|
|
| נשלח ב-20/11/2005 02:32 |
|
| |
די נידון איז טאקע נישט דומה לראיה, נאך מער, די קעפל איז נישט דומה צום מציאות. קודם כל מעג ארץ ישראל יא, והא ראיה ווייל זיי בויען דאס. צווייטענס מעג אמעריקא נישט ווייל די ליבעראלע פארדרייטקייט וועט עס קיינמאל נישט צו לאזן.
אינטרעסאנט איז אבער צו זעהן אז דער "וואנט" וואס וואסא-דיף האט געבויט ארום זיינע טערעטאריען ארבעט אין פילן קראפט. ס'פאלט עם ניטאמאל איין צו דערמאנען די סיבה פארוואס ארץ ישראל איז געצווינגן אויפצובויען אין משלים זיין די וואנט. ס'פאלט עם אויך נישט איין צו דערמאנען די פאקט אז בחסדי השם זענען פיל אידישע נפשות געראטעוועט געווארן א דאנק די וואנט. סוף כל סוף זענען דאך די אידען די רודפים אין די גוים די נרדפים, וואסא-דיפ'ס געווענדליכע שיטה.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 02:40 |
|
| |
קוטשמע
ברוך הבא!
איך האב נישט געוואוסט אז איך האב טעריטאריעס. וואו זיינען זיי?
די סיבה פארוואס אזוי פיהל אידען און להבדיל אא"ה ציונים ווערען געהרג'עט איז ווייל די ציונים האבען אויפגעשטעלט א מדינה אויף אראבישע לאנד. ווייל זיי רייצען זיך מיט די אראבער שוין העכער זעכציג יאהר.
זאלען זיי אויפגעבען די מדינה ועל ישראל שלום.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 02:42 |
|
| |
על אחרון ראשון: וועגן ציונות וכדו' וועל איך מיך מיט דיך נישט טענה'ען.
על ראשון אחרון: די סיבה דערצו, ווייל אכן נודע הדבר אז די האסט טאקע נישט קיין טערעטאריען.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 02:59 |
|
| |
קוטשמע
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון שואל כענין ומשיב כהלכה וחילופיהן...
איך האב בכלל נישט פארשטאנען דיין תגובה.
ביטע זעץ עס איבער אויף עפעס א פארשטענדליכען שפראך.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 03:05 |
|
| |
דארפסט אויך נקידות?
ערלעדיגט. ווען איך האב געשריבן אז די בויסט א וואנט ארום דיינע טערעטאריען האב איך געמיינט צו זאגן אז די ביסט דיך אליינס מצמצם דיין מוח. מ'האט דיך מחנך געוועהן אז מ'טאר נישט טראכטן - אין די פאלגסט ערליכע הייט. פארפאלן דיינע תגובות שרייען צמצום אויף א געפערליכן פארנעם.
דערנאך זאגסטו אז די האסט נישט קיין טערעטאריען.
האב איך געענטפערט: דערפאר גיי איך מיך טאקע נישט טענה'ען מיט דיך. ווייל דיינע "אויבערשטע טערעטאריען" זענען קנאפ.
טאמער פארשטייסטו נאך אלץ נישט אין די ווילסט וויסן פארוואס, ליין איבער דעם תגובה.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 03:11 |
|
| |
קוטשמע
יישר כח פאר דיין גרויסע גענאד אין מיר מסביר זיין. באמת זייער העפליך פון דיר.
אז דו ווילסט דיך דערנידערען נאך איין מאל און מסביר זיין ווי דו זעהסט דעם "צמצום אין א געפעהרליכען פארנעם" וואלט איך געווען זייער דאנקבאר.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 03:17 |
|
| |
היות א בעזעם וואס קערט שמיץ ווערט שמיציג, האב איך מורא צו צינעמען אלע דיינע תגובות איינס ביי איינס אין דיך ווייזן.
אן עצה: פרינט ארויס דיינע ציהיצטע תגובות, ליין אדורך איינס יעדע טאג אין טראכט טאמער עס איז בכלל מעגליך אז די ביסט נישט גערעכט. אפילו אויב עס קומט דיך פאר אז די ביסט יא גערעכט, טראכט צו עס קען אפשר נישט זיין אז די אנדערע צד האט אויך א נקודה.
אויב האסטו מורא אז די גייסט אויפגעקלערט ווערן, נו דאן פאלג מיך נישט אין טאפ ווייטער אין די טונקעל.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 03:57 |
|
| |
קוטשמע
"א בעזעם וואס קערט ווערט שמוציג" איז אויך א סארט מצומצמדיקע תגובה, ניין?
ביסט נישט זיכער מיט דיין אייגענע שיטה אז דו האסט מורא צו בארירען יענעמס?
איך וועל דיר מגלה סוד זיין. פאר איך שרייב מיינע תגובות טראכט איך צו איך בין גערעכט און צו יענער האט א פוינט.
נ.ב. גרעסערע און בעסערע ווי דיר האבען מיר פראביערט אויפצוקלערען, ביז דערווייל איז עס זיי נישט געגאנגען.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 04:10 |
|
| |
גרעסערע און בעסערע ווי דיר האבען מיר פראביערט אויפצוקלערען, ביז דערווייל איז עס זיי נישט געגאנגען.
אין מיט דעם האלטסטו זיך גרויס...
פריי דיך אין די פויסטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 04:16 |
|
| |
קוטשמע
איך האלט זיך נישט גרויס. יעצט ביטע ענטפער אויף די איבריגע.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 04:27 |
|
| |
חאטש עס ווערט שוין קינדעריש וועל איך פארט זיין א גיטער.
"א בעזעם וואס קערט ווערט שמוציג" איז אויך א סארט מצומצמדיקע תגובה, ניין?
ווי שטעקט דערין צמצום? פארשטיי אז עס איז מיר אימאנגענעם זיך צו באציען מער ווי איינמאל צו יעדע פין דיינע תגובות. נאך דערצו, טאמער האסטו נישט פארשטאנען די ערשטע מאל, וואס איז אנדערש די צווייטע מאל?
ביסט נישט זיכער מיט דיין אייגענע שיטה אז דו האסט מורא צו בארירען יענעמס?
זעה די אויבענדערמאנטע.
איך וועל דיר מגלה סוד זיין. פאר איך שרייב מיינע תגובות טראכט איך צו איך בין גערעכט און צו יענער האט א פוינט.
איך גלייב דיך אז די טראכסט, אין זייער שנעל נאך דערצו. אבער די וועג וואס די טראכסט צו יענע האט א נקודה איז אזוי: האט יענער א נקודה, טיסטו סתם אפשפעטן. האט יענער א שוואכה נקודה, פילסטו גיט, אין די זידעלסט אהן אויפהער. אבער מודה זיין צו יענעם איז נאך נישט געשעהן מאז היתה וואסא-דיף לניק.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 04:50 |
|
| |
קוטשמע
יישר כח פאר דיין גוטסקייט און יישר כח פאר מיר האבען געמאכט לאכען.
מיט דאס "איך גלייב דיך אז די טראכסט, אין זייער שנעל נאך דערצו. אבער די וועג וואס די טראכסט צו יענע האט א נקודה איז אזוי: האט יענער א נקודה, טיסטו סתם אפשפעטן. האט יענער א שוואכה נקודה, פילסטו גיט, אין די זידעלסט אהן אויפהער. אבער מודה זיין צו יענעם איז נאך נישט געשעהן מאז היתה וואסא-דיף לניק."
א שאד. ווען דו באציעסט זיך ווען צו מיינע טענות וואלט מען געקענט ציען די שמועס ווייטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 08:16 |
|
| |
טאקע א שאד, ניין? איך האב דיך געהעריג געגעבן וואס צו טיען פאר א טאג צוויי. יעצט וועסטו דארפן טרעפן א צווייטען פיש צו מאכן פין עם FILLET.
דער עיקר איז אז די האסט ארויס געברענגט די נקידות בטוב טעם, אין אז די עולם פארשטייט שוין יעצט מער ווייניגער ענקער מהלך.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 08:28 |
|
| |
האלטסט אז איך האב געמאכט פון דיר FILLET?
נו נו
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 08:34 |
|
| |
די האלטסט אז איך האלט אז די האסט געמאכט פין מיר FILLET?
נו נו
|
|
|
|
|