| נשלח ב-18/11/2005 03:43 |
|
| |
מעלות פון וומס"ב איבער אנדערע ישובים
איך וואוין אין גאנץ א באלעבאטיש הייזקע דא אין הייליגן וויליאמסבורג. איך קען זיך נישט אפרעדן, איך קום זייער פיין אויס דערמיט. מיט די צייט זענען אבער די קינדערלעך אויסגעוואקסן, און מען מוז געבן א קוק אויף ווייטער, און ווי עס זעט אויס וועל איך אין די קומענדיגע טעג זיך נעמען זוכן א פרישע מקום.
אין גמ' ווערט דערציילט איבער א תלמיד וואס האט איבערגעלאזט זיין וואוינארט און געגאנגען אביסל ווייטער און עס ווערט נישט געשריבן אין א גוטע ליכט. (איך געדענק נישט אויף די מינוט די גמ'. אפשר וועל איך עס א צווייט מאל צולייגן)
וויל איך הערן פון חשוב'ן עולם אויב וויליאמסבורג קען פאררעכנט ווערן אלס א פלאץ וואס איז בעסער, די זעלבע, אדער גאר ערגער ווי אנדערע ישובים?
תורה ווערט נישט אזוי ווייט רעספעקטירט דא. דאס איז אזוי ווייל פאר די שיטה הק' קומט בעסער אויס אז מען איז משפיל יענעם'ס תורה, אבער אין אלגעמיין זעט מען פילע זאכן וואס האט אין וויליאמסבורג קיין פלאץ נישט. צב"ש גוי'אישע צייטונגען האט נישט קיין ארט דא (אויך נישט די טריפה'נע המודיע...).
אין נאמען פון א רעספעקטפולן ראש ישיבה געט מען איבער אז ער איז זייער נישט צופרידן ווען א תלמיד גייט זיך אריבערציען קיין ווילי. (געהערט פון א מקור מוסמך)
תוקן על ידי - דיפלאמאט - 18/11/2005 3:47:30
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 04:54 |
|
| |
פארוואס עס איז דיך אפילו איינגעפאלן אז וויליאמסבורג איז מעולה איבער אנדערע מקומות איז פשוט ווייל אזוי וועלן מאנכע פרובירן צו פראפאגאנדירן.
אבער לאמיר א מינוט אריינקוקן לאמת:
>>אין וויליאמסבורג זענען אזוי געריפענע חסידישע אידן מחלל שבת בפרהסיא.
>>אין ווליאמסבורג וואוינען אזעלכע וואס ווילן ווייזן אז די בעלות פין שטאט איז נישט אין די הענט פין רבינו זי"ע.
>>אין וויליאמסבורג פארקויפן אפאר געשעפטן די המודיע.
>>אין וויליאמסבורג דרייווט מען עס. יו. ווי'ס.
>>אין וויליאמסבורג פארקויפט מען די כל העולם כולו.
>>אין וויליאמסבורג האט זיך כמעט גע'עפנט גל פז, רח"ל.
>>אין וויליאמסבורג האט מען ליידער געדארפט פארברענען שייטלעך - הייתכן, טראגן שייטלעך?
>>אין וויליאמסבורג דארף מען נאך אפילו בעטן אין דערמאנען אז די בחירות זענען גע'אסרט.
>>אין וויליאמסבורג דארף מען נאך איבערקייען יעדעס יאר די הארבקייט פין ה' אייר.
>>אין וויליאמסבורג מעגען מענער אין פרויען וואקן אויף די זעלבע זייט גאס.
>>אין וויליאמסבורג האבן מענטשן סעל-פאון'ס מיט קאלערדעיג סקרין'ס.
>>אין וויליאמסבורג זענען דא מיידלעך וואס ארבעטן אין אפיסעס - מען פאפט פשוט אן די מודעות, רח"ל.
>>אין ווילימסבורג גייט מען מיט שמאלע געפאסטע קליידער.
אין וויליאמסבורג גייט מען מיט ביי האר.
>>אין וויליאמסבורג האבן מענטשן איי פאדס, רח"ל.
קען זיין אז די זאכן זענען נישט אמת, איך האב נאר ציזאמן געקליבן אפאר נקודות וואס ווערן פארשפרייט טאג איין טאג אויס. די צעטלעך, קונטרסים, מודעות, ריקלאמעס, קארן מיט הויך הילכערס, וכו' וכו', זאגן דאס, נישט איך.
----------
א קרוב מיינס פין בארא פארק פרעגט מיך איין טאג: וואס מיינט "איי פאד?"
זאג איך עם: דאס איז אזא כלי וואס מ'קען אויף דעם לייגן מוזיק אין עס שפילט אהן קיין טעיפ אין אהן קיין סי. די.
פרעג איך עם: פארוואס פרעגסטו? - איך האב געמיינט אז אפשר וויל ער קויפן א "ש"ס פאד."
זאגט ער מיר: איך בין געוועהן ביי א בר מצוה אין וויליאמסבורג, אין איך האב געזעהן אין בית המדרש הענגן א צעטל אז עס גייט זיין א מלחמה אקעגן די איי פאדס. וויל איך פשוט וויסן וואס דאס איז.
------------
דאס איז שוין א בארא פארקע אינגערמאן, פין דעם עיר הנדחת. איך קען ענק אלע צוזאגן אז אין וויליאמסבורג איז שוין היינט נישט דא קיין קטן שהגיע לחינוך וואס ווייסט נישט וואס איי פאדס איז, פונקט ווי זיי ווייסן וואס שמאלע געפאסטע קליידער מיט ביי האר איז.
ביי אינז רופט מען דאס:לטהר טמאים ולטמא טהורים
איז שוין אלעס קלאר, אדער איז עס דיך אפילו נישט שווער געוועהן לכתחלה?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 05:21 |
|
| |
וויליאמסכורג האט פון שטענדיג גיהאט א פאראייניגטן כח לעמוד בפרץ נגד מהרסי הדת שלא יחבלו שועלים את כרמינו.
און אפילו גאר לעצטענס - ווען עס האט זיך גיעפעפנט אין וויליאמסבורג א געשעפט וואס האט פארקויפט מוזיק קאסעטעס שאין דעת רוח חכמים נוחה הימנו - האט מען מיט סייעתא דשמיא באוויזן דאס אינטערצוברענגען.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 05:30 |
|
| |
מוזיק קאסעטן שאין רוח חכמים נוחה הימנו? אדער חנות שאין חניות השכניים נוחה הימנו?
דער פאגראם האט זיך אנגעפאנגן נאך פאר די טעיפס זענען געוועהן אויף די פאליצעס. הער שוין אויף טרינקן די לעמאנאדע מיט וואס מען טיט דיך אנטרינקען.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 05:40 |
|
| |
אין ווילי איז אויך דא ניוז סטענד'ס וואס פארקויפן כל מיני מאגאזינען און קיינער האט נאכנישט מוחה געווען אויף דעם. פארוואס?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 05:48 |
|
| |
I'M GLAD THAT I DONT USE A KUTCHMA EVEN IN THE WINTER
לויט ווי איך געדענק, איז די מערכה געווען אנגעפירט דורך אלע וויליאמסבורג מוסדות.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 05:49 |
|
| |
ווי וועלן די שוויצערס קויפן די וואל סטריט דשזורנעל אין די ניו יארק טיימס, אויב נישט ביי די ניוס סטענד?
אגב, ביי העוועמייער איז דא א מקדאנעלדס, הייתכן מען האט דאס נאך נישט מבער געוועהן?
תוקן על ידי - Kutchma - 18/11/2005 5:56:44
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 05:55 |
|
| |
לויט ווי איך געדענק, איז די ערשטע מאל וואס דער געדאנק, אז עס איז געוועהן אנגעפירט דארך אלע וויליאמסבורגע מוסדות'ן, איז בכלל אפיר געקומען איז געוועהן אין די משמרת מוחותינו, די פארגאנגענע וואך.
נאך געדענק איך, א פאקט וואס אלע ווייסן, אז די מערכה איז אנגעפירט געווארן דארך היציגע בחורים אין אינגעלייט וואס זענען אויסגעניצט געווארן דורך א געשעפט אויף די זעלבע גאס וואס, אגב, פארקויפט ער די זעלבע טעיפס שאין דעת חכמים נוחה הימנו, וואס גל פז האט פארקויפט.
איך פארשטיי אז די לעמאנאדע איז בחנם, אבער צו טרינקן דערפין גאלאנען? זיי שוין נישט אזוי נאאיוו.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 06:09 |
|
| |
KUTCHMA,
פרעגט אייך נאך, אוואו מען קאן באקומען אביסעלע FOCUS FACTOR.
טרינקט דאס מיט א גלעזעלע לעמענאדע.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 06:18 |
|
| |
אויף צו מאכן א וויץ קימסטו גיט צינוץ, אבער צו ברענגן פאקטן טויגסטו היפש קנאפ.
פאר די FOCUS FACTOR. אגב איז רוח חכמים נוחה הימנו?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 06:29 |
|
| |
,KUTCHMA
I DONT REMEMBER
I DID NOT USE IT RECENTLY.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 06:35 |
|
| |
וויליאמסכורג האט פון שטענדיג גיהאט א פאראייניגטן כח לעמוד בפרץ
אין ווילי זענען אלע רבנים - קהלות - בתי מדרשים - מוסדות פאראייניגט קעגען .......
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 06:45 |
|
| |
מלחמת העולם,
איך שרייב ליבערשט ווי בעפאר די מלחמה.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 14:51 |
|
| |
קוטשמע
ביסט אמאל אריין צו גל פז אויף דרייצענט עוועניו?
וועלכע געשעפט אין ווילי (קעגען איבער, לויט דיר) פארקויפט קאסעטעס פון שרית חדד?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 15:30 |
|
| |
ס'איז דא טויזענטער אידען אין ב"פ וואס טרעטען נישט אריין אין "גל פז"
מען קען מיינען אז אין וויליאמסבורג האט מען "אריין גישלעפט" מענטשען מיט כח,
דער פוינט איז, ווער הייסט דיר גיין קיין גל פז?
אויב דו האלסט אז עס איז נישט פאר דיר, זיץ איינגילייגט
ווער זאגט אז מען קען נישט זיין אן ערליכע איד אז עס איז דא א גל פז אין שטאט?
אין ירושלים וואינען נישט קיין ערליכע אידען?
אין ב"פ זענען נישטא קיין ערליכע אידען?
נאר אז מען האט נישט וואס צו פארקויפען, איז דא א עצה ,
מען וועט "מוחה" זיין,
אין , און דעם איז וויליאמסבורג די "בעסטע"
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 15:54 |
|
| |
צדוק
איך ווייס נישט צו ס'דא עהרליכע אידען אין ב"פ.
פארוואס זאל מען נישט עפענען א בית ..... קעגען איבער דיין שטוב? קיינער וועט דיר נישט צווינגען אריינצוגיין.
תוקן על ידי - allnewspic - 18/11/2005 19:27:43
|
|
|
|
|