|
|
| נשלח ב-21/11/2005 21:54 |
|
| |
סקוקט אויס אזוי ווי חנניא מישאל ועזריה מיט זייער יסורים
אין ווילי קענסט זיין ערליך אבער אונטער טעראר אבער טאמער חלילה ווילסט נישט קענסטו גיין צו די רואיגע בפ און לעבען רואיג מיט אלע גוטע זאכען וואס מלך בבל האט זיי צוגעזאגט אויב זיי קערען זיך אוועק פון דרך התורה רח"ל
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 22:04 |
|
| |
פשטידא
ווער האט עם געמאכט פאר א גדול הדור אדער גדול בתורה? איך קען עטליכע בחורים וואס האבען געלערנט אין זיין ישיבה, גיי פראביער זיי פארציילען וואס פאר א גדול ער איז. ער איז אלע יאהרען געווען אן אויסגעשפיעלטער צווייט קלאסיגער מגיד שיעור, וואס די גאנצע ישיבה האט אויסגעלאכט.
ווער האט עם דען געקענט אין אמעריקא ביז ער איז געקומען מיט די גערער רבי און מ'האט עם פארקויפט מיט אזא קאמפיין ווי קאקא קאלא?
די ליטוויקעס און די יאטעד האבען עם די לעצטע פאר יאהר אויפגעפאמפט און דו נאר האסט איינגעקויפט זייערע שטותים. קום, איך האב א בריק וואס איך וויל דיר פארקויפען.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 22:06 |
|
| |
וועם גייט אהן צו עס ווערט ערווארטעט צו נישט. מען רעדט פין וואס איז. ווייל אויב ווילסטו וויסן וואס עס ווערט ערווארטעט אין וויליאמסבורג, קען איך - אהן די ווילדע מח וואס די פארמאגסט - אויך אויסמאלן א בילד וואס איז נענטער צים מציאות ווי וואס די זאגסט.
נאך אמאל בעט איך דיך, שרייב וואס איז הפקר אין מאדערן פין מאכן בארביקיוס. STEREOTYPES האט מען שוין געהערט גענוג, יעצט צום ענין. (אגב, וואטש וואס די שרייבסט, ווייל די נומער וואס איך האב דיך אויבן געגעבן איז נאר געוועהן א "לאמיר זאגן." די עכטע נומער פין וויליאמסבורגער וואס מאכן בארביקיוס איז ידוע לכל).
אגב האט מען נישט גערעדט פין לארענס, מען האט נאר געפרעגט די שאלה "איז וויליאמסבורג טאקע בעסער ווי אנדערע געגענטער"?
וועגן טי-שירטס: די וויליאמסבורגער אינגעלייט גייען נאך אזויפיהל אנגעטיען מיט טי-שירטס ווי די בארא פארקער.
לסיום: בארביקיו איז נישט אסור, אבער ס'זאגט עפעס. ס'זאגט הפקירות און ס'זאגט מאדערן. אונאת דברים איז נישט מותר און דאס מיינט נישט אז א דורכשניטליכער וויליאמסבורגער איד איז נישט פרומער ווי א באראפארקער.
אונאת דברים איז נישט מותר, אבער ס'זאגט עפעס. ס'זאגט אז אלע ענקער בכלומרשטע זיך אננעמען אויף די תורה איז הבל וריק. ס'זאגט אז ענק גייט אהן די תורה אין די מצוות א נעכטיגן טאג. אויך זאגט עס אז אויף זאכן וואס מ'האט ענק איינגערעדט אז עס זעהט אויס מאדערן אין ווייזט אויף הפקירות דארף מען מוחה זיין אין וואטשען אבער אפילו מען איז עובר אויף איסורי דאורייתא קען מען נאך ווערן אנגערופען א "דורכשניטליכער וויליאמסבורגער וואס איז פרומער ווי א בארא פארקער."
אגב, איך מאך נישט אוועק די וואס זענען מקפיד אויף אייגענע סייגים אדער גדרים, אבער צו זאגן אז דאס איז אידישקייט אין אויף איסורי תורה קען מען טרעטן שמעקט וויליאמסבורגיש.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 22:14 |
|
| |
וואסא-דיף שרייבט: פשטידא
ווער האט עם געמאכט פאר א גדול הדור אדער גדול בתורה? איך קען עטליכע בחורים וואס האבען געלערנט אין זיין ישיבה, גיי פראביער זיי פארציילען וואס פאר א גדול ער איז. ער איז אלע יאהרען געווען אן אויסגעשפיעלטער צווייט קלאסיגער מגיד שיעור, וואס די גאנצע ישיבה האט אויסגעלאכט.
ווער האט עם דען געקענט אין אמעריקא ביז ער איז געקומען מיט די גערער רבי און מ'האט עם פארקויפט מיט אזא קאמפיין ווי קאקא קאלא?
די ליטוויקעס און די יאטעד האבען עם די לעצטע פאר יאהר אויפגעפאמפט און דו נאר האסט איינגעקויפט זייערע שטותים. קום, איך האב א בריק וואס איך וויל דיר פארקויפען.
====================
דער וואס האט נישט געוואלט דורך ליינען די אלע 145 תגובות דארף נא ליינער דער תגובה אין די שאלה "צו איז וויליאמסבורג טאקע בעסער ווי אנדערע געגענטער" וועט פין זיך אליינס פארענטפערט ווערן.
אין בארא פארק ווייסט אפילו א קליין קינד אז אפילו פאר אן אזוי געריפענע "אויסגעשפיעלטער צווייט קלאסיגער מגיד שיעור" האט מען דרך ארץ - מען זידעלט נישט, מען שרייט נישט, מען איז נישט קיין גוי. אין וויליאמסבורג ווייסט אבער אפילו יעדע קליין קינד אז אפילו די גרעסטע גאון אין ראש הישיבה, די סעקונדע וואס ס'שמעקט דיך נישט זיין שיטה, סטעמפל עם אהן אלץ א "אויסגעשפיעלטער צווייט קלאסיגער מגיד שיעור."
תוקן על ידי - Kutchma - 21/11/2005 22:16:43
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 22:40 |
|
| |
קאטשמע!
זאלסט מיר זייער מוחל זיין
אבער בן מלך האט זייער גוט געזאגט. ס'איז א שטארקע פוינט
אין לכאורה פארשטייסטו עס אויך!
אין אויב פארשטייסטו נישט דעמאלטץ דארפסטו דיך גיין אינטערזוכען!
ביי די וועי מיין חבר איז פון די 26 אסירי סאטמאר
אין ער וואנט אין ב.פ. (איך גלייב אז ס'איז דא נאך)
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 22:51 |
|
| |
געלט שרייבט: ביי די וועי מיין חבר איז פון די 26 אסירי סאטמאר אין ער וואנט אין ב.פ. (איך גלייב אז ס'איז דא נאך)
פארוואס טראכסטו נישט פאר די שרייבסט?
מיט דעם פרעגסטו נאר ווייטער אפ זיינע רייד. דערצו פרעגסטו זיך אויך אליינס אפ מיניה וביה. ער שרייט דאך חי וקים אז פין בארא פארק קומט מעט נישט צו לויפן קיין וויליאמסבורג ארום באמען.
קימסטו, מיינענדיג אז די ביסט חיטרע, אין אז ענדליך וועט מען דעם קוטשמע אפווענדן, אין שרייסט אז מ'קומט יא ארום באמען אין וויליאמסבורג.
אין איך דארף מיך גיין אינטערזוכען?
תוקן על ידי - Kutchma - 21/11/2005 23:02:59
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 23:08 |
|
| |
קאטשמע !
you got me wrong!
זיי נישטאזוי פרייליך
דער אינגערמאן איז טעקע א גוטע סעמפעל פאר דיר!
ער שטאמט פון ווילי (זיינע עלטערען וואינען דארט)
אין ער האט פשוט חתונה געהאט קיין ב.פ.
(זעהט אויס אז דארטן איז דא מער פון זיין סטייל! )
דא אין ווילי ווייס איך נישט צו ער וואלט געקענט טרעפען אזא פאסיגע שידוך!
(וואס איז זייער נזהר מיט אונאת דברים....)
אין ער איז געקומען אויף יו"ט צו זיינע עלטערען!
שטימט שוין אלעס. אדער ס'איז נאך שווער עפעס?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 23:25 |
|
| |
איך מיין אז YOU GOT YOURSELF WRONG.
יעצט קענסטו שוין קומען מיט תירוצים שונים ומשונים. אז די דארפסט עס שוין מאכן "פיטען" איז דיין אריגינעלע טענה נישט אין פלאץ. ממה נפשך. איז ער פין ב"פ אבער אריגינעל פין וויליאמסבורג - אין די גלייבסט סך הכל אז ס'איז דא נאך - נו וואס טיט זיך מיט די אנדערע 25? מן הסתם וועלן זיי אויך מאפן קיין ב"פ איין טאג, עס מיז דאך אזוי זיין בן מלך האט דאך גיטע נקידות.
טאמער אבער האקסטו יעצט סתם אין גענאק אין זאגסט אזוי אז ס'זאל דיך אויסקומען גיט, אזוי וי איך שטעל מיך פאר, נו וואס איז בכלל די מדובר, גיי דיך אינטערזוכען אין דערנאך וועט מען שמועסן.
און צוגאב: די שרייבסט אז די ווייסט נישט טאמער אין וויליאמסבורג וואלט ער געקענט טרעפן א פאסיגע שידוך. דערמאן מיך זיי אזוי גיט, וועלכע שטאט האבן בחורים אויסגעקליבן צו לאקערן נאך מיידלעך פרייטאג צונאכטס? אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק? פארוואס וויליאמסבורג? ווייל די מיידלעך דארט זענען בעסער ווי אין בארא פארק אדער ווייל זיי זענען גרינגער אריין כאפן אין נעץ?
חא חא, ער וואלט "נישט" געקענט טרעפן עפעס פאסיג. ער האט געמיזט גיין זוכן אין בארא פארק.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 23:27 |
|
| |
קוטשמע,
דו האסט אריינגעווארפן א קלעצל וואס זאגט גארנישט און מיינט גארנישט און פארענטפערט גארנישט.
איך האב נאכגעזאגט א קלארע דערהער וואס יעדער נארמאלער מענטש ווייסט פון די פאקטן, און די פאקטן זאגן עפעס, און דו ווילסט עס כאילו פארוואסערן מיט אביסל מים אחרונים שפרענג וואסער.
יא, אין וויליאמסבורג זענען ליידער אויך דא שקצים, יא, אין ווילי האט מען ארעסטירט 26 חברה א קיבוץ אימפארטירט "מארבע כנפות הארץ" - עס זענען דארט געווען "אויך" וויליאמסבורגער.
לאמיר זאגן, נניח אז אלעס איז געווען ווילי לאקאלע חברה.
אבער דו האסט נאך אלס נישט געענטפערט צו וואס איך האב געפרעגט:
האסטו שוין געזען אמאל אז איינער אין ב.פ. ווערט שוואך אין אידישקייט, זאל ער אנטלויפן צו די פארדארבענע ווילי? צו די ווילי וואס דו מאלסט אזוי אראפ מיט די געז סטעישאנס???
ענטפער צום ענין, אדער שווייג.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 23:36 |
|
| |
בןמלך:
דו האסט אריינגעווארפן א קלעצל וואס זאגט אסאף און מיינט אסאך און פארענטפערט אסאך.
די זאגסט: ענטפער צום ענין, אדער שווייג.
השמע לאניך מה שאתה מוצא מפיך!!!!!!!
די פרעגסט: האסטו שוין געזען אמאל אז איינער אין ב.פ. ווערט שוואך אין אידישקייט, זאל ער אנטלויפן צו די פארדארבענע ווילי?
דאס איז א שורה אינטער וואס די שרייבסט: יא, אין ווילי האט מען ארעסטירט 26 חברה א קיבוץ אימפארטירט "מארבע כנפות הארץ" - עס זענען דארט געווען "אויך" וויליאמסבורגער
בקיצור: איך דארף ענטפערן צו דער זאך - אדער שווייגען - אין די צייט וואס די שרייבסט אז רוב אריסטאנטן זענען געוועהן נישט וויליאמסבורגער, וואס לויט דעם קומט אויס אז מ'קומט ביג-טיים קיין וויליאמסבורג ארום באמען. אין די זעלבע אטעם פרעגסטו: האסטו שוין אמאל געזעהן אז שוואכע זאלן קומען קיין וויליאמסבורג - כאילו וויליאמסבורג איז א פלאץ וואס איז נישט סובל בכלל קיין שוואכע.
