בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מעלות פון וומס"ב איבער אנדערע ישובים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/11/2005 21:01 לינק ישיר 

איך וויל נאר צוגעבען, אז די מהר"ש פלעגט רעדען פין ווילי מיט א מורא'דיגער ביטול, און איך וועל אנגעבען צוויי דוגמאות.
ווען ער האט גערעדט וועגען איינער וואס איז קליא געווארען, האט ער געזאגט בתוך הדברים, "ער האט געהאט וויליאמסבורגער חברים".
ווען איינער האט לאנגער פאות, האט ער עס גערופען "וויליאמסבורגער פאות", מיט א שמייכעל אזא, מען האט נישט געהאט קיין טעות וואס ער האט געמיינט.

די פאקט איז אז וויליאמסבורג איז א שיינער חסידישער ישוב, נאר גאר אסאך מענטשען דארט רעדען זיך איין אז דארט איז "זייער" שטאט און טוהן דארט ככל מה שעולה על רוחם, און פאר דעם רעדען זיי זיך איין אז ב"פ איז שטאפעל ווייניגער ווי ווילי.

אבער די אמת איז, אז ב"פ איז די אמת'ע מקום פאר א איד וואס וויל לעבען מיט א חסידישען טעם, אהן קיין פרעשור פין "משוגעים" און ליידיג גייער וואס לייגען אהן א ביטערע נאך טעם אין יעדעס דבר שבקדושה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2005 21:03 לינק ישיר 

אבער צו קרן הצלה איז ער געקומען קיין וויליאמסבורג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2005 21:04 לינק ישיר 

פארשטאנען? איבערהויפט נישט!

פארוואס ארבעט געלט ביי א גוי, אבער ביי א איד נישט? פארוואס געט מען בכלל געלט פאר א גוי אבער פאר איד טיילט מען אויס צרות?

איך הייב אן טראכטן אז אפשר פארשטייסטו טאקע נישט. אפשר ביסטו אויך מצדיק אנשמירן סוואסטיקעס אויף סטארס. אויב יא לאז וויסן, אין די וועסט זיך מער נישט דארפן טענה'ען מיט די עולם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 21:11 לינק ישיר 

הפלא ופלא איך שבארא פראקר סיבב כאן את מו"ר המהר"ש זצוק"ל.

קוראים יקרים, המהר"ש היה איש השלום בארא פארקר וחבריו מסלפים את מה שאמר רבינו זצוק"ל לאדם פרטי.

ומזה תבינו איזה שקרים אנו מקבלים מחסידי מהרב"צ בן מהר"ש מבאבוב. וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 21:12 לינק ישיר 


אז מ'רעדט שוין פון דברי האדמורי"ם בנוגע ווילי, איז כדאי צו דערמאנען, אז מהר"ש מבאבוב זי"ע, האט פארוויילט גענוי איין שבת אין זיינע כמעט זעכציג יאר אין אמעריקא, אין ווילי. אגב, איז יענע שבת געוועהן דער ערשטע שבת וואס ער איז געוועהן דא אין אמעריקא.

קאמענטארען זענען איבריג.

דער קלויזענבערגער זי"ע איז נישט קיין סוד וואס ער האט געהאלטען בנוגע ווילי.

דער בעלזער שליט"א, הייסט נאך עד היום הזה, זיינע אינגעלייט זיך ארויס ציען פון דארט.

ס'איז שוין באלד נישט קיין ווינדער, אז זיי שלאגען זיך יעצט ציווישען זיך, די אנדערע האבען זיי פשוט מצליח געוועהן צו פארטרייבען...

שבת שלום ומבורך.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 21:15 לינק ישיר 

קוטשמע
די שאלה איז נישט צו געלט ארבייט ביי דער איד נאר צו סוואסטיקאס וואלטען געארבייט ביי'ם גוי.
פארוואס זאל מען ארויסלייגען געלט ווען מ'קען עפעס מאכען פאר אומזינסט?
ס'וועט דאך ווערען א גאלד גרוב. יעדער מנוול וועט קומען סטראשען ער מאכט אויף עפעס א געשעפט אין וויליאמסבורג צו קענען מעלקען נאך א ביסעל געלט.
מיר זיינען אין גלות און אנוז קענען זיך נישט אנרייצען מיט די גוים, וואס פארשטייען סיי ווי נישט וואס מ'וויל פון זיי און פארוואס מ'טאר נישט פארקויפען שמוץ.
אבער אז א איד קומט פארשמוצען א אידישע געגענט קומט עם אין באק ציינער אריין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 21:27 לינק ישיר 

intresting in willimsburg there are 2 groups that makes every body run away from there
group no 1 artisten
group no 2 i dont want to write vehamevin yovin



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 21:48 לינק ישיר 

די שרייבסט אבער אז א איד קומט פארשמוצען א אידישע געגענט קומט עם אין באק ציינער אריין. בזה יצאת ידי חובתך. ענק האב קיין אהבת ישראל קיינמאל נישט געהאט אין קענען ניטאמאל באגרייפן דעם מושג. ענק ווייסן נישט פין קיין השתוות, נאך ערגער, ענק ווילן דעפין נישט הערן.

געט'ס עם אין די באק ציינער אריין!

יישר כח, פאר'ן שמייכל. איך רעד וועגן דיין גאונישע כאפ אז טאמער וועט מען נישט לייגן סוואסטיקעס וועלן מענטשן דווקא קומען פארשמוצען וויליאמסבורג כדי צו מאכן געלט. דיין געדאנקען גאנג איז אזוי גראד ווי א רעגן בויגן. נאךדעם טיסטו דיך אן דעם גארטעל, פארגלייזטיך די אויגן, מיט א לשם יחוד זאגסטו: וואס קען מען טין, מען איז דאך גלות מען טאר זיך נישט רייצן מיט די גוי התגרות באומות. אבער מיט די איד, דאס איז דאך אידישקייט, דאס האט מען דאך אינז אויסגעלערנט, דערנידער דער וואס איז נישט איינשטימיג מיט דיך עד להמית. שעלט, גנבע, שלאג, נעם אוועק פרנסה, מסור, זעץ איין, ווארף אייער, פעינט סוואסטיקעס, באשמיץ וכו' וכו'.

ווען ענק וואלטן ווען געוויסט אז דאס וואס ענק טיען איז פשוט אין פראסט נישט אויסגעהאלטן וואלט געוועהן א האלבע צרה, די חורבן איז אז ענק זענען ליידער תינוקות שנשבו - מען האט ענק נישט אויסגעלערנט בעסער.


איך האף אז די האסט חאטש א פערטל אזא הנאה פין שרייבן דיינע געלעכטערישע תגובות ווי איך האב פין זיי ליינען. אין שמחה כהתרת הספיקות, די לאזט גארנישט איבער פארן כח הדמיון, די שרייבסט קלאר ארויס פין וועלכע טייג ענק זענען געקנאטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 21:53 לינק ישיר 

KUTCHMA
YOU MADE MY DAY
אז א איד האט נאך פיר מאל אזוי הנאה פון ליינען מיינע תגובות ווי איך האב פון זיי שרייבען געט מיר מוט צו שרייבען ווייטער..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 21:57 לינק ישיר 

לא כצורינו צורם, איך בין יא א פארגינער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 22:11 לינק ישיר 

מצורף קובץ

קוטשמע ריזיג עס אלוועיס
איינער אין ווילי זאגט מיר די בעלזע רבי קומט אריין צום טיש מיט א בעידינג סוט
מיטן פולסטן ערענסקייט אן קיין טראפ שמייכעל
דאס האט מען אויסגילערענט אז נאר שלאגן שעלטען כנ"ל והא ראי' אז פארן זיך שלאגן אין ביהמ"ד מיט די הילף פון הונט און שחורים האט נאך קיינער נישט מוחה גיווען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 22:13 לינק ישיר 

וועלטסקריעג
וואס, נאר מיט א בעידינג סוט אויך נישט? שומו שמים!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 22:20 לינק ישיר 

עס דערמאנט מיר, דער קלויזענבורגער, גייט דאך מיט א לעדערנעם דשזעקעט.

קומט, וואסא-דיף, די פארטרעטער פין חסידישע טערור, ובעל כרחו, ווייל ער האלט דאך אויך אזוי, עונה אמן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 22:27 לינק ישיר 

קוטשמע
אז דער בעלזער וויל אריינגיין צו'ם טיש ווי איך גיי אריין אין מקוה, ווער בין איך אנטקעגענשטעלען? איך פארגין עם
נישט נאר אמן נאר אמן יהא שמי' רבא
נאר וואס ענק לאכט זיך אויס פון א תמימותדיקע וויליאמסבורגער איד וואס האט עם צוגעלייגט א בעידינג סוט מפני הכבוד פארשטיי איך נישט..

תוקן על ידי - wassa_dif - 18/11/2005 22:26:54



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 22:35 לינק ישיר 

נאר דעס פארשטייסטו נישט? חוץ דעם איז דיך אלעס שוין פארענטפערט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מעלות פון וומס"ב איבער אנדערע ישובים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 ... 14 15 16 לדף הבא סך הכל 16 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.