בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ווייזט ארויס ליבשאפט פאר אייערע קינדער!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/11/2005 03:18 לינק ישיר 

Baacheee

What does ADD stands for
Attention..... disorder question mark

Also did you go to college to become a CCSW question mark

BTW I have a serious problem whenever I want to type the question mark symbol or any other symbol like commor period it gos immediately to the wrong side

can somebody help me with this uncomfortable situation question mark



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2005 03:58 לינק ישיר 

Attention Deficit Disorder

About your typing problem

I think the reason is because this hydpark defaults to hebrew - right to left- format

Try using the left justify icon wwhen you write english!!! OK?



תוקן על ידי - baachi - 23/11/2005 3:58:50



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2005 04:02 לינק ישיר 

left justify icon

what is that



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2005 04:25 לינק ישיר 

On the bottom of the Teguva screen there are four rows of icons.
The fourth row the second icon from the right
Just dont forget to remove the words הטקסט שלך כאן:


תוקן על ידי - baachi - 23/11/2005 4:25:07



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2005 04:34 לינק ישיר 

lets try again,

See it did not helped me at all

הטקסט שלך כאן



Belief me I followd you,

you see the text you asked me to remove



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2005 07:09 לינק ישיר 

הער אויס פאליציאנט, די עצה איז אזוי.

מאך דעם האלבן קעסטל [
שרייב אריין די ווארט 'שמאל' (אן די הערנער)
פארמאך דאס מיט א צווייטע האלבע קעסטל כזה ]

אזוי זאלסטו טאן אנהייב פאר יעדע תגובה און אלעס וועט זיין גוט (אויב האסטו נישט קיין אידיש אויף דיין קאמפיוטער, זוך אויף א אנליין קיעבאורד, און סעיוו דיר ערגעץ אויפן הארד דרייוו די ווארט 'שמאל' איינגעקעסטעלט, עס וועט דיר אסאך צוניצקומען דא אין פארק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2005 07:35 לינק ישיר 

נא, גראף, תפלה עושה מחצה. וואס איז מיט דער ['סשמאל'] ?



תוקן על ידי - jid_613 - 23/11/2005 7:34:50



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2005 07:50 לינק ישיר 

איז דאס נישט וואס עס איז באוואוסט אז די קינדער וואס ווערען אויפגיצויגען ביי שטרענגע עלטערען וואס שענקט נישט קיין שמייכעל ווערען זיי אינגאנצען פארמאכט און האבן שוועריקייטען שפעטער און לעבען מיט מענטשען און איז דעפרעסד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2005 08:13 לינק ישיר 


וועלט מלחמה,

זייער מעגליך אז דאס האט מיט דעם. און דאס איז טאקע מיין פאינט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2005 15:23 לינק ישיר 

דזשיד

אויב ער וויל שרייבן נאר ענגליש (כדרכו), פעלט נישט אויס צו שרייבן 'סשמאל'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2005 16:23 לינק ישיר 

וועלטסקריג

דאס איז אמת אז זיי האבן א נטייה צו דעם. ווייל אזוי האבן זיי געזעהן ביי זייערע עלטערן, אבער ווען איינער וואקסט אויף קען ער זיך דאמאלטס טוישן. מעגליך אז סאיז שווערער, אבער מקען טוישן די זאכען. דאס איז א הרגל נעשה טבע, נישט קיין תכונת הנפש.

סאיז חילוק פשוט ווייל א געבוירענע תכונה איז א ביסל שטטערע צו טוישען ווי א רגילות, אבער ביידע קען מען בדרך כלל טוישען.

למשל סדא מעטשן וואס זענען נוטה צו עצבות פון געבוירן אויס, מזעהט צוויי קינדער פון די זעלבע משפחה איינער איז כסדר לעבעדיג דער אנדערער איז אנגעצויגען און אנגעבלאזן,

פארשטייט זיך אז א איד דארף זיין תמיד בשמחה און קען מען קען זיך טוישען, אבער דעם אנגעצויגענעם וועט לכתחלה זיין שווערער, ווען דער אנגעבלאזענער זאל ארבעטן אויף זיך, וועט ער זיין נאך אפשר מער בשמחה'דיג ווי דער ערשטער.

דאס זעלבע מיט איבער וואג , איינער וואס איז געבוירען מיט הויכע מעטאבאליזם איז נישט נוטה צו פעטקייט אזוי ווי א צווייטער מיט א שטאטערער מעטאבאליזם, אבער ביידע קענען ווערען דאר אדער ווערן עגול ואשמח'דיג.

דאס הייסט בחירה און דאס פון די יסודות פון אונזער אמונה. דאס איז מכריח דעם אני מאמין.... שהקב"ה גומל טוב לשומרי מצוותיו ומעניש למי שיעבור על מצוותיו. וואס איז פון די עיקרים אפילו לויטן בעל העיקרים

דאס איז דער מותר האדם מן הבהמה, און דאס איז דער נמשל פון דעם "משל" פון רמב"ם מיטן טאביק...

די גויים מיט זיגמונד פרויד'ס אפגעפרעגטע תורה בראשם נוצען דעהם תירוץ אז איך בין אזוי געבוירען אדער די מאמע האט אויף מיר אזוי משפיע געוועהן

ווי זאגט מען אויף קאלעדזש ענגליש:

It aint gonna work



תוקן על ידי - baachi - 23/11/2005 17:18:49



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2005 18:55 לינק ישיר 


באטשי,

בחירה, איז נישט קלאר צו דאס איז כולל יעדער זאך וואס א מענטש טוט.

ד.ה. דאס אז א מענטש האט באופן כללי "בחירה", איז א הכרח צו יהדות, און צום "עיקר" פון שכר ועונש. (ספר העיקרים), אבער דאס צו א יעדער הרגש וואס מענטש האט, צו א יעדער "איינציגער" פעולה וואס א מענטש טוט איז נכלל אין דעם, איז א גרויסע פלוגתא פון די פריערדיגע ראשונים און פילוסופ'ען.

ווי אזוי דו ביסט דאס מכריע מדעתך הרחבה, (און אודאי להחמיר...) ווייס איך נישט.

און אפילו לשיטתך, איז דער מאמר וואס איך האב אראפ געברענגט דא אנהייב אשכול נישט אפגעפרעגט, און נאך אלץ שטארק וויכטיג. הן פאר עלטערען און מחנכים, פאר די חינוך וואס זיי געבען, און הן פאר די חוקרים.

פאר עלטערען און מחנכים, פשוט אז ס'זאל זיי בעסער אריין אין קאפ וואס א רושם דאס לאזט אויף'ן קינד, וואס דאס קען עכ"פ אסאך לייכטער מאכען דאס לעבען, זייענדיק נענטער צו דעם צד הטוב פון דער בחירה, (וכדברי רב דעסלער).

און הן פאר די חוקרים, וואס טוהן אין דעם, אויסצורעכענען רפואות פאר חולי נפשות.







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2005 19:56 לינק ישיר 

דזשיד

נישט יעדע זאך, נאר אמצווה אדער איין עבירה, אויב ער קען נישט איז ער איין אונס למשל ווי איינער אהן א האנט איז פטור פון תפילין לייגן.

מיר רעדן פון תכונת הנפש, אין דעהם איז א גרויסע מערכה, די חכמי הגויים ווילען דוקא זאגן אז א מענטשן נטיות זענען PREDETERMINED , לויט די חכמת התורה האט יעדער א בחירה

רמב"ם הלכות תשובה פרק ה

(א) רשות לכל אדם נתונה אם רצה להטות עצמו לדרך טובה ולהיות צדיק הרשות בידו ואם רצה להטות עצמו לדרך רעה ולהיות רשע הרשות בידו הוא שכתוב בתורה הן האדם היה כאחד ממנו לדעת טוב ורע כלומר הן מין זה של אדם היה יחיד בעולם ואין מין שני דומה לו בזה הענין שיהא הוא מעצמו בדעתו ובמחשבתו יודע הטוב והרע ועושה כל מה שהוא חפץ ואין מי שיעכב בידו מלעשות הטוב או הרע וכיון שכן הוא פן ישלח ידו:

(ב) אל יעבור במחשבתך דבר זה שאומרים טפשי אומה"ע ורוב גולמי בני ישראל שהקב"ה גוזר על האדם מתחלת ברייתו להיות צדיק או רשע אין הדבר כן אלא כל אדם ראוי לו להיות צדיק כמשה רבינו או רשע כירבעם או חכם או סכל או רחמן או אכזרי או כילי או שוע וכן שאר כל הדעות ואין לו מי שיכפהו ולא גוזר עליו ולא מי שמושכו לאחד משני הדרכים אלא הוא מעצמו ומדעתו נוטה לאי זו דרך שירצה הוא שירמיהו אמר מפי עליון לא תצא הרעות והטוב כלומר אין הבורא גוזר על האדם להיות טוב ולא להיות רע וכיון שכן הוא נמצא זה החוטא הוא הפסיד את עצמו ולפיכך ראוי לו לבכות ולקונן על חטאיו ועל מה שעשה לנפשו וגמלה רעה הוא שכתוב אחריו מה יתאונן אדם חי וגו' וחזר ואמר הואיל ורשותנו בידינו ומדעתנו עשינו כל הרעות ראוי לנו לחזור בתשובה ולעזוב רשענו שהרשות עתה בידינו הוא שכתוב אחריו נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה וגו':


(ג) ודבר זה עיקר גדול הוא והוא עמוד התורה והמצוה שנאמר ראה נתתי לפניך היום את החיים וכתיב ראה אנכי נותן לפניכם היום כלומר שהרשות בידכם וכל שיחפוץ האדם לעשות ממעשה בני האדם עושה בין טובים בין רעים ומפני זה הענין נאמר מי יתן והיה לבבם זה להם כלומר שאין הבורא כופה בני האדם ולא גוזר עליהן לעשות טובה או רעה אלא הכל מסור להם:


(ד) אילו האל היה גוזר על האדם להיות צדיק או רשע או אילו היה שם דבר שמושך את האדם בעיקר תולדתו לדרך מן הדרכים או למדע מן המדעות או לדעה מן הדעות או למעשה מן המעשים כמו שבודים מלבם הטפשים הוברי שמים היאך היה מצוה לנו על ידי הנביאים עשה כך ואל תעשה כך הטיבו דרכיכם ואל תלכו אחרי רשעכם והוא מתחלת ברייתו כבר נגזר עליו או תולדתו תמשוך אותו לדבר שאי אפשר לזוז ממנו ומה מקום היה לכל התורה כולה ובאי זה דין ואיזה משפט נפרע מן הרשע או משלם שכר לצדיק השופט כל הארץ לא יעשה משפט ואל תתמה ותאמר היאך יהיה האדם עושה כל מה שיחפוץ ויהיו מעשיו מסורים לו וכי יעשה בעולם דבר שלא ברשות קונו ולא חפצו והכתוב אומר כל אשר חפץ

דאס וואס דו האסט אראפגעברענגט איז מעגליך אמת לויט הרב דעסלער'ס "נקודת הבחירה" והכל הולך אל מקום אחד

אבער בכלליות בין איך זעהר סקעפטיש פון די אלע
DETERMINISTIC טעאריעס. די בעלי תאווה דארפן דאס אויף צו פארענפערן זייער בשרירות לבי אלך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2005 23:02 לינק ישיר 

זאל אייך אוודאי נישט פארדריסן אז איך האק אריין מיט אפאר ווערטער.

קודם וואלט איך אייך געוואלט קאנגראטאלאטירן אויף ארויף ברענגן גאר א אינטרעסאנטע נושא. ענדליך איז שוין דא מיט וואס צו גיין צו טיש.



צום ענין. אההה די אלטע שאלה פין NATURE VS NURTURE

אין פסיכאלאגישע סייענס (נישט טעאריע) איז דא דריי זאכן מיט וואס מ'רעכענט זיך:

1>HEREDITY - דאס מיינט דאס וואס אינז ירשה'נען פין אינזער עלטערן, ווי למשל GENES, אין BRAIN STRUCTURE.

2>ENVIRONMENT - דאס מיינט די פלאץ אין וואס מיר זענען געווארן ערצויגן, ווי למשל די סארט קאמיוניטי, די סארט משפחה לעבן, אין אלע אירע איינצעלהייטן.

3>VULNERABILITY - דאס מיינט אזוי: לאמיר זאגן אז פאר א געוויסע חולי הנפש, ווי למשל דעפרעשען, איז דא א 50 פראצענט טשאנס (דאס איז די געווענדליכע פראצענטואלע נומער פין HERITABILITY אין דעם פעלד) אז דעפרעסטע עלטערן וועלן האבן קינדער וואס ליידן פין דעפרעשען, שטעלט זיך די שאלה פארוואס די אנדערע פופציג פראצענט נישט? די ענטפער איז אז עס זענען דא קינדער וואס זענען מער VULNERABLE אין קינדער וואס זענען ווייניגער. איינער פין די הויפט VULNERABILITIES אין דעם קאנטעקסט איז ENVIRONMENTAL CHALLENGES.

דאס ארבעט ביידע וועגן, דהיינו: אז פונקט אזויוי איינער וואס האט דעפרעסטע עלטערן אין ווערט ערצויגן אין אן ענווייראנמענט וואס טויג נישט, זענען זיינע טשאנסען פין זיין דעפרעסט פיהל העכער, אזוי אויך איז אפילו טאמער האט איינער דעפרעסטע עלטערן, אין ווערט אבער ערצויגן אין אן ענווייראנמענט וואס איז פיין זענען זיינע טשאנסען ווייניגער.

בקיצור וואס דאס מיינט איז אז סיי HEREDITY אין סיי ENVIRONMENT שפילן א גרויסע ראלע אין די אנטוויקלונג פין א מענטש - אין ספעציעל א קינד. דאס איז די שיטה, על כל פנים היינטיגע צייטן לויט היינטיגע סייענטיסטן אין זייערע שטודיעס.

די וויכטיגקייט פין ביידע ווערט גיט ארויס געברענגט אזוי ווי איין פסכילאג האט געזאגט: צו פרעגן צו HEREDITY אדער ENVIRONMENT איז וויכטיגער אין די אנטוויקלונג פין א מענטש'ס לעבן איז אזוי ווי פרעגן וועלכע, OXYGEN אדער האלץ, איז וויכטיגער צו מאכן א פייער.



א ווארט לכבוד ר' באטשי:

מיט א הקדמה, לאמיר ביטע נישט אריינגעשלעפט ווערן אין א דיסקוסיע וועגן זיגמונד פרויד, דאס איז נישט די פלאץ דערפאר. העי, אז די ווילסט דווקא, למה לא? איך מיין אבער אז מיר ביידע האבן ענדליכע שיטות בנוגע זיין שיטה.

קודם כל, די שרייבסט אז די האלטסט נישט פין די וואס האלטן פין DETERMINISM. די גיטע נייעס איז אז רוב גרינדערס פין פסכילאגיע (אין איך אויך) האלטן אויך נישט דערפין. אבער, זיי האלטן יא פין PREDISPOSITION. דאס מיינט אזוי ווי איך האב אויבען מסביר געוועהן, סיי HEREDITY אין סיי ENVIRONMENT קען מאכן אז א מענטש זאל זיין PREDISPOSED צו געוויסע חולי הנפש. כדי קלאר צו מאכן וועל איך איבער חזר'ן אז דאס מיינט נאר אז אזא מענטש איז מער VULNERABLE.

א אינטרעסאנטע פאקט, פרויד, טראצדעם וואס ער איז געוועהן א דאקטאר, האט נישט געהאלטן פין BIOLOGICAL DETERMINISM נאר פין PSYCHOLOGICAL DETERMINISM. ער האט געטענה'ט אז די מענטש'ס אויפגעפירעכטס וכדו' איז נאר מושפע פין וויאזוי זיינע עלטערן האבן עם ערצויגן, אבער נישט אין די GENES וכדו' וואס זיי האבן עם איבערגעגעבן. פארשטייט זיך אז היינט ווייסט מען בעסער.

נ.ב. פאר די וואס זענען אקעגן די DETERMINISTIC שיטה, וואלט איך רעקאמענדירט א בוך געשריבן דארך א אידישע פסכיאטער - וויקטאר פראנקל - וואס האט איבער געלעבט די צווייטע וועלט קריג אין האט אויף דעם מייסד געוועהן זיין שיטה אין EXISTENTIAL פסיכאלאגיע. דער שיטה איז פונקט להיפך פין DETERMINISM אין איז זייער אידישלעך, תוכן'דיג, אין אינטרעסאנט.

פאר איך פארגעס, די בוך הייסט MANS SEARCH FOR MEANING.


לדעתי שטעלט זיך אבער יא א שטיקל פראגע צו בחירה:

לאמיר זאגן אז די ארטיקל וואס דשזיד האט לכתחלה געברענגט קען מען אפפרעגן מיט די טענה אז אין הכי נמי, די קינדער'ס בלוט האט טאקע ארוסגעוויזן געוויסע שנויים וואס ווייזט אז שפעטער אין לעבען וועלן זיי האבן לדוגמא העכערע ANXIETY וכדו'. דאס איז אבער נישט קיין חידוש. סך הכל האבן די וואס האבן געטין די שטודיע געוויזן אז חוץ עס פעסטצושטעלן דורך אבזערוואציע - וואס מ'האט שוין געטין לעבר - קענען זיי עס אויך פעסטשטעלן מיט'ן ווייזן גופיות'דיגע שנויים. דערפאר איז עס נישט קיין שאלה אויף בחירה, ווייל עס ווייזט סך הכל אז איינס איז אנגעקנופט אין די אנדערע, נישט אז דער גופיות'דיגע שינוי פאראורזאכט די חולי. נאך מער די קינדער זענען דאך נישט געבוירן געווארן מיט די גופיות'דיגע שינוי, אפשר קענען אזעלכע קינדער ווערן קאטאגאראזירט אלץ תינוקות שנשבו.

די שאלה שטעלט זיך אבער מיט BIOLOGY. לאמיר זאגן, טעארעטיש גערעדט, אז מ'קען פעסט שטעלן אז א געוויסע BRAIN SRUCTURE אדער א געוויסע GENE פאראורזאכט, למשל ANTISOCIAL PERSONALITY DISORDER וואס אין דעם איז אריין גערעכנט פארשידענע אויפגעפירעכצער וואס זענען איסורי תורה, האלט עץ אז אזא איינער'ס נטיות צו גוט אין נטיות צו שלעכט זענען שווה בשווה? איך פארשטיי אז עס איז אנדערש ווי איינער וואס ווערט חס וחלילה געבוירן אהן הענט אין ער קען נישט לייגן תפילין ווייל סוף כל סוף איז א מענטש נישט קיין בהימה אין ער האט עטוואס שליטה איבער זיך. איך פרעג נאר האט אזא איינער טאקע א גלייכע בחירה? פין איין זייט האט ער דעם PHYSICAL DEFECT וואס שטיפט עם עובר צו זיין אויף איסורי תורה, מצד שני, המממ, וואס איז די צד שני?

(מ'קען ברענגן נאך דוגמאות פין די קאנטראווערסיעל אישו וואס גייט פאהר אין אמעריקא די פארגאנגענע פאר יאר וד"ל. - עס איז נישט אזוי גלאטיג אז די מענטשן וועלן זיך דאס טאקע אליינס אויס, עס איז אויך נישט גלאטיג אויף פארקערט).

דאס איז א שאלה וואס איך האב שוין א שטיק צייט. איך וועל באמת דאנקבאר זיין פאר דער וואס געט מיך א רציניות'דיגע תירוץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2005 23:50 לינק ישיר 

קוטשמע טייערער

אדאנק פאר'ן מעורר זיין דעם נושא

אוודאