בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מעלות פון וומס"ב איבער אנדערע ישובים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/11/2005 01:44 לינק ישיר 

יא, מ'רעדט נעבעך איין פאר די וויליאמסבורגער אז אין עטרת אברהם קומט פאר כמעט די זעלבע פריצות ווי עטרת חי'...

די גאנצע אנדערע מגילה איז ניינציג פראצענט סתם לופט, קיינער אין ווילי מיינט נישט אז דער בעלזער רב גייט מיט א בעידינג סוט, און דער קלויזענבורגער רב מיט א לעדרענעם דזשעקעט, און אזוי אלע אנדערע שטותים וואס דו ברענגסט דארט.
DONT TRY TO PLAY STUPID
דאס זענען די זאכן וואס דו פרובירסט זיך אפשר איינצורעדן..
די אנדערע צען פראצענט איז פשוט ליגענט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2005 01:46 לינק ישיר 

90 פראצענט סטאפיד
10 פראצענט ליגענט


א גיטע תשובה טאקע. היפש געלונגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2005 01:49 לינק ישיר 

און דאס יא, ווען עס קומט פאר אזא זאך אין ווילי, ווי ראוז קעסטל, עטרת אברהם וכדו' זענען דא אידן וואס פראטעסטירן דערקעגן, און אזעלכע שרייבער ווי דו אויף היידפארק שרייבן אז זיי זענען משוגעים און טעראריסטן.
דו קענסט נישט שפילן מיט ביידע זייטן פון די קארטל..
בדרך אגב, האסטו שוין געזען איינער זאל עפעס טוהן אקעגן ניסן סטודיא? צו פריעדמאן פאטאגראפי ביידע האבן מעכטיגע בילדער אויף 49 און 12,
א חידוש אזא פרומע שטאט און ראיות אסורות איז נאר א פראבלעם אין וויליאמסבורג, ווייל מ'רעדט זיי איין....
און ווען א עסקן הייבט שוין אן א קאמף מיט אמנון, סטראשעט מען אים מיטן ערגסטן און מיט דעם ענדיגט זיך עס...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2005 01:50 לינק ישיר 

לאמיר טוישען די צוויי אויף זאכן וואס איך אין מן הסתם רוב אנדערע האלטן אז ס'איז יא אמת, (באלד וועט נאך קומען איינער פין דיינע חכמים זיך שטולצירן דערמיט) אין אויף די איבריגע צייכן צו וועלכע איז סטופיד אין וועלכע איז ליגענט. זעה אבער זיך צו האלטן צו די 90:10 RATIO.


>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז הרב שטיינמאן איז א אויסגעשפילטע מגיד שיעור? (דאס איז נאך שיין גערעדט)

>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז די וואס טראגן מיט די עירוב זענען גוים?

>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז די המודיע איז ערגער ווי די קוראן?

>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז די בעלזער רבי איז א שייגעץ?

>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז די קלויזענבורגע רבי איז געוועהן א שייגעץ? (רח"ל)

>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז נאר זייער רבי איז הייליג אבער אלע אנדערע זענען טמא?

>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז נאר זייער חסידות איז חשוב אבער אלע אנדערע זענען בטול ומבוטל כעפרא דערעא?

>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז די איד אין דער בלאט איז אזוי חשוב ווי די שולחן ערוך?

>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער א שכנ'ס בלוט מעג מען טרונקען?

>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז מ'מעג לכתחלה גיין אין ערכאות אפילו פאר מ'פרובירט צו גיין צו דין תורה?

>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז די ליבאוויטשער רבי איז געוועהן עפעס א גוי (רח"ל)?

>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז דאס אז אידען שמירען סוואסטיקעס אויף אנדערע אידישע געשעפטן איז "ביג דיל?"

>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז חוצפה איז דרך ארץ?

>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער קינדער אז עס איז נישט דא קיין שום פראבלעם נאך צו שרייען עלטערע אידן אויף די גאס?

>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער קינדער אז ארויס צו שרייען פין באסעס אדער ארויס ווארפן זאכן פין די פענצטער פין באסעס, אויף מיטעל-יעריגע אידן, איז א נארמאלע זאך?

>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער בחורים אז מ'קען נאך אלץ זיין חסידישן אפילו אויב די בארד זעהט אויס ווי קארפעט-גראז?

>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אידן אז געבן אינטערוויוז פאר די טעלעוויזשען אויף יום טוב איז מותר?

>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אידן אז עס איז א מנהג מבזה צו זיין כל הקודש לנו אויף שמחת תורה אין שמיני עצרת?

>>פארוואס מיינען אזוי סאך וויליאמסבורגער אז כל דאלים גבר, איז אויף אלעס געזאגט געווארן?


דארפסט נישט ענטפערן, באלד וועט קומען וואסא-דיף אין זאגן ווי שטאלץ ער איז מיט די אלע זאכן. אפשר ביסטו גאר אויך שטאלץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2005 01:51 לינק ישיר 

קוטשמע,
ליין דו אליין איבער דיין תגובה, און טראכט אביסל.
דו מיינסט מ'לעבט היינט אין די 1800 יארן ווען מ'קען "איינרעדן" אז דער בעלזער רב קומט אריין צום טיש מיט א בעידינג סוט???
דו ווילסט זיך נארן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2005 01:54 לינק ישיר 


דו קענסט נישט שפילן מיט ביידע זייטן פון די קארטל..


ווייסט ווער נאך קען נישט שפילען מיט ביידע זייטן פין די קארטל? די אזוי גערופענע לוחמים!!!

דא גייט סטמאר אין איז מוחה אויף וואס נאר, אין דא גייען זיי אין מאכן אליינס אהן די פריצות. אויב האסטו א לוגישע ענטפער, דאן ענטפער, אז נישט לערן דיך אויס צו זאגן אז עס איז טאקע מאדנע אין נישט צום פארשטיין.

פארוואס די דארפסט אלעס מאכן שטימען לויט דיין שיטה פארשטיי איך נישט. די מוטשעסט דיך אין די קרוכסט נישט ארויס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2005 01:56 לינק ישיר 

ערלעדיגט, איך האב יענץ אויסגעמעקט. אויב אבער וועסטו לייקענען די פאקט אז רוב וויליאמסבורג גלייבט אז בעלזער רב אין קלויזענבורגע רב זענען געוועהן - איז א שייגעץ דעמולס האט דאך ענקער שיטה באנקרוטירט!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2005 02:22 לינק ישיר 

קוטשמע
איך מיין אז די ביסט תולה די זאכען אויף ווילי און די ביסט נישט גערעכט, עס איז סאטמאר אומעטום, איך געדענק הערען פין סאטמארע קינדער (ווען איך האב דארט געלערנט) אז ביי די כותל האבען די ציונים געמאכט אן עבודה זרה, און גערופען ר' משה'לע וויזינצער - מאשקע, וועגען בעלז געדענק איך נישט, אבער דאס האט נישט מיט ווילי דוקא, עס איז לכאורה א סאטמארע וועג און מהלך אין חינוך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2005 03:04 לינק ישיר 

יא
אבער ווער איז בעה"ב אויף ווילי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2005 03:16 לינק ישיר 

בעה"ב אויף ווילי איז :
New York City Government and Mayor Bloomberg



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2005 03:22 לינק ישיר 

ער איז קעגן עירוב
(גידענקסט די פזמון אז די וואס טראגן ווילען ווייזען אז זיי זענען בעה"ב)

תוקן על ידי - worldwar - 22/11/2005 3:56:18



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2005 08:54 לינק ישיר 

טעות







תוקן על ידי - aaatozzz - 22/11/2005 9:49:49

תוקן על ידי - aaatozzz - 22/11/2005 9:50:45



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2005 18:04 לינק ישיר 

איך זעה אז דריי פערטל פון אונזער געפעכט איז פארקראכן פון ווילי און אריין אין סאטמאר.
אין מיין טעלעפאן ביכל שטייען אין ווילי אויסגערעכנט פיל אנדערע מוסדות און קהילות וואס הייסן נישט סאטמאר, דארונטער אויך קלויזנבורג וויזניץ און בעלזא, וואס דארט האלטסטו דאך אויך נישט אז מ'לערנט זיי אויס די אלע זאכן.
און דער פראבלעם וואס דו זאגסט איז דא אין דאס וואס מ'לערנט אויס אין סאטמאר איבעראל, אויך אין ב.פ. סאטמאר.
איז דיין תגובה נאך אלס היבש שטארק מוגזם.
בפרט היינט, ווען דער עולם קויפט שוין נישט אזוי תמימות'דיג אלעס פאר תורת לאקשן.
די אונטערשטע שורה איז אז דו רעדסט נישט פון ווילי, נאר פון סאטמאר וואס זיי האבן א גרויסע סטאנציע אין ווילי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2005 21:47 לינק ישיר 

ס'יז נאריש אז אין יעדע וויכוח מוז אריינקומען סאטמאר.

פאקט איז אז וויליאמסבורגער אידען האבען א אנדערע מענטאליטעט נישט קיין נפקא מינה צו סאטמאר אדער טשערנאוויץ.

א סאטמארער חסיד וויליאמסבורג איז נישט דומה צו א סאטמארער חסיד פון וויליאמסבורג.


אז מען שמועסט פון וויליאמסבורג קומט סאטמאר נישט אריין, נאר אויב איינער וויל שלעפן דעם אשכול אויך צו א אהרונים זאלונים אשכול.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2005 02:45 לינק ישיר 

עפשטיין, עפעס איז דא אין דיינע ווערטער א טעות סופרים.

עפשטיין, אז די האסט ארויס די ווילי מענטאליטעיט, פארוואס שרייבסטו נישט וואס עס איז? ברענג עס ארויס, לעטס גאי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מעלות פון וומס"ב איבער אנדערע ישובים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 12 13 14 15 16 לדף הבא סך הכל 16 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.