חכמי הפורום אז דאס קומט נישט צו פארשטערקערן די קריסטן, איך רעד נאר פון א נושא. [דאס זאג איך פאר די דרויסנדיגע צוקוקער].


תוקן על ידי - ציגעלע - 17/11/2005 18:22:01



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > לחשוב מחשבות > אידישער און קריסטליכער חשבון השנים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext