בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

א נייער געטשיק. פאסט 6 מאנאטן. נעבעך

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/11/2005 21:00 לינק ישיר 
א נייער געטשיק. פאסט 6 מאנאטן. נעבעך

א נייער בודא געטשיק איז אויפגעקומען אין נעפל.
א 15 יעריגער שרץ, וואס האט זיך דערקלערט אלס בודא, מיט הימלישע כוחות אז ער פארסט מכלומרש'ט 6 מאנאטן.

טויזענטער מענטשן קומען קומען דעם משוגענעמ'ס מאדענע וואונדער. ער זיצט איינגעקורטשעט אין א בוים, און זיי פאנטאזירן אז א ליכטיגקייט שיינט פון זיין שטערן.

אפשר איז ער משתין פארטאגס ביים טייך, ווער ווייסט?


http://www.telegraph.co.uk/news/main.jhtml?xml=/news/2005/11/21/wbuddha21.xml&sSheet=/portal/2005/11/21/ixportal.html

Thousands of pilgrims are pouring into the dense jungle of southern Nepal to worship a 15-year-old boy who has been hailed as a new Buddha.

Devotees claim that Ram Bomjon, who is silently meditating beneath a tree, has not eaten or drunk anything since he sat down at his chosen spot six months ago.


Ram Bomjon maintains his vigil in the shade of his pipal tree
Witnesses say they have seen light emanating from the teenager's forehead.

"It looks a bit like when you shine a torch through your hand," said Tek Bahadur Lama, a member of the committee responsible for dealing with the growing number of visitors from India and elsewhere in Nepal.

Photographs of Ram Bomjon, available for five rupees (4p) from his makeshift shrine, have become ubiquitous across the region. "Far and wide, it's the only topic of conversation," said Upendra Lamichami, a local journalist.

He said no allegation had yet emerged of Ram breaking his fast or moving, even to relieve himself.

Santa Raj Subedi, the chief government official in Bara district, appealed to the capital, Kathmandu, for assistance in dealing with the influx of visitors, and for a team of scients to examine the case.

Local doctors failed to reach a final conclusion, although they were allowed no closer than five yards from the boy mystic, declaring that they could confirm no more than that he was alive.

The popularity of the phenomenon is partly because it resembles an episode in the life of the historical Buddha, who was born 160 miles away around 543 BC. The Buddha achieved enlightenment when he meditated beneath a sacred pipal tree for 49 days.

Ram Bomjon is also sitting beneath a pipal tree, in the same posture as the Buddha is depicted, but his vigil has already taken longer.

Ram's mother, who is called Maya Devi, like the Buddha's mother, admits to anxiety, particularly at meal times. But she tells herself: "God took him to the forest and I have faith that God will feed him."

She said: "He's definitely got thinner. Early in the morning he looks sunken, like there's no blood in him, but as the sun rises he seems to get brighter and brighter."

The fervour increased last week when a snake is said to have bitten Ram, and a curtain was drawn around him.

After five days it was opened and he spoke. "Tell the people not to call me a Buddha. I don't have the Buddha's energy. I am at the level of rinpoche [lesser divinity].

"A snake bit me but I do not need treatment. I need six years of deep meditation."

Despite his protestations, "Buddha boy" is famous.

A thriving market has grown in the once pristine forest, supplying pilgrims with everything from chewing tobacco and bicycle repairs to incense and sacred amulets. The ground is covered in litter.

A fence was built around Ram's tree to prevent pilgrims prodding him, then a second, and now a third is planned, as well as a bus park, leaving Ram at the centre of an ever growing circle of rubbish.

Prakash Lamsal, a businessman said: "Some people are selling 2,500 rupees [£20] worth of tea a day.

"These lamas [monks] are going to build mansions out of this. If I wasn't a bit embarrassed I'd take a van down there and set up a stall."




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2005 21:17 לינק ישיר 

ווען ווערט אזא איינער א עבודה זרה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2005 02:32 לינק ישיר 

איך מיין אז לדעתם איז נישטא קיין עבודה זרה, נאר מען ווערט פשוט נתעלה צו גאר א גרויסע מדריגה (להבדיל אלף וכו').


אינטרעסאנט וואלט געווען, ווען די יודעי דבר דא אין פורום, וואלטען אביסעל געשריבען וואס מען דארף האלטען פין די מעשה עפ"י יודישקייט.

א. מוז מען גלייבען אז עס איז שקר?
ב. מעג מען גלייבען אז עס איז אמת?
ג. אויב א. איז גערעכט, ווי ווייט איז די עבירה אויב איינער גלייבט יא אז די מעשה איז אמת.
ד. ב. איז גערעכט, נאר דער וואס גלייבט איז פשוט א טיפש (אזוי ווי דער וואס גלייבט אז די פיש האט גערעדט אין סקווער).
ה. ס'איז בעסער נישט אריין צו טראכטען אין דעם צופיל, ווייל עס קען חלילה ברענגען צו ספיקות רח"ל.
ו. די זאך האט נישט קיין הכרעה אין אידישקייט, און עס קען זיין אמת אדער שקר.


ביטע שרייבט אייער דעת (תורה - בעל הבית) איבער דעם ענין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2005 02:41 לינק ישיר 

עפ"י תורה איז נישט מעגליך זיך צו באגיין אן עסן אדער טרינקן פאר מער ווי זיבן טעג (כמבואר בירושלמי).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2005 02:43 לינק ישיר 

אזוי ווי די מעשה מיט'ן גלח 40 טעג

תוקן על ידי - weetabix - 22/11/2005 2:43:19



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2005 02:57 לינק ישיר 

איך גלייב עס אזוי ווי די מעשה מיטן דיבוק אין ארץ ישראל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2005 06:26 לינק ישיר 


גראף,

חוני המעגל?

'עסט דאך אודאי טרעפען א תירוץ מיט א שיטה אהין אדער אהער, עכ"פ מוכרח איז שוין גארנישט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2005 06:56 לינק ישיר 

געדענקט איר

ווען יחצל טרעפט פרעה פארטאגס ביים וואסער און פרעגט אים וואס ער מאכט...

(יוסף שפיל תשס"ו)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2005 07:01 לינק ישיר 

אין מזכירין מעשה ניסים ברכות ס' ע"א, יבמות קכ"א ע"ב, חולין מ"ג ע"א. וראה בבן יהוידע תענית כ"ג שחוני המעגל ישן שבעים שנה בדרך נס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2005 08:19 לינק ישיר 

גראף,




במחילה מכבוד תורתך היקרה, איז דאס נישט דער פשוט'ע פשט. ס'איז א גוטע וועג צו פאר'ענטפערען דיין מושכל ראשון, און אויב ס'פעלט אויס קען עס ווערען א עקסטענשען פאר שלש סעודות תורה אויך...

דער פשוט'ע פשט איז, דער ירושלמי רעדט אויף נארמאלע אינסטאנצען. דהיינו, דער מענטש איז אויף כך וכך שעה, און ער שלאפט נאר כך וכך, און דערנאך קען ער נישט אריבער טראגען מער ווי זיבען טעג און נעכט -- לדעת הירושלמי.

אבער אויב איינער שלאפט, וואס כידוע, ביים שלאפען נוצט דער מענטש אסאך ווייניגער ענערג'י וכו', קען ער אפשר לעבען אסאך לענגער.

א פשוט'ע ראיה פון טבע, א מענטש קען נישט לעבען אהן לופט פאר מער ווי 8 מינוט, כידוע. אבער דאס איז נאר אויף א אופן וואס זיין גוף איז א געוויסע גראד. אויב איז ער ווארימער ווי נארמאל, קען ער ניטאמאל 8 מינוט לעבען ביז ברעין דעמעדזש. וה"ה להיפוך, אויב איז זיין גוף קעלטער, קען ער גאר לעבען אסאך לענגער, כידוע פון מענשען וואס זענען דערטראנקען געווארען, און מ'האט זיי צירוק געברענגט צו לעבען נאך א פאהר שעה זיין אונטער די וואסער. כבחינת דער טשולענט פון שבת וואס האלט זיך לענגער אין פריזער ווי אין אויווען כידוע.



תוקן על ידי - jid_613 - 22/11/2005 8:19:51



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2005 08:21 לינק ישיר 

אגב, וואו איז דער ירושלמי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2005 16:53 לינק ישיר 

אין מורה נבוכים ח"ג פרק נ"א, שטייט בפירוש אז מען קען דורך דביקות אין ענינים רוחניים צוקומען צודעם אז מען זאל נישט דארפען עסען אין טרונקען, ווייל דער שכל ווערט אזוי שטארק און די גראבקייט פונעם גוף ווערט בטל, עיי"ש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2005 18:35 לינק ישיר 

דזשיד613;

במחילת כבודך, דו האלטסט טאקע אז חוני המעגל'ס שלאף איז נישט געווען קיין נס? קענסטו מסביר זיין וויאזוי על פי דרך הטבע קען א מענטש שלאפן זיבעציג יאר אין א ציה?

האלטסטו טאקע אז ווען מען שלאפט בדרך הטבע (אויב ס'איז מעגליך) מער ווי זיבן טעג, קען מען דאס איבערלעבן אן עסן אדער טרינקן?

באראפארקער;

איך האב געזען דעם רמב"ם יעצט בקופיא, ס'מוז נישט זיין אז די דביקות האלט אן לענגער ווי זיבן טעג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2005 21:46 לינק ישיר 


דער "מורה" רעדט ע"פ פשטות אין "טבע".

דאס אז דביקות האלט נישט לענגער ווי זיבען טעג, איז שוין דיין השערה, מיט דער ירושלמי האט עס גארנישט.

אגב -- קוק נאך דער רמב"ם, ער רעדט דארט וועגען משה רבינו, וואס האט "פערציג" טעג נישט געגעסען אין געטרינקען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2005 07:20 לינק ישיר 

משה רבינו איז געווען אין הימל. ווען דו וועסט אויספיגורען וויאזוי מען גייט אהין ארויף, דאן וועסטו פארשטיין וויאזוי מען קען דארט אויסהאלטן אן עסן און טרינקן פאר פערציג טעג (יעצט גייסטו שרייבן אז - להבדיל - דער בודא איז אויך אין הימל...).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2005 07:37 לינק ישיר 


איך שרייב בנוגע צו וויאזוי דער "מורה" לערענט אפ דער נושא. ודוק.

(ניין גראף, טראכט בעסער...)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > א נייער געטשיק. פאסט 6 מאנאטן. נעבעך
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext