|
|
| נשלח ב-18/11/2005 16:08 |
|
| |
זעט אויס אז די וויסט נישט ווי ב"פ איז,
אין וואס איז דאס פארגלייך פון גל פז צו דעם וואס די האסט עס פארגליכען?
אין, איך מיין אז א בית .... הייסט נישט א "פירצה" אין וויליאמסבורג
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 16:11 |
|
| |
צדוק
איך האב פארגליכען? אבער די סברא איז די זעלבע
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 16:16 |
|
| |
איך וויל נישט שטערען די ווילי אידן פון זייערע דמיונות, עס וואלט געווען ביטער ווען זיי כאפען זיך ווי זיי שטייען, אבער ב"ה אז זיי ווילען נישט אריבערגיין קיין בארא פארק.
זיי קומען נישט קיין בארא פארק ווייל זיי קענען נישט, זיי פילען ווי אזוי מען קוקט אויף זיי.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 17:12 |
|
| |
צדיק!
האסט גערעט ווי א קינד!
ווער הייסט דיך אריינגיין/אריינקוקען
די פאקט איז אז גל פז אין ב.פ. איז א באר אין א קלאב
פאר אלע שקצים פון גאס
אז די ווילסט קען איך דיר טראגען ווייזען
אין דאס האט מען נישט געוואלט סזאל געשען דא אין ווילי
אין ב"ה מהאט מצליח געווען!!!!!!!!!!!!
נאך עפעס שווער?
תוקן על ידי - געלט123 - 18/11/2005 17:12:40
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 18:12 |
|
| |
קוטשמע, איך מיין דו דארפסט דיר טוישן דיין ניק אויף "איפכא מסתברא"
און שוין זאלסטו דאס טוהן בעפאר באטשי וועט דיך אויסכאפן...
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 18:25 |
|
| |
אלס א זייטיגער וויל איך פרעגען א קשיא וואס יעדער וויל פרעגען
פארוואס אין ווילי איז די יודישקייט אין לעבען געבויט אויף טאג אין נאכט קריגען שלאגען העצען מוחה זיין
עירוב - האט ליין - אייער - וואסער - שייטלען - אייפאד - גיורת - קליידער - פלעיס - גל פז - האט קאפס - אינטערנעט - סעלפאונס וכו' וגו' (די מחאות פארלירען באלד די קראפט) סקוקט אויס אז כמעט אוממעגליך און אומדערטרעגליך צו זיין א ערליכע יוד
אינטערעסאנט קעגען קריגען אליינס איז קיינער נישט מוחה (שמ"ע)
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 18:29 |
|
| |
זשובוי,
פאר דיין אינפארמעישן, סאיז דא אין די פאנאטישע וויליאמסבורג א יונגערמאן וואס צאלט יעדע וואך א סכום געלט פאר די פאר מאגאזין געשעפטן אויף בראדוועי זיי זאלן נישט פארקויפן קיין טריפה מאגאזינען
סאיז א מוראדיגע זאך,
מי כעמך ישראל
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 18:29 |
|
| |
איך רעדט ווי א קינד?
ווען די וואלסט גילאזט "גל פז" זיין דער "באר" וואלט דער "ראדני" ביהמ"ד נישט געווען א "באר"
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 18:43 |
|
| |
איך מיין אז פאר מיר איז בעסער נישט אנטייל צו נעמען אין דעם דעבאטע, ווייל איך האב קאלטס און ווארעמס סיי פאר ווילי און אויך פאר ב.פ.
איז בעסער לאז מיך שווייגן, און זאלן ביידע זיין די געווינער.
איין מעלה וועל איך יא געבן פאר ביידע צו פארדינען.
ב.פ. איז לכאורה פיל א שטערקערע מקום תורה.
ווילי האט די מעלה, אז יעדער שייגעץ בעפאר ער וויל עפעס איינפירן אדער טוהן אין ווילי, טראכט ער דריי מאל, ווייל ער ווייסט אז דארט איז מען מוחה "ביג-טיים"..
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 18:53 |
|
| |
ווילי האט אויך נאך א שטארקע מעלה,
אז אויב די האסט די גיטע "קאנקשענעס" מיט די ריכטיגע חברה דאן מעגסטע טיען וועלכע פרצה די ווילסט
>ווי למשל, עטרת אברהם
וואס ווען נישט די קאנקשענעס וואלט עס שוין לאנג געווען פארשפארט,
>אויב די ווילסט קענסטע ארויס נעמען א,היתר מסירה כללית,
אין קענסט גיין מסר'ן רעכטס אין לינקס,אין די היתר ווערט נאך דערצי קאפירייט אז נאר די מעגסט עס ניצען,
קענסט למשל זאגען זאגן אויף זאכן וואס פריערדיגע גדולים האבן געגעבן א היתר אז עס איז אסור
>ווי למשל, קאווע פסח אין ביהמ"ד,
>אדער א עירוב אין איינצעלע גאסן וואס עס איז מותר געווען יארן איז פליצלינג איז עס אסור געווארן,לצורך פאליטיק
בקיצור עס איז א פלאטץ וואס אויב די ווייסט צי וועם צי רעדן האסטע א פרייען האנד
תוקן על ידי - שלום_משה - 18/11/2005 18:54:59
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 18:58 |
|
| |
איין הוספה צי שלום משה, כמעט פארגעסן,
אויך די בית .... מידי שבת בשבתו אין "ראוז קעסל" מעג טין וואס ער וויל, ווייל ער האט די ריכטיגע קאנעקשאנס
תוקן על ידי - allnewspic - 18/11/2005 19:30:00
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 19:36 |
|
| |
געלט
די וואוינסט אין יהופיץ?
איך בין אין באראפארק איך גיי פון מאל צו מאל אריין אין גלפז אין איך זע נישט קוים א נפש חיה דארט.
ווי אזוי שרייבסטו?
"די פאקט איז אז גל פז אין ב.פ. איז א באר אין א קלאב
פאר אלע שקצים פון גאס"
זעט אויס אז עס איז נישט דא קיין שקצים אין באראפארק.
ווייל אין גלפז זעט מען אמאל קוים איינעם קויפען א טעיפ, אבער א קלאב? מן דכר שמיה?
מען פארקויפט ענק אין וויליאמסבורג וואס מען וויל, ווייל מען ווייסט אז איר גייט נישט בודק זיין.
גראדע וואסעדיף פון די סיקריקין, האט יא געשריבען צו די זאך, ווייל ער האט אפשר פרייע טעיפ'ס אין זיין סטאק, אבער איך בין משוכנע אז אין וויליאמסבורג וואלט ער דאס נישט געהאט, ווייל ער ווייסט אז דארט איז נישט דא קיין פרייע ישראלים ווי אין באראפארק וואס געברויכען דאס.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 19:44 |
|
| |
טובעין
ערשטענס אמאל איז נישט דא אזא זאך ווי סיקריקין
צווייטענס אמאל, געהער איך נישט פאר די סיקריקין
דריטענס אמאל, ס'ליידער נישט פרייע איזראעלער וואס קויפען זיינע קאסעטעס נאר היימישער.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 20:47 |
|
| |
מקל אל הכבד:
בןמלך: וואס די ווילסט ווייס איך אינגאנצן נישט, אויב ווילסטו באציאונג, זיי מסביר דיין הערה, אדער הארה, עפעס וועגן איפכא.
וואסא-דיף, עס איז ליידער נישט קיין נפקא מינא טאמער פארקויפט גל פז אין ב"פ טעיפס פין פרייע זינגערטעס אדער נישט ווייל דאס האט אויסדריקלעך נישט געשפילט קיין ראלע אין די מערכה. עס איז א דבר ידוע לכל אז א געשעפט אויף יענעם בלאק, אין איך גיי נישט זאגן וועלכס חאטש עס איז נישט קיין סוד, איז געוועהן די ריקען ביין פין די געוואלדאטן.
פונקט ווי מ'האט ענק איינגערעדט אז דער רבי אדער יענער רבי איז אן אפיקורוס וועגן דעם בלויזן זינד פין האלטן אנדערש ווי ענק אין פארשידענע מקצועות, אין פונקט ווי ענק האבן מיט דארשט געטרונקן יעדן אנץ פין די משקה המשכר, אזוי האט מען ענק אויך איינגערעט אז פאר דעם סיבה אדער יענעם סיבה ברויך מען דעם גל פז אפווישען פין בלאק.
אין צוגאב, לאמיר זיין ריאליסטיש, אין וויליאמסבורג וואלט דער אייגענטימער קיין טעיפס פין ציונים נישט פארקויפט, ווער רעדט פין זינגערטעס אדער פרייע? ער האט ניטאמאל געהאט טעיפס פין פרימע וואס אנדערע געשעפטן אין וויליאמסבורג מעגן יא פארקויפן נאר ער אלץ גל פז האט מורא געהאט. נאר וואס דען, די פארנאטישע ווייסן נישט פין קיין מיטעל וועג, אין אנשטאט די אזוי געריפענע עסקנים זאלן גיין רעדן מיט די בעל הבית אין עם מסביר זיין די הארבקייט פין די נושא, גייט אזוי זייער הילוך המחשבה נאכען ווערן אנגעדרייט: בארא פארק = גל-פז = העברעיש = ציונות = כפירה = הירוס הדת = נישט אין וויליאמסבור = אלע מיטלען עם עוקר צו זיין אפילו עס איז בניגוד צו די תוה"ק. לאז ביטע אויס די רעשט, דאס איז דיך שוין איינגעפאלן, נישט פאר די לוחמים.
נאך איין קליינע נקודה:
איינער האט פריער ארויף געברענגט די פאקט אז איינער צאלט געלט פאר די ניוז סטענדז אז זיי זאלן נישט פארקויפן קיין אויסגעלאסענע מאגאזינען. דער וואס האט עס ארויף געברענגט האט עם געריפען פארנאטיש. איך האלט אבער נישט אז ער זאל ווערן קאטעגאראזירט אלץ א פארנאטישער. איך רוף אזא איינער א העלד. די סיבה דערפאר איז ווייל ער גייט נישט מיט קיין געוואלד, כמנהגינו בוויליאמסבורג.
די שאלה איז נאר, וואס זענען די מאטיוון פין אזא איינער? איז ער טאקע א העלד, אדער האט ער פשוט נישט קיין ברירה, ווייל מיט די גוים וועט געוואלדאטן נישט ארבייטן? למאי נפקא מינה? די חילוק איז אזוי:
פארוואס האנדעלט מען מיט א גוי, מיט זאדענע הענטשקעס, אין פארוואס פאר א פרומע איד קומט זיך אכזריות? פארוואס צאלט מען געלט, בדרכי נועם, פאר א גוי, אבער פאר א איד וועט מען אנפארבן זיין געשעפט מיט סוואסטיקעס - נאצישע סיבאלן?
קענט איר דאס רופן אויסגעהאלטען?
איך מיין, אין אזוי איז פשוט, אז מיט א איד ווארפט מען זיך, מען האט נישט קיין מורא אז ער וועט אנקלאגן, מען טאר דאך נישט, אזוי שטייט דאך אויף די מודעות. מה שאין כן לייג א סוואסטיקע אויף די ערל'ס טיר...
וואסא-דיף, קלער אביסל אינדרויסן פינעם קליין קעסטעלע אין וואס מ'האט דיך אריינגעלייגט, עס וועט דיך נישט שאטן.
תוקן על ידי - Kutchma - 18/11/2005 20:52:42
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 20:53 |
|
| |
קוטשמע
שרייבסט דאך גוט. ער וואלט נישט פארקויפט (עכ"פ אנהייב) מיאוסע קאסעטעס ווייל ער האט מורא
אנדער וואלטען אויך נישט פארקויפט ווייל זיי האבען מורא
ווען מ'וואלט זיך אויפגעפיהרט אזוי איידעל און שיין ווי דו ווילסט וואלט מען שוין לאנג פארקויפט ווייל זיי וואלטען נישט געהאט קיין מורא
פארשטאנען?
|
|
|
|
|