בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

רבי שלמה קארליבאך זצ"ל - יארצייט היינט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/11/2005 07:04 לינק ישיר 
רבי שלמה קארליבאך זצ"ל - יארצייט היינט

היינט איז די יארצייט פין רבי שלמה קארליבאך זצ"ל,

עס קומען פאר סעודת הילולא אין די בארימטע ישיבה " ישיבת אוניבערסטי" יעדער איז געלאדענט

"איש בל יעדר"

ווער עס דארף א רייד ווערט געבעטן זיך צי מעלדען צי מיר אין תיבה אישית, איך פאר ארויס נאך א האלבע שעה



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 07:17 לינק ישיר 

מנהל,

PLESAE REMOVE THAT FORUM ASAP
BETTER EARLIER THAN LATER
וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 07:19 לינק ישיר 

וואס איז פינקטלעך דיין פראבלעם?

די אלע סאטמערע גארבידש קען מען דא ארויפלייגן און מען דארף עס נישט אראפנעמען!

אבער רבי שלמה קארליבאך זצ"ל וואס אלע זענען מודה אז ער האט א געוואלד אויפגעטון פאר אידישקייט, דאס דארף מען אראפנעמען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 07:22 לינק ישיר 

JUST SIT & WAIT AND LOOK FOR MORE TEGUVAS



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 08:03 לינק ישיר 

90
וואס דרייסטו א קאפ
האט דיר קארליבאך עפעס שלעכטס געטאן?
גלייב מיר אז ער האט ליב געהאט א יוד
און קיינמאל נישט פוגע בכבוד געווען קיינעם
ווייניג גדולים היינט זענען אויף אזא מדריגה פון אהבת ישראל

עס געפעלט דיר נישט
גיי דיר פון דאנעט

גענוג מיט דיע סאטמארער גארביטש
פוי ס'עקעלט פשוט די שנאת חנם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2005 08:09 לינק ישיר 

וואס קען איך טאן ?!

מיר עקלט מער צו זען אויף אזא אויסוואורף די ווערטער וואס מען נוצט אויף ערליכע אידן.

כ'קען דיר נישט העלפן, אויך אויב ביי דיר איז דאס בלויז סאטמארע גארבידזש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 08:23 לינק ישיר 

The last I regretfuly listened to him,
I was listening to the story of the holy mother of
the vilednicker tzadik
וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 08:44 לינק ישיר 

?is dzigan ok for you



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2005 08:50 לינק ישיר 

ר' שלמה האט מיר געזאגט אז ער האט א רשימה פון איבער 1000 בחורים און מיידלעך וואס ער האט זיי מחזיר בתשובה געווען וואס זיינען נארמאלע פרומע אידן און זיי שעמען זיך צו דערציילן.

ער האט מיר אויך געזאגט אז אלע אנדערע וואס מאכען בעלי תשובות גייען נישט ווי ער גייט און שלעפען נישט פון די טיפקייט פון ווי ער שלעפט ארויס די נשמות.

איך האב דעמאלט געזאגט ר' שלמה ! פארוואס גייט איר און די פארשטיפטע פלעצער טוט אייך אן א ברייטן ביבער היט און קומט מאכען בעלי תשובות אין ווילי

האט ער געשמייכעלט און געזאגט יא יא דו ביסט גערעכט.

איך האב אים געזעהן זיצען איבער א האלבע שעה און ליבליך אויסגעהערט א האמלעס לעידי א שמוציגע אנגעטועהן מיט שמאטעס וכו' ווי זי האט אים דערציילט אלע אירע צרות [אויב איך געדענק גוט האט ער איר געקושט אויפן שטערן] איך וואלט נישט געגאנגען נעבען די פרוי נענטער פון 10 פוס.

ר' שלמה האט געהאט אזא ענערגיע אז ער האט אנגעצונדען יעדען וואס איז געשטאנען מיט אים.

זיין ענערגיע איז געבליבען אין זיינע ווארימע ניגונים.

אידן אין תפיסות ל"ע טרייסטען זיך מיט זיין גם כי אלך.... לאאאא לא לא לא לאאאא לא לא לא......אירא רע כי אתה עמדי.

די וואס זיינען מסכים און ווילען דאס ווינטש איך זכותו יגן עלינו.


האט ער געשמייכעלט און געזאגט יא יא דו ביסט גערעכט.

תוקן על ידי - aaatozzz - 18/11/2005 8:51:38



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2005 10:28 לינק ישיר 

בארימטע ישיבה אוניווערסיטע?! דאס איז שוין ערגער ווי זאגען אויף דער פוסטער ליידיגגייער זצקללולולו.
שלמה האט כאטש געקישט נאר מיידלאך, דארט איז דא א קלאב פאר משכב זכורניקעס.

http://www.rickross.com/reference/lubavitch/lubavitch12.html

איך געדענק שוין נישט ווער האט געברענגט דער לינק דא צו'ם ערשטען מאל אבער יישר כח עניוועיס.
THE HOLIEST OF THE HOLIEST IS NOW IN THE DEEPEST OF THE DEEP

תוקן על ידי - wassa_dif - 18/11/2005 10:28:10



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 14:37 לינק ישיר 

atoz

איך בין מסכים מיט דיר, איך אליין קען אסאך בעלי תשובות וואס ר' שלמה ז"ל האט אין זיי אנגעצונדן דעם פונק. זיי זענען שפעטער אוועק פון איהם און געווארען בעלי תשובה גמורים.

ער איז געוועהן א זעהר אינטערסאנטע ערשיינונג, נישט קיין ספק, שטייט שוין פון בעשה"ק אז די בעל תשובה מאכערס זענען ווי איינער וואס שארט מיסט און ווערט אליין פארשמירט. אזוי נידריג ווי ער האט זיך קיינער נישט אראפ געלאזט.

ווער ווייסט? הרבה שלוחים למקום, ער איז זיכער געוועהן א חלק פון דעם מהלך ליישר דרך למלך המשיח - צו ומלאה הארץ דעה.

עד היום הזה צונדן זיינע ניגונים אין מעשהלעך אהן פארוואגלטע אידישע הערצער

אוודאי איז ער נישט פאר אונז! פונק ווי מען נעמט נישט א שמוציגן גרויסן שחור צו פאר רעכטן א טייערע טשענדעליער, אבער אויף אנצוהויבן בויען נעמט מען איהן יא.

וואסא

איך בין נישט געוועהן צו א גרויסער חסיד פון ר' שלמה'לע אבער איך האב געזעהן דיין תגובה ווי אזוי דו האקסט אויף איהם, האב איך איהם צוגעשטעלט צו ר' עובדיה און דיינע אנדערע סטעדי "קליענטן"... AND YOU MADE ME THINK




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 14:41 לינק ישיר 

באטשי
איך פריי מיך אז עפעס גוט איז שוין ארויסגעקומען פון די אשכול. טראכטען איז א גוטע זאך. וואס טראכסט דו?
וועגען זיינע בעלי תשובות עיין בדברי יחזקאל על הפסוק והנביא ההיא או חולם החלום ביי נביא שקר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 17:15 לינק ישיר 

יעדער האט די רעכט צו זאגן א מיינונג איבער אים. ער האט זיך געהאט זיין "דרך" וואס ער האט זיך אליין ממציא געווען צו מחמת גרויס אהבת ישרא' צו מחמת וכו' (אויף קען יעדער האבן זיין מיינונג). אבער. לו יצוייר הטקסט שלך כאן האט עס געמיינט אמתדיג, ווי קומט א חסידישער יונגערמאן וואס האט געהאט - און האט - א מנהיג מיט א דרך וואס איז אויסגעטרעטן - און אויסגעפראווט דורי דורות - זיך צו מדבק זיין אין "דעם" דרך. דאס, קומט קלאר נאר פון גודל התאווה ושרירות הלב



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 17:28 לינק ישיר 

ווען איז זיין יארצייט? פרייטאג אדער דאנערשטאג?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2005 17:45 לינק ישיר 

איך קען נישט מער ווי זיצן און שמייכלען ליינענדיג דעם קליינעם אשכול - מעט הכמות ורב האיכות.
א חידוש נפלא, די אלע קריטיקערס, שוואצזעערס, איפכא מסתברא'ניקעס, וואס מאכן אוועק אין אנדערע אשכולות אלע גדולי ישראל, ווי פרונער און ערליכער דער גדול, אלס מער וועלן זיי אים צולייגן אויף שטיקער. און וואונדערליך, דא ביי קארליבאך ווערן זיי פלוצלינג גאר הייליג און רעספעקטפול, און זייי קענען בכלל נישט פארשטיין וויאזוי מ'קען בכלל האבן עפעס טענות אויף אים.
עס איז א גוטער סימן, און עס ווייזט אסאך...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2005 17:58 לינק ישיר 

מעיזשער,
דו ברענגסט גאר שיין און זיס ארויס זיין גרויס אהבת ישראל, די פראבלעם פארוואס "אלע" גדולי ישראל זענען פון אים אוועק געשטאנען, און "ווייס ווערסע" ער איז אנטלאפן פון אלע גדולי ישראל ווי א קליפה פון אנא בכח.
די גדולים האבן אפגעווייכט פון אים בעיקר טאקע וועגן די נקודה וואס דו ביסט אזוי מדגיש, נעמליך זיין אהבת ישראל.
זיי ן פראבלעם איז געווען מער די אהבת ישראלית, ודי בזה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > רבי שלמה קארליבאך זצ"ל - יארצייט היינט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext