בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מעלות פון וומס"ב איבער אנדערע ישובים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/11/2005 22:48 לינק ישיר 

קוטשמע
ליידער איז דא א סאך זאכען וואס איך פארשטיי נישט.
אז דו וועסט מיר דאס פארענטפערען וועט זיין איינטס ווייניגער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 23:08 לינק ישיר 

דאס איז צווישען אונז וואס איז מיט חילול השם?
פארענדיג מיט א סיטי באס ל"ע פרעגט מיר איינער אן די ביסט א ראביי ? פרעג איך פארוואס זאגט ער אז זיי פארשטייען נישט ווי אזוי די ווילי יודען פירען זיך אויף און פרעגט הויך פארוואס די ראבייס טועהן גארנישט האב איך גיענפערט אז איך ווייס אין בפ איז דא פיינע יודען און העלפען אויך גוים ובזה הוסר חרון אף ב"ה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 23:11 לינק ישיר 

זייער פיין
אנשטאט צו פארענטפערען אז ס'א פאר יחידים, אדער עפעס אן אנדערע תירוץ האסטו באשמוצט אלע וויליאמסבורגער אידען פאר א גוי.
און דו רעדסט נאך פון חילול ה'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 23:12 לינק ישיר 

כפארשטיי נישט פארוואס אז די ביסט ברוגז אויף איינעם וועגען א געוויסע סיבה מיינט שוין אויך אז ער איז א שייגעץ א מומר חשוד אויף אלעס וכו' אין איבער אלעס אז ער קומט צום טיש .... און פון וואס האט זיך עס אנגיפאנגען ווייל ער האט אביסל אנדערש די השקפה (אויב מען גידענקט נאך )



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 23:15 לינק ישיר 

וואסא שרייב דא וואס מען זאל ענפערען פאר א גוי אויב ספעלט אויס די ווייסט דאך אליינס נישט די זאגסט יחידים וכדומה
און ווען מפרעגט פארוואס משרייט זאל איך זאגן סיז יחדים?
און ביי די וועי וואס זאל איך ענפערען ווען מפרעגט ווי אזוי ער קומט אריין צום טיש


תוקן על ידי - worldwar - 18/11/2005 23:17:28



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 23:19 לינק ישיר 

וועלטסקריעג
אז דו וועסט מיר זאגען קלאר וואס דער גוי האט געפרעגט קען איך עפעס ענטפערען. דו שרייבסט נישט אויס זיין שאלה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2005 01:52 לינק ישיר 

וואסא-דיף, אזוי וי די האסט זייער גיט מסביר געוועהן די סיבה פארוואס מ'האט מקפח געוועהן די פרנסה פין א אידיש קינד, גל פז, אפשר קענסטו יעצט ארויסברענגן בטוב טעם די הצתדקות אין די לוג'יק פין שמירן סוואסטיקעס איין איד אויף א צווייטען.

אזוי וועלן מיר גיין סטעפ-ביי-סטעפ, ביז מיר וועלן אלע קלאר ארויס האבן אייערע מאטיוון, געדאנקן-גאנג, הילוך המחשבה, אין איבעראלע שיטה.


א דערמאנונג: טעותים זענען געמאכט אז מ'זאל זיך פין זיי לערנן, דערפאר ביטע זיי נישט קיין כסיל שונה באוולתו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2005 02:00 לינק ישיר 

קוטשמע
פאר דיר עניטינג. גערן.
וואו און ווען האט מען געשמירט סוואסטיקאס? (האקענקרויצען אויף אידיש).

ווי קומט דער דערמאנונג אריין?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2005 02:09 לינק ישיר 

פשששששששששש, ביסטו שנעל, טרם אקרא...

אינטרעסאנט אז ביז יעצט ווען איך האב דערמאנט די האקענקרייצן האסטו דערפין געוויסט, פליצלונג ווייסטו נישט. לאמיך דיך דערמאנען. ביים מערכה קעגן גל פז האט לכבודו של מלך מלכי המלכים געשמירט פעך אין אנג'ספרעיט האקענקרייצן מיט ווייסע ספרעי פעינט די גראטעס פין די געשעפט.

ביטע דערנידער אינז נישט צו דיין רמה, מיטן טענה'ן אז לא היה הדברים מעולם. גיי אריבער די געשעפט, וועסטו זעהן אז 'די שקצים' פין גל פז אדער סתם אנדערע ציונים האבן דערנאך געמאכט פין די סוואסטיקע פיר קעסטלעך. (וואס איז זיי אנגעגאנגען אז מ'איז מוחה?)

אזוי וי אייביג, וועסטו אינז אוודאי נישט לאזן ווארטן, אין וועסט אוודאי האבן א גיטע תירוץ.

תוקן על ידי - Kutchma - 20/11/2005 2:10:52



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2005 02:19 לינק ישיר 

וואסאדיף
איך האב הנאה ווי די בעטסט דיך מען זאל שרייבען די "נוסח" השאלה, אזוי וועסט די קענען זאגען וואס צו ענטפערען פאר א "גוי".

און וואס וועט מען ענטפערען פארען מלך מלךכי המלכים?


די סיבה פין א מחלוקת ווי עס האט אויסגעזעהן שמנ"ע קומט נישט פין איין מינוט, דאס איז חינוך און פלעגען פין עבודה פין צענליגע יאר.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2005 02:22 לינק ישיר 

קוטשמע
כאפ נישט קיין הייסע לאקשען. איך האב דען געלייקענט? איך האב געוואלט וויסען צו דו ווילסט א הסבר וועגען ספרייען האקענקרויצען אין אלגעמיין צו ביי די מערכה.
אזוי ווי איך האב נישט געספרייעט קען איך נישט זאגען מיט א זיכערקייט פארוואס יענער האט עס געטאהן.
ס'קען זיין אלץ גדול המחטיאו יותר מן ההורגו האט ער פארגליכען איינער וואס ברענגט אריין א פירצה אין אידישקייט צו אנדערע.
בפרט אז יש אומרים אז די געשעפט האט מיט ציונות און דער מנהג פון שרייבען מגן דוד = האקענקרויץ איז שוין אן אלטע.
ס'קען זיין אז ווייל דער איד האט געוואלט וויי טאן דעם עולם מיט אריינברענגען זיין גרויל אין היימישער געגענט האט מען עם סתם געוואלט צוריק וויי טאן.
און ס'קען גאר זיין אז יענער האט געוואלט מאכען א רושם פאר די פאליציי צו פאר וועמען אז גוים האבען דאס וואנדאליזיערט.
ווילסט נאך סברות?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2005 02:25 לינק ישיר 

באראפארקער
דאס האט מען געשריבען.
"אגט ער אז זיי פארשטייען נישט ווי אזוי די ווילי יודען פירען זיך אויף און פרעגט הויך פארוואס די ראבייס טועהן גארנישט"
צו דער גוי האט געמיינט צו פרעגען
פארוואס ער טרעפט אידען אין שענק/אטלאנטיק סיטי
פארוואס אידען גנב'נען און שווינדלען וועלפעיר/האד/פודסטעמפס
פארוואס מ'האט זיך נישט אויפגעפיהרט צו עם פערזעהנליך שיין מיט עפעס א מעשה צו וועגען שמיני עצרת איז נישט קלאר.
יעדער אינער קען מען דאך ענטפערען אנדערש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2005 02:40 לינק ישיר 

האט איינער געבעטן סברות?

קום טאטעלע, איך וועל דיך קודם געבן סברות אין דערנאך וועל איך דיך איבער פרעגן וואס איך האב לכתחלה געפרעגט:


אט האסטו צוויי סברות, וואס זענען כולל אלע וואס דיך קען נאר איינפאלן.
ניין זיי זענען נישט אזוי פשעטעלדיג אין געלעכטערבאר ווי דיינע, וואס קען איך טין איך האב נישט געהאט דיין חינוך.



>> סתם רשעות.

>> סתם טפשות.


איך האב אבער נישט געבעטן פאר קיין סברות. איך האב געבעטן הצתדקות. שרייב ביטע נישט איבער דיינע "סברות." ווייל איך האף אז די טראכסט נישט אז זיי זענען עס מצדיק.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2005 02:43 לינק ישיר 

איך זעה אז יעדע שבת אינמיטען די געשרייען אויף לי עוו פארט דורך די סיטי באס
סא וואס קען עם שווער זיין פארוואס מען פארט אויף אטלאנטיק?
אין אויך סתם צו ווילדעווען אין פראנט פון אזוי סאך גוים (אן קשיות) איז נישט חילול השם?
(אגב איינער האט מיר גיענפערט אז טראגן איז א גרעסערע חילול השם ווען גוים זעהען)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2005 02:47 לינק ישיר 

וועלט-מלחמה, זאגסטעך גיט. פליצלונג באדערט עם חילול השם. הייתכן זאגסט פאר איינעם אז בעלי מחלוקת ווי אין וויליאמסבורג איז נישט פארהאן. א סוד פאר גאנץ בראד, אבער ער מאכט דערפין א הכצקתה.


אבער פאר'ן שמירען סוואסטיקעס אויף אידישע געשעפטן טרעפט ער סברות אין פרובירט נאך אויף דערווייל - אבער אן ערפאלג - צו טרעפן הצתדקות.

חברה, דעס ווערט בעסער פין מינוט צו מינוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מעלות פון וומס"ב איבער אנדערע ישובים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 ... 14 15 16 לדף הבא סך הכל 16 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.