|
|
| נשלח ב-20/11/2005 09:12 |
|
| |
אפילו לו האי, אז ווילי האט געמאכט א חיה"ש, מיינט נאכנישט, אז די אלע מעלות פון וויליאמסבורג איז מיסט.
צווישן מיסט אין רום המעלה איז דא א שטיקל מהלך. ד"מ אז אפילו איז עס נישט מיסט, האט עץ נאך א לאנגע וועג צו זיין די מבחר וואס עץ פראקלאמירטס צו זיין.
איך האב טאקע קלאר געמאכט אז איך גיי נישט ווארפן קיין נאסע לאלעכער, די ווייטער קענסט זיך דעפין נישט מונע זיין. אפשר קענסטו יעצט קלאר שטעלן וואס "וויליאמסבורגע אידישקייט" מיינט?
תוקן על ידי - Kutchma - 20/11/2005 9:14:30
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 09:15 |
|
| |
די מצוה פון תוכחה איז טאקע נישט אזוי באטעמט פאר די וואס הערן דברי תוכחה עס איז אבער פארט א מצוה,
דער ענין פון מחלוקת אין חילול השם, וואס איז דא אין געוויסע קרייזן איז נישט קיין ריאה אויף דעם גאנצן שטאט, און ליידער דער בעל דבר פון מחלוקת שלאפט נישט און ערגעץ, ווען סאיז געווען א מחלוקת אין א געוויסער קרייז אין בארא פארק איז מען נישט געגאנגען אין קאורט, ביז דער קאורט האט געשיקט צו דין תורה,
תוקן על ידי - jewboy - 20/11/2005 9:21:15
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 09:19 |
|
| |
די מצוה פון תוכחה איז טאקע נישט אזוי באטעמט פאר די וואס הערן דברי תוכחה עס איז אבער פארט א מצוה,
תוכחה איז טאקע א מצווה, איבער צו שרייבן די מצוות איז אבער נישט קיין מצוה. ווייז מיר ווי עס שטייט אין שולחן ערוך אדער נושאי כלים אז דעס וואס עס גייט פאר אויף א רעגעלמעסיגן פארנעם אין וויליאמסבורג איז אויסגעהאלטן.
די אלע שיינע תירוצים אז עס זענען נאר אפאר וואס טיען עס אין דאס טיט נישט פארדאמען די גאנצע שטאט, די זעלבע תירוץ קען איך דיך געבן אויף די בארא פארקע געשעפטן וכדו'.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 09:23 |
|
| |
ביטע זיך האלטן צום טעמע, ווייל איך האב נול אינטערעסע צו קייען שטרוי בנושא פין חסידישע פוליטיק.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 09:30 |
|
| |
האסט פארגעסן היטשעס, שומר שבת, די פאסט אפיס טראק ביי ראדני, סטיינערס סטודיא, א ווייערלעס עירוב, האנעקאב באס, די וויי, אין בנימין'ס ספרים סטאר.
ביי אונז זאגט מען "אם כבר אז כבר."
א גוטע נאכט, שבוע טוב, היה נעים מאד.
תוקן על ידי - Kutchma - 20/11/2005 9:30:25
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 09:31 |
|
| |
דאס איז גראדע נישט מיין ציל,
אליבא דאמת בין איך נתפעל געווארן צו זעהן דעם גרויסן חילוק צווישן ווילי מיט בפ,
איך האב געמיינט אז כהיום איז בארא פארק שוין מער אידישלעך, אבער ווען איך האב געזעהן די אדווערטייזמענטס פון בלומבערג, מיט זינגערס אין קאטאן קענדי בתערובות, און דער אדנערע זייט איז מען ביזי מיט מצות מילה וכדו' האב איך געזען א יסודת'דיגע חילוק,
זיכער איז אין בארא פארק דא הייליגע אידן, און אין ווילי איז דא פושעי ישראל, אבער דער מהלך כללי אין בארא פארק איז הפקרות אין פארוויילונגס, עס איז פיל מיט רעסטאראנטן און אויסגעלאסענקייט,
איך מיין אויך אז וויליאמסבורג האט סאך מער גמילת חסדים ארגאנאזאציעס, ווי גמ"ח, ביקור חולים, רופא חולים, פדיון שבוים, יעדע נאכט טיי אווענטס, חופה גלייד גמ"ח, קרן עזר, עזר למזון, רב טוב,
די איינציגע זאך וואס איך זעה אין בארא פארק וואס איז נאכנישט דא אין ווילי איז משביע,
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 09:33 |
|
| |
מרכז: בית הרה"ח ר' שלום לויפער ז"ל = משביע
בית ר' ברוך מאשקאוויטש = משביע
כהנה וכהנה
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 09:36 |
|
| |
אפשר קענסטו שוין פאר דעם פרייז מסביר זיין די מח-געשפילעכטס וואס די קאר מיט די הויך-הילכערס האט געשפילט אויף עלעקשען דעי.
די קאר האט געשריגן אז אויב וועט מען וויילען פאר מעיער בלומבערג וועט מען ווייטער קענען היטן די תורה. ווידער די וויליאמסבורגער מאנטאליטעט - לאמיר מטיל זיין אימה יתירה.
מען קען היטן די תורה, ס'איז נישט פארהאן קיין דראאונג. אפילו אויב פערער וואלט געוואנן וואלט מען געקענט מוצץ זיין בפה.
נישט אז דאס פרעגט אפ די גיטע נקודות וואס די שרייבסט, עס איז נאר נספח בצידו.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 09:37 |
|
| |
אין רבי'ןס צייטן האט יעדער געקענט עסן ביי ר' שלום לויפער ע"ה, און ער האט נישט אריינגעלייגט קיין גאנצע פעידשעס אין די צייטונגען,
ר' ברוך מאשקאוויטש איז נאר פאר אורחי פורחי'ס, איך ווייס נישט אויב א פשוטער איד פון ארץ ישראל גייט אריין עסן דארט,
וויאזוי סזאל נאר זיין, איז משביע א גוטע זאך, אפגעזען וויפיל געלט אין פראפאגענדע מען פארדינט דערויף
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 09:40 |
|
| |
POLISH
די האסט אפשר געמיינט
וואלי=
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 09:40 |
|
| |
ביי די ביידע הייזער, קען "יעדער" איד היינט אויך עסן.
אבער אנשי חסד איז פאראן אויך אין ב"פץ
אבער וואס ב"פ האט נישט, איז הרה"ח ר' הערשל קלאר. פון די פעלט אין ב"פ
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 09:43 |
|
| |
פאר איין איד ווי הרב קלאר, וואלט מען נישט אפגעזיגעלט א גאנצער שטאט, די מערהייט פון שטאט זוכט ערענסקייט, זענען זיי קלענערע בעלי תאוה? ניין, אבער זייער ציל איז ערענסטער, און זיי ווילן אופברענגן די קינדער מיט מער ערענסקייט,
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 17:46 |
|
| |
די "חילוק" ציווישען ב"פ אין וומ"ב,
יעדער רעכט דענקיגער מענטש וועט אייך זאגען אז עס זענען דא גוטע אין חסידישע אידען סיי אין ב"פ און סיי און וומ"ב, אין אז "טראביל מעיקערס" פעלען נישט אין ביידע פלעצער,
נאר דער "טראביל מאכער" פון וומ"ב, בויט דיין "קעריער" מיט א שלייער פון א "חיצוינית'דיגע פרומקייט", אין ווער וויל זיך דען אנהייבען מיט אן אליין גימאכטען "פרומער טעראריסט"? קיינער וויל נישט "הייסען" "אנטיי פרום", מען דארף דאך טוהן שידוכים, מ'דארף קענען ארויסטרעטען אויפ'ן גאס, לאזט מען עם פייניגען אידען, און ער רודפט די מענטשהייט מיט די אלע "פייגעלעך" וואס ליגט עם אין זיין פינסטערע צודרייטער קאפ, גענוי ווי א "טעראריסט"
מיט די צייט באקומט ער א נאמען פאר א "לוחם מלחמות ה'", א "קנאי", "עס טוהט עם וויי אז מ'איז מחלל שבת", און אזוי באקומט ער אויך "אנהענגער" אין סתם "שטיצער" וואס זעהען אין עם "זיין ערליכקייט,
אזוי אויך ווערט ער גאר "א שיינער איד" מען איז עם שוין "מכבד", ער האט שוין געפירט מערערע "מערכות" אין עס איז עם גילונגען צו "דערשטיקען" די "פורצי גדר" "ומחרחי ריב"
ביז ער ארבעט זיך ארויף, אין ער "באקומט" די "הוראה",
יעצט דריקט ער שוין ,"גרויסע פלאקאטען" וואס "שרעקען" אפ יעדע איד פון "עבירות חמורות" אין פון די "פירצת הדור"
"מלחמה לה' בעמלק", "קאר פיקעטינג ביים יו ען", "לא עת לחשות", "שומו שמים", "עת מלחמה", "פסק דין", "כה תאמר לבית יעקב", "א-ל נא אחי תרעו", "איסורי עירוב",
אויך איסורים אויף, דורכזיכטיגע שטרימפ, קוקען דעם מערעטאן, המודיע, בעידינג סוטס, יונגע מענטשען וואס פארען קיין פלארידע, בלויע ציוניסטישע גמרות, דף היומי, וואסער, אייער, מרור, אד"ג.
אין "אזוי" זענען די וויליאמסבורגער, די "פרומסטע טעראריסטען"
אבער דער ב"פ "טראביל מאכער" דארף כאטש פארקויפען עפעס קראנט אז מען זאל ליידען פון עם,
ווען נישט שיקט מען עם גלייך קיין וויליאמסבורג......
 |
|
|
|
|
|