|
|
| נשלח ב-20/11/2005 08:08 |
|
| |
אין וויליאמסבורג וועט נישט קיין שום געשעפט פארקויפן דעם נ.י. פאוסט, וועלכעס זוכט דוקא א שמוציגן בילד אויפן פראנט פעידש אלע טאג, אבער אין ב"פ איז דאס נארמאל צו פארקויפן אפילו אין חסיד'ישע גראסעריס.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 08:13 |
|
| |
,KUTCMA
1) עירוב
2) ארטיסטן
3)עטרת בלעם
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 08:23 |
|
| |
טאקע א פיינע זאך. אבער, אין וויליאמסבורג זענען דא פיהל אזעלכע וואס וועלן קיין המודיע אין זייער הויז נישט אריין נעמען אבער א פאוסט אדער טיימס יא. אין די צייט וואס אין בארא פארק הערשט ווייניגער דער אחד בפה ואחד בלב.
אגב, אויב זענען זיי טאקע אזוי חס אויף זייער נשמה, קענען זיי שוין אויך אריין נעמען די המודיע פאר די געלט?
תוקן על ידי - Kutchma - 20/11/2005 8:24:36
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 08:33 |
|
| |
אריינצונעמען א פאוסט אין שטוב איז זייער א נידריגע זאך און ס'שווער דאס צוזאגן אויף א חסיד'ישן איד.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 08:36 |
|
| |
טאקע שווער אבער פארט א פאקט.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 08:38 |
|
| |
קוטשמע: דו לייקנסט אז וו"ב איז מער אידיש ווי ב"פ?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 08:40 |
|
| |
וואס מיינט מער אידיש?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 08:42 |
|
| |
די זאכן וואס איך האב פריער אויסגערעכנט
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 08:49 |
|
| |
איך מיין אלץ א פועל יוצא פין די אלע זאכן, וואס איז מער אידיש?
געט וויליאמסבורג ארויס ווייניגער באמס? גייען די וויליאמסבורגע פרויען אנגעטיען מער צניעותדיג ווי די בארא פארקע פרויען? האבן די בארא פארקע אידן זיך אזוי פיינט איינער די אנדערע אזוי ווי אין וויליאמסבורג? זענען די פאסט טרעגער'ס וואגאנען ווייניגער אנגעפאקט מיט מאגאזינען אין "רויטע קאנווערטן" ווי אין בארא פארק? איז די תאוות הממון והשררה אזוי שטארק אין בארא פארק ווי אין וויליאמסבורג?
איך פרעג, ווייל איך וויל נישט ווארפן נאסע לאלעכער. לאמער זיך אבער אפשטעלן אין טראכטן פאר מ'מאכט Stereotypical סטעיטמענטס.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 08:51 |
|
| |
איך בין נישט קיין אלץ-ווייסער וואס מענטשן באשטעלן.
אבער איך רעד פון די גאסן אן פון די ענווייראמענט, און דאס איז ווילי אסאך העכער אידישלעך ווי בארא
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 08:55 |
|
| |
פארוואס וואלט מען אין ווילי אויסגעהאקט די פענסטער פון א געשעפט וואס ווייזט פרויען פיגורן? סתם פאר רשעות?
איך האלט אז נישט.
צי ווילי האט נישט אירע פראבלעמען? אוודאי יא. איבעראל איז פאראן פראבלעמען אפילו אין די שטעט ווי מאנרא, סקווער וואו נאר ערליכע אידן וואוינען.
אבער אין א סעקולארע שטאט איז ווילי פון די שענסטע.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 08:58 |
|
| |
איך בין ברוך השם נישט פון די ישיבות כרכים, נישט ווילי נישט בפ מעג איך נעמען א שטעלונג אן קיין נגיעות
איך האב געזעהן פון דעם מעיאר'ס ראלי, א געוואלדיגער חילוק,
דער וויליאמסבורגער אדווערטייזמענט, איז געוון נאר אידישקייט, הכרת הטוב פארן מעיאר צוליב מצות מילה כהלכתה, עס וועט זיין צניעותדיג, עקסטער פאר מענער, דוקא מוצאי שבת צוליב ביטול תורה און אזוי ווייטער,
דער בארא פארקער אדווערטייזמענט, איז געוען אלע גויאישע זינגערס און טאנצערס וועלן מהנה זיין, תערובות איז בכלל נישט קיין פראבלעם, פרעסעריי מיט נאש אומזיסט, זונטאג נאכמיטאג אויף דרייצען עוועניו,
עס איז א געוואלדיגער חילוק,
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 09:02 |
|
| |
שמחה פעלדער האט דאס אליין געזאגט אז ווילי ברענט פאר אידישקייט ממילא זענען זיי געקומען ענטוזיאטיש פארן מעיאר, ארויסצואוויזן א הכרת הטוב וועגן מציצה בפה. אבער אין ב"פ אינטערעסירט דאס נישט פאר קיינעם, איז טאקע דארט געווען זייער א קאלטע אויפנאמע פארן מעיאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 09:04 |
|
| |
דארף מען טאקע דן זיין צו איז אויסגעהאלטן זיך משתלט צו זיין אין מזיק זיין בידים, געשעפטן אין מאנספארזוינען וואס האלטן אנדערש ווי די.
דאס איז טאקע די אינטערשטע שורה, די אינטערשיד צווישן וויליאמסבורג אין בארא פארק.
אין בארא פארק ווייסט יעדער אז אויב האב איך א פראבלעם מיט א צווייטען קען איך גיין צו יענעם עם זאגן. העלפט עס איז גיט, טאמער נישט קען מען גיין צו א רב. העלפט עס ווייטער נישט, פארפאלן איז מען מקיין די פשוט פשט פין היכא דאיכא דרך אחרת.
אין וויליאמסבורג גייט מען גלייך צו די היכא דאיכא דרך אחרת, ווייל עס איז דאך אייביג דא. אין עס איז כל דאלים גבר. מ'האקט אין בראקט אזוי אז עס גייט א רויעך. מ'מאכט א חילול השם אזוי אז די גאנצע מידיע זאל דערפין שמיסען. מען געט אפילו טעלעוויזשען אינטערוויוז אין יום טוב - אין בארא פארק האט דאס נאך נישט פאסירט, מ'ווארפט אוועק די גאנצע תורה, אין משרייבט איבער די מצוות תוכחה. טאקע א אידישע שטאט - א סאך מער אידיש ווי בארא פארק.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 09:10 |
|
| |
אפילו לו האי, אז ווילי האט געמאכט א חיה"ש, מיינט נאכנישט, אז די אלע מעלות פון וויליאמסבורג איז מיסט.
אידישקייט האט נאך קיינמאל נישט געארבעט מיט פאסיווקייט.
שטענדיג האבן ערליכע אידן זיך געקריגט מיט די פושעי ישראל, און ס'נישט פאראן געווען אזא זאך ווי: פרובירט און אויב עס נישט געגאנגען איז פארפאלן.
דאס איז דער ריכטיגער אפטייטש פון "בארא פארק אידישקייט"!
|
|
|
|
|