בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מעלות פון וומס"ב איבער אנדערע ישובים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/11/2005 17:59 לינק ישיר 

ר' צדוק!!! די ביסט דאך פיין!

באווייז דיין פנים אפטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2005 18:20 לינק ישיר 


צו מאכען א סה"כ פונעם גאנצעם שמועס, וועל איך דא מקדיש זיין צוויי מינוט, און דערנאך קענען אלע מער אידישליכע אידען פון ווילי, צירוק גיין צו דער ארבעט און ווייטער פירען דעם וויכוח על צד היותר טוב.

פאליש שרייבט:

אידישקייט האט נאך קיינמאל נישט געארבעט מיט פאסיווקייט.

איי ב"פ? ס'ארבעט דען נישט?

אויף דעם איז דאך דער תירוץ קלאר...

זיי זענען דאך נישט אידישלעך!

ב"ה אז מיט דער צווייטע סטעיטמענט זיינע האב איך קיין שום פראבלעם נישט וזל"ק:

דאס איז דער ריכטיגער אפטייטש פון "בארא פארק אידישקייט"!

יעצט צירוק צו דער ארבעט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2005 20:10 לינק ישיר 

עס קיקט אויס דא ווי א הלכה פסוקה אז תורה איז נישטא אין וומסב"ג נאר אין ב.פ.

וויל איך אויף דעם אביסל פראטעסטירן, איך האב מיט איינעם געמאכט דעם שבת די חשבון, און ווי עס ווייזט זיך אויס איז דא אין וומסב"ג בערך א דאפעלטע ראטע פין תורה ווי ב.פ.

די ווינט נעמט זיך נאר, ווייל אין ב.פ. זענען דא מער ליטווישע ישיבות אין כוללים, און זיי מאכן געווענליך א רוח אז סאיז "ישיבי'ש"...

אין ב.פ. איז דא קנאפע צוואנציג טויזנט יודישע משפחות,

אין וומסב"ג איז דא קנאפע ניין טויזנט יודישע משפחות,

ביידע שטעט האבן אריבער טויזנט כולל יונגעלייט

לויטן אויבן אויף חשבון איז דא סך הכל אין ב.פ. בערך 200 כולל יונגעלייט מער ווי אין וומס"ב, ווען עס וואויען דארט איבער דאפעלט משפחות,

(און פין די ב.פ. כולל יונגעלייט איז דא א גרויסע מספר וואס קימען ציפארן פין וומ"ס, איך ווייס נישט וויפל)

בתי מדרשים ווי מלערנט די גאנצן טאג, אין פארטאגס אין ביינאכט, איז דא אין וומס"ב אפשר אויך מער אדער בערך די זעלבע, למשל,

סאטמאר ראדני נעבן ביהמ"ד א גרויסן היכל, און אויבן אין די צימערן, קליימער, קינגס טערעס, זופניק, 13 הופער, פאפא, נייטרא, קראלי, פוילישע שטיבל, בראשוב, גאלאנטא, טאהש, קאשוי, ווין, וויזניץ, קאליב יוז, קאליב ראס, בעלז, מאכניווקא, באיאן, ניימארק, פאפא, און נאך,

א טייל פין די בתי מדרשים זענען געפאקט פין פרי פארטאגס ביז אין די שפעטע נאכט אריין, און א חלק נאר פארטאגס און א חלק נאר ביינאכט, פיל פין די האבן כוללים אויכעט בוקר וערב און אויף אגאנצו טאג

אין ב.פ. איז אויך דא אסאך תורה, אבער פראצענטועל זעט אויס וומסב"ג סאך מער ווי ב.פ. די גאנצע הנחה אז ב.פ. איז מער מקום תורה איז לכאורה בלויז א ווינט

תוקן על ידי - כשריקע - 20/11/2005 20:09:51



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2005 20:45 לינק ישיר 

אז כשריקא דערמאנט שוין יא ראדני אלץ מקום תורה אויף ביינאכט

וויל איך טאקע שרייבן וואס איך טראכט שוין לאנג
ווי קימט עס אז צי אזא גרויסע קהלה זאל נישט זיין מער ווי 100-150 אידן ביינאכט וואס לערנען אין ביהמ"ד??????

לענ"ד איז עס א חרפה אין א בושה

תוקן על ידי - שלום_משה - 20/11/2005 20:45:41



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2005 20:57 לינק ישיר 

צדוק
דו האסט זייער שיין ארויסגעוויזען דיין ליעבשאפט פאר פרומקייט, דיין שעצונג פאר מורי הוראות און דיין ווארעמקייט צו אידישקייט עניינים.
אבער איך וויל נישט אריינגיין אין דעם. איך וויל דיר סתם אזוי פרעגען, איז דען ערגער אז איינער לאזט זיך אויס אויף אזא אופן?
איך קען דיר געבען א לאנגע רשימה פון בחורים וואס זייערע עלטערען וואלטען זיך זייער געפריידט ווען זיי עסק'ען זיך מיט אזעלכע "פייגעלאך" אנשטאט דראגס, שווינדלערייען און כל'ערליי גוטע זאכען.
זיץ אפ א פאר שעה ביי די געז סטיישען אויף קענט. אז דו וועסט קענען איבעררעדען א פאר בחורים זיך צונעמען צו "קנאות" פרום" און אפילו פיקעטען ביי די יו ען קען איך דיר צוזאגען ס'וועט זיין עלטערען וואס וועלען דיר קישען די פיס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2005 21:43 לינק ישיר 

זיץ אפ א פאר שעה ביי די געז סטיישען אויף קענט

אההה, נאך אביסל וועגן די "וויליאמסבורגע אידישקייט."



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2005 21:47 לינק ישיר 

שלום משה,

איך ווייס נישט צי דו גייסט אמאל אריין אין ראדני,

אויב יא ביסטו סתם א שקרן, אויב נישט בעסער רעד נישט, נאר גיי צייל אין 13 הופער וויפיל יודן זיצן דארט

לעולם פארשטיי איך דיך גאנץ פיין, ווייל איינער וואס ביי זיך אנשטאט טויזנט, זעט ער צען טויזנט, און ווען ביי זיי איז דא דריי טויזנט שרייבן זיי הונדערט פופציג טויזנט

דעמאלט ביי יענעם ווען סאיז דא דריי פיר און צימאל פינף הונדערט יודן עוסקים בתורה זעט ער נעבעך נאר הונדערט

ווי אין די וועלט האסטו שוין אמאל געזען ליל שישי 2:00 ביי נאכט אזא געפאקטע ביהמ"ד מיט א הילעכיגע קול תורה ווי אין ראדני?

אפשר דאס טיט דיר טאקע וויי, און איך פארשטיי דיין ווייטאג...

ביי די וועי, דער אשכול איז נישט קיין סאטמארע אשכול, און דו דארפסט נישט אריינפירן יעדע אשכול אין די סאטמארע מחלוקה,

ווען איך האב אויסגערעכנט בתי מדרשים ווי מלערנט האב איך צווישן אויך אויסגערעכנט ענקער ווינקל, ווייל דא איז נישט קיין פלאץ פאר סאטמארע געמויזאכץ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2005 00:43 לינק ישיר 

wassa_dif

איך מיין אז דיין "שמוציגער קאפ" וואס איז פוהל מיט מציצה בפה שמוץ, אין "שרית חדד"(???)ניגונים, קען נאר פארדרייען וואס איך חאב געשריבען.

מיין ליבשאפט צו פרומקייט נעמט זיך פון נישט רעדען ניבול פה (ווי דיר), אין פאר האבען דרך ארץ פאר איידעלע אידען.

דיינע "מורי הוראות" זענען נישט מיינע "מורי הוראות"

אין וועגען דיין "ווארימקייט" צו אידישקייט שעם איך זיך צורעדען וועגען...

אבער דיין פאריקטע קאפ פארשטייט נישט, אז "רוב" פון די בחורים וואס זיצען אפ ביים געז סטעישען איז וועגען "דיינע" קאראפירטע אזוי גערופענע "מורי הוראות"

די מיינסט אז די בחורים זעהן נישט זייער פאלשקייט?

דו מיינסט אז זיי זעהען נישט ווי "דיינע" רבנים שלאגען זיך פאר געלט אין כבוד?

דו מיינסט אז זיי זעהען נישט ווי זייערע טאטעס טראסטען נישט "דיינע" רבנים?

געב זיי נאך צו אביסיל "קנאות", און זיי וועלען הארגענען מענטשען אין די גאסן,

נאך איין זאך האב איך דיר צו פרעגען, ביי "וועלעכע געז סטעישען זיצסטו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2005 02:31 לינק ישיר 

צדוק'ל, גייסט מיר עפעס צו שארף...

סך הכל נאך די טענה'רייען און פליקערייען האב איך נאר געהערט פון ווילי און ב.פ. איז דא איינער וואס קען אביסל געבן צו הערן פון די דרויסענדיגע שטעט (ווי למשל "קעטסקילס" ...)

(איך זע ווי עס רוקן זיך אן די קאלטע ווינטער טעג און "קוטשמע" האט זיך אנגעטוהן די קוטשמע און רייסט שטיקער...)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2005 02:54 לינק ישיר 

הויכגעשעצטער דיפלאמאט,

אזוי ווי איר זיינט באקאנט אין די דיפלאמאטישע וועלט, ווייסט איר אז אמאל דארף מען גיין שארף אויך...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2005 05:10 לינק ישיר 

איך האלט אז דער אשכול קען זיך האלטן צו א שיינעם און איידעלן ניווא, זאל יעדער ארויס ברענגען די " מעלות " פון זיין שטאט.
נישט פרובירן צו קלאפן יענעם און זוכן דעם צווייטנס חסרונות. עס איז באמת דא גאר שיינע זאכן אין ביידע שטעט, עס איז דא זאכן בין אדם לחבירו און בין אדם למקום אויף ביידע פלעצער וואס די אנדערע דארפן זיך און קענען זיך דערפון אפלערנען.
יהי רצון שנראה כל אחד מעלת חברינו ולא חסרונם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2005 11:39 לינק ישיר 

צדוק
יא, יא. די בחורים וואס זיצען אפ ביי'ם געז סטיישען און נאך גוטע פלעצער איז אלץ צוליעב "מיינע" קאראפטיערטער מורי הוראות.
נאר צוויי קשיות.
ווי קומט אז די בחורים מיט זייערע גאר ריינע קעפ האבען מכוון געווען לדעת גדולים און פארשטייען פונקט ווי דיר?
און הניחא די סאטמארע, וואס איז מיט די פאפענער, וויזשניצער, בעלזער, קלויזענבארגער, וויענער, טאשער און נאך בחורים וואס האבען נישט דער תירוץ?
איך געב נישט אויס וואו איך זיץ. איך היט אויף מיין אנאנימיטעט. אבער אז דו וועסט זיך אמאל אפשטעלען פאר גאז, און זעהן דארטען א היימישער איד מיט א וויערלעס לעפטאפ און זיין בראוזער אפען צו חדשות אנ"ש קענסט עם פרעגען..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2005 18:35 לינק ישיר 

ווער רעדט דען וועגן סטמאר? די נושא איז געוועהן צו איז וויליאמסבורג בעסער ווי אנדערע פלעצער. דיין ארויפברענגן די געז סטעישן איז נאך איין הוכחה אז נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2005 18:43 לינק ישיר 

kutchma
tzudick רעדט וועגען סאטמאר. א'נישט אז ער מיינט אז אלע דיינים אין ווילי זיינען קאראפטיערט, אדער אז איך פיהר א בי"ד און איך האב פריוואטע דיינים.
דיר וויל איך פרעגען עפעס אנדערש. וויפיהל בארביקיוס זיינען געווען אין ב"פ פאריגע זומער און וויפיהל אין ווילי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2005 19:09 לינק ישיר 

וואסא דיף
די ווייסט גאנץ גוט אז איך האב געשריבען "רוב"

און יעדע "שבת" הער איך די טענה אז סאטמאר איז "רוב", אין אז די סאטמערע מורי הוראות זענען "רוב",
און אז די אנדערע פארטייען און וומ"ב באשטייען פון אפאר "יחידים"

מסתם זענען די "פרעמדע" ביים געז סטעישען געקומען פון "בארא פארק".....

און אויב די מיינסט אז די "חברה" האלטען נישט אזוי ווי איך, קענסטו דיי געבען א פרעג נעקסטע מאל דו וועסט זיין אין געז סטעישען,
וועסט האבען א גרויסען "סורפרייז"

איך האב דיר גיפרעגט אין וועלעכע געז סטעישען דו זיצסט צו וויסען ווי "נישט" צו גיין...








דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מעלות פון וומס"ב איבער אנדערע ישובים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 8 9 10 ... 14 15 16 לדף הבא סך הכל 16 דפים.

bholext