בןמלך: ענטפער צו די זאך אדער שווייג.
תוקן על ידי - Kutchma - 21/11/2005 23:35:38
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 23:42 |
|
| |
אז די ווילסט דווקא
קאל מיך אין אישי וועל איך דיר זאגען ווער דאס איז!
איך פיר מיך נישט צו זאגען ליגענט!
וועגן נאכלויפען פרייטאג צו נאכטץ
1) אין ב.פ.דארף מען ליידער נישט נאכלויפען........
2)ס'איז ליידער נישט דא ווער ס'זאל נאכשרייען
(אין וועגען דעים ווייסטו נישט דערפון איך האב אויך נישט געוויסט ווילאנג מ'האט נישט נאכגעשריגען)
ווען יא וואלט מען געקענט שרייען "א יעדן טאג"!
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 23:46 |
|
| |
קוק בעסער איבער מיין פאריגע תגובה, איך האב נישט גערעדט פון באמעס וואס קומען צופארן מכלומר'שט אויף שמחת תורה, צו אויף א וויזיט. וואס מיט דעם גופא ביסטו אויך זייער זייער מיסאינפארמירט.
איך רעד פון פערמאנאנט זיך באזעצן און באקוועם מאכן.
און איך האב אויך נישט געווואלט אנהייבן דא אריינשמייסן אין ב.פ., איך האב דיר נאר מעורר זיין אז דו זאלסט ענטפערן דעמאלס ווען ס'איז צו די זאך, נישט שיסן קיין לופט באמבעס...
און אז דו רעדסט פון 26 באמעס, וואלט איך דיך איינגעלאדענט דו זאלסט קומען איין נאכט באזוכן קיין ב.פ., און איך וועל דיך צופירן צו עטליכע פלעצער ווי דו וועסט האבן די זכי' צו זען אויף איין פלאץ פיל מער ווי 26 באמעס מיט באמטעס, לאקאלע און אימפארטירטע.
איך וויל טאקע שוין אפשמועסן ווי מיר גייען זיך טרעפן. דו זאלסט שטיין 8:00 ביינאכט אקעגן איבער אמנון'ס פיצא סטאר אויף 13, און פון דארט וועל איך דיך ווייטער ארומפירן, צו דאגי'ס און צו פיגי'ס און אזוי ווייטער, כאוות נפשך...
תוקן על ידי - בןמלך - 21/11/2005 23:46:16
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 23:46 |
|
| |
אין ב.פ.דארף מען ליידער נישט נאכלויפען........
ס'איז ליידער נישט דא ווער ס'זאל נאכשרייען
(אין וועגען דעים ווייסטו נישט דערפון איך האב אויך נישט געוויסט ווילאנג מ'האט נישט נאכגעשריגען)
ווען יא וואלט מען געקענט שרייען "א יעדן טאג"!
דער קלאסישע וויליאמסבורגע תירוץ. למעשה גייען די תועבות אבער פאר אין וויליאמסבורג - די עיר ואם בישראל - ירושלים דאמעריקא - נישט אין בארא פארק.
איך ברענג דיך פאקטן, די ברענגסט מיך טעאריע.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 23:52 |
|
| |
און אז דו רעדסט פון 26 באמעס, וואלט איך דיך איינגעלאדענט דו זאלסט קומען איין נאכט באזוכן קיין ב.פ., און איך וועל דיך צופירן צו עטליכע פלעצער ווי דו וועסט האבן די זכי' צו זען אויף איין פלאץ פיל מער ווי 26 באמעס מיט באמטעס, לאקאלע און אימפארטירטע.
דאס איז די חילוק צווישן מיך אין דיך. איך קען צו דיר מודה זיין אז אין בארא פארק איז פארהאן פיהל באמ'ס. די אבער וועסט דיך האלטן פעסט אז אין וויליאמסבורג גייט גארנישט פאהר. וואס איך מיין דערמיט צו זאגן איז אז די וואס האקן אין קאפ אז וויליאמסבורג איז בעסער ווי אנדערע פלעצער, זענען סימפליסטיש אין מצומצמים.
|
|
|
|
|