|
|
| נשלח ב-21/11/2005 23:57 |
|
| |
קוטשמע,
I am surprised at you!
אז אין וויליאמסבורג קומט אויך פאר אזעלכע זאכן, אבער אין בארא פארק קומט פאר מער מיינט עס אז וויליאמסבורג איז נישט בעסער?...
לטובתך טראכט בעפאר דו שרייבסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 00:00 |
|
| |
זיי נישט אזוי סאפרייזד.
דעס איז נאר איין קליינע פאקטאר. נאך 'אפאר' קענסטו ליינען אין די איבריגע תגובות אין דעם אשכול.
עס זענען אבער דא נאך אסאך.
דעס איז אבער נאר אויף די הנחה אז עס קומט טאקע פאר "מער" אין בארא פארק. אויף דערווייל איז די איינציגע הוכחה דערצו געוועהן די קלאסישע וויליאמסבורגע ענטפער "אלע ווייסן דאס." אין וויליאמסבורג איז עס אבער א פאקט. מען קען אויף די שקצים אנטייטלען מיט די פינגער.
יעצט לאמיר הערן די ניגון: אין בארא פארק קען מען ליידער נישט אנטייטלן מיט די פינגער ס'איז דא צו סאך... בלא בלא בלא.
ביטע ברענגן פאקטן - נישט טעאריע.
תוקן על ידי - Kutchma - 22/11/2005 0:04:57
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 00:04 |
|
| |
קוטשמע, מיר האלטן שוין אויף א דרך.
איך האב אויך נישט געזאגט אז אין ווילי איז נישט דא קיין באמעס. צווישן בערך 9000 משפחות וואס אין ווילי מיינט דאס לכל הפחות 40,000 נפשות ++, זענען אויך ליידער דא באמעס.
און איך האב אויך נישט געזאגט אז אין ב.פ. מאנגלט חשובע אידן יחידי סגולה וואס פאר די גאנצע וועלט דארפן מיר זיך נישט דערמיט שעמען.
די פוינט איז געווען מיין זאכליכע ווארט וואס ענדיגט זיך מיט א פראגע, און אויף דעם האסטו נאכנישט געענטפערט.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 00:09 |
|
| |
איך האב גראדע א גאנצע הויפן פון שבחים אויף ב.פ. מיט וואס ב.פ. שטייט ארויס פון פיל אנדערע אידישע שטעט. וואס ווילי דארף נאכאמאל באשאפן ווערן דאס צו עררייכן.
איך דארף אבער זען וויאזוי דער אשכול פארט ווייטער, וויפיל "נאן-סענס" עס קומט נאך...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 00:09 |
|
| |
די פוינט איז געווען מיין זאכליכע ווארט וואס ענדיגט זיך מיט א פראגע, און אויף דעם האסטו נאכנישט געענטפערט.
אנטשולדיגט, אבער איך ליין נישט די איד אין נישט די בלאט - איך פארשטיי נישט דיין שפראך. קען זיין אז אין דיינע אויגן בין איך דערפאר א גוי בכל אופן פארשטיי איך אבער נישט וואס דא שטייט.
אזוי ווי איך האב אויף אלעס געענטפערט ביז אהער גלייב איך אז אויף דיינע זאכליכע פראגען - ווערטער וכו' וכו' וועל איך מיך נישט שטיקען.
תוקן על ידי - Kutchma - 22/11/2005 0:08:53
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 00:36 |
|
| |
אנטשולדיקט ר' בן מלך, איך מיין אז "איך" האב שוין גע'ענטפערט אויף דיין זאכליכע ווארט. ביטע קוק צירוק.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 00:43 |
|
| |
וואסא דיף
איך האב געמיינט אז איך האב דיר שוין גיענטפערט,
נאר אפשר איז גיווארען א "טומל" דארט ביי דיר אין "גאז סטעישען, ביסטו גיווארען "צוטומלט"
יא, אין "סאטמאר" איז דא פראצענטיעל מער אויסווארפען ווי אין אנדערע פלעצער,
אזוי אויך איז דער "סאטמארער" אויסווארף פיל מער "געלונגען" ווי אנדערע ,
אין דאס איז טאקע צו פארדאנקען די "פאלשע פרומע רשעות" וואס עקזיסטירט ביי זיי,
ער זעט ווי דער "פרומער" וואס די "אידישקייט" ברענט אין עם , איז נישט מער אין נישט ווייניגער א בעל מחלוקת א בעל תאוה אין א בעל גאוה,
ווי פיל אידען האט מען "באגראבען" אין וומ"ב מיט די "פאלשע פרומקייט"?
וואס הייסט אין וויליאמסבורג "פרומקייט" וואלט גיהייסען אין "ערליכע" פלעצער "רשעות"
אין וועגען געז "על טהרת הקודש" מוז איך דיר זאגען אז עס איז נישט קיין שלעכטער "איינפאל", דארפסט נאר מאכען א "יד אחת" מיט דיינע "ערליכע" רבנים אז זיי זאלען "מעורר" זיין דעם עולם, אין אויפווייזען מיט "ראיות ברורות" אז דיין געז קומט נאר פון "אראבער" אין עס וועט זיך פארקויפען ווי וואסער...
און אויך, נאך ענקער "דערהויבענער" שמחת תורה "הידועה" האלט איך דיר נישט "ערגער" ווי די ספיקס אין די נעגערס....
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 00:51 |
|
| |
דזשיד,
איך האב יעצט געזען דיין תגובה. דו זאגסט אז דער בחור וואס אנטלויפט קיין ב.פ. "מיינט" נאר אז דארט איז פרייער און בעסער פאר זיין "לייפ-סטייל".
איז די קשיא, פארוואס מיינט ער אזוי, און פארוואס מיינען אזוי זייער אסאך ליידער, און נאך אזויפיל יארן וואלט שוין געדארפט די קול ארויס גיין אז ב.פ. איז פיל שטרענגער און פרומער פון ווילי. זיי האבן "נישט" באקומען דעם מעסעדזש.
און נאך איין קשיא, פארוואס מיינט נישט "קיין איין" בארא פארקער דראפ-אוט אז ווילי איז דאס פלאץ פאר אים און פאר זיין שקאצעריי???
אגב, האב איך נישט נאר גערעדט פון אפגעפארענע באמעס בחורים, איך האב אויך גערעדט פון געהייראטע מענטשן, און בעלי משפחות וואס האבן געכאפט א קליינעם גליטש, אדער ווילן זיי זיך נאר "אביסל" מאדערניזירן, אין דעם איז דא פיל פיל דרגות. אבער די אלע ווייסן אז ב.פ. איז פאר זיי. און זיי ווייסן אויך אז פון ווילי דארפן זיי אנטלויפן.
פארוואס "קיינמאל" נישט פארקערט???
אזא פרייע שטאט ווי ווילי, מיט געז סטעישאנס..??
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 01:01 |
|
| |
בן מלך,
ס'זעהט מיר נישט אויס אז די האסט פארשטאנען וואס איך שרייב. ביטע לייג צו קאפ!
סה"כ זאג איך דארט, אז דער חינוך אין ווילי איז טאקע דאס, אז ווילי איז הייליגער אין פרומער. און גארנישט מער ווי דעם.
איז דיר נאך אלץ א חידוש פארוואס דער ווילי באם לויפט קיין ב"פ?
ס'איז מיר באמת א ווינדער אז די באמערקסט נישט, ווי דער שטארקע באמבע ראיה וואס די האסט געברענגט, איז טאקע דער שענסטע באווייז אויף פונק פארקערט.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 01:08 |
|
| |
צדוק
ב"ה איך בין אין זייער א רואיהגע גזא סטיישאן.
יעצט שרייבסט דו גאר צו דער זאך.
וויפיהל אויסווארפען לדעתך זיינען דא בכלל און וויפיהל פראצענט איז סאטמאר?
אנטקעגען וויפיהל פראצענט וואס סאטמאר איז פון דער חסידישען עולם?
און מיט וואס זיינען די סאטמארע מער געלונגען?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 01:10 |
|
| |
פון ווי ביסטו צוגעקומען צו א מסקנא אז די "מאדערנערע עלעמענטען" קומען נישט קיין וומ"ב ווייל ס'איז א "מקום קדוש"
אפשר קומען זיי נישט ווייל זיי האבען בעסער וואס צו טוהן, ווי זיך ארומצורייסען מיט פארקרומטע וויליאמסבורגע "מטורפים?
די "ארטיסטען" אין "מאווי סטודיא" האבען נישט מורא צו קומען אין אזא "מקום קדוש"
איך מיין אז פאר מען רעדט "ווי" עס איז דא מער "פרומקייט"
דארף מען וויסען וואס "איז "פרומקייט"
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 01:19 |
|
| |
וואסא דיף
איך בין זיכער אז דו ווייסט גוט די "חשבונות" ווי פיהל ליידיג גייערס ענק "פארמאגען"
נאך א מזל ענק זענען "גרויס" ווען נישט וואלט מען גידארפט פרעגען ווי פיהל ליידיגייער ענק פארמאגען "נישט"
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 01:26 |
|
| |
זשיד,
ס'מוז טאקע אזוי זיין אז מ'רעדט דאס פשוט איין פאר די וויליבורגער חברה אז ב.פ. איז פאר זיי...
מ'רעדט זיי למשל איין אז ס'איז דא א אמנון פיצא סטאר, און א "דאגי'ס" און א "פיגי'ס", און נאך אזעלכע געהויבענע געשעפטן.
אויך רעדט מען זיי איין אז אין ב.פ. איז איינגעפירט אז די פאטאגראפערס לייגן ארויס אין די שוי ווינדאוס און אויף זייערע ריזיגע אדווערטייזמענטס בילדער מיט ראיות אסורות אז ווער ס'גייט דורך זאל נכשל ווערן, און קיינער קען דאס נישט אפשטעלן.
אויך רעדט מען זיי איין אז די קליידער סטארס מיט די דאמיס פון נשים ליגט אפן מיט פרעכהייט אין די שוי ווינדאוס. און קיינער קען גארנישט טוהן דאס מבטל צו זיין.
וכן ביי די שייטל סטארס.
און מ'רעדט זיי נעבעך אויך איין אז די הייליגע "גל-פז" סטארס וואס דארט שטייען רוב צייט פרי געצייטיגטע בחורים...
און דארט איז אויך פיל מאל דא הענג-אוטס, בפרט די גל פז פון 53 קאר. 13, בפרט אין די זומערדיגע נעכט ווען זיי פארמאכן ניינע צענע ביינאכט ....
און אז אין אייכלערס "ספרים סטאר" קען מען קויפן כל מיני אומאויסגעהאלטענע ביכלעך און "כשרע" ווידיא...
דאס אלעס רעדט מען איין פאר די וויליאמבורגער קינדער, יעדער מלמד פון אלע מוסדותאין שטאט לייגן דאס אריין אין זייער "קאריקולום" צו איינרעדן דאס די קינדער, און ס'מוז זיין אלע מוסדות, ווייל פון אלע קהילות זענען ליידער דא פון די וואס קומען אן קיין ב.פ.
און נאך די אלע איינרעדענישן איז נאך אלס א גרויס וואונדער, פארוואס די חברה בלייבן טאקע זייער פיל מאל אין ב.פ., אפילו נאכדעם וואס זיי וואוינען שוין דארט, און זיי זעען איין אז זיי האבן געמאכט גאר א גרויסן טעות.
פארוואס בלייבן זיי נאך דארט, זיי דארפן צוריק לויפן צו די פארדארבענע ווילי מיט די געז סטעישאנס, וואס איז באמת זייער פלאץ...??
זשיד, איך האב ערווארטעט בעסערס פון דיר..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 01:26 |
|
| |
איז די קשיא, פארוואס מיינט ער אזוי, און פארוואס מיינען אזוי זייער אסאך ליידער, און נאך אזויפיל יארן וואלט שוין געדארפט די קול ארויס גיין אז ב.פ. איז פיל שטרענגער און פרומער פון ווילי. זיי האבן "נישט" באקומען דעם מעסעדזש.
אפשר וועסטו מיך קענען ענטפערן אויף די שאלות:
>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז הרב שטיינמאן איז א אויסגעשפילטע מגיד שיעור? (דאס איז נאך שיין גערעדט)
>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז די וואס טראגן מיט די עירוב זענען גוים?
>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז די המודיע איז ערגער ווי די קוראן?
>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז די בעלזער רבי קומט אריין צום טיש מיט א בעידינג סוט?
>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז די קלויזענבורגע רבי איז געגאנגען אנגעטיען מיט א לעדערנעם דשזעקעט?
>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז נאר זייער רבי איז הייליג אבער אלע אנדערע זענען טמא?
>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז נאר זייער חסידות איז חשוב אבער אלע אנדערע זענען בטול ומבוטל כעפרא דערעא?
>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז די איד אין דער בלאט איז אזוי חשוב ווי די שולחן ערוך?
>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער א שכנ'ס בלוט מעג מען טרונקען?
>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז מ'מעג לכתחלה גיין אין ערכאות אפילו פאר מ'פרובירט צו גיין צו דין תורה?
>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז די ליבאוויטשער רבי איז געוועהן עפעס א גוי (רח"ל)?
>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז דאס אז אידען שמירען סוואסטיקעס אויף אנדערע אידישע געשעפטן איז "ביג דיל?"
>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז חוצפה איז דרך ארץ?
>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער קינדער אז עס איז נישט דא קיין שום פראבלעם נאך צו שרייען עלטערע אידן אויף די גאס?
>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער קינדער אז ארויס צו שרייען פין באסעס אדער ארויס ווארפן זאכן פין די פענצטער פין באסעס, אויף מיטעל-יעריגע אידן, איז א נארמאלע זאך?
>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער בחורים אז מ'קען נאך אלץ זיין חסידישן אפילו אויב די בארד זעהט אויס ווי קארפעט-גראז?
>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אידן אז געבן אינטערוויוז פאר די טעלעוויזשען אויף יום טוב איז מותר?
>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אידן אז עס איז א מנהג מבזה צו זיין כל הקודש לנו אויף שמחת תורה אין שמיני עצרת?
>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז כל דאלים גבר, איז אויף אלעס געזאגט געווארן?
א תירוץ צו די שאלות אין צו אלע אנדערע "אריין גערעכנט דיין אויבענדערמאנטע" איז:
עבדים היינו - ענק זענען קנעכט צו די וואס האבן ענק געמאכט אזוי מיינען.
מ'האט ענק אויסגעלערנט אז מ'טאר נישט טראכטן - מ'מעג נאר מיינען - אין אויך נאר די מיינונגען פין די משתלטים.
לעבטס ווייטער אין ענקער עולם גולם, ווי וואס מ'מיינט איז טאקע אמת, אין דערנאך קום פרעגן:
אויב מיינט מען אזוי וויאזוי קען זיין אז עס איז נישט אמת?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 01:36 |
|
| |
בן מלך:
אין בארא פארק רעדט מען איין אז אין עטרת אברהם אין און פארנט גייט פאר פריצות וואס איז בוקע רקיעים. אויך רעדט מען איין אז די בכלומרשטע מוחים אויף פירצות זיי גאר זענען די וואס פארדינגן די זאל פאר די עלעמענטן. קען עס דען זיין אמת? אין וויליאמסבורג? סטמאר'ע מוסדות? עההההההה, מרעדט זיי אזוי איין.
ווי אויך טיט מען נעבעך איינרעדן די בארא פארקע קינדער אז רואז קעסיל איז א נייט קלאב יעדע שבת קודש. קען עס דען זיין אמת, אין וויליאמסבורג? דער בעל הבית פין זאל איז א גרויסע סטמאר'ע תומך? עההההה מ'רעדט אינז אזוי איין.
דאס קומט נישט פאר אין בארא פארק, נאר אין וויליאמסבורג, מיין פריינט.
|
|
|
|
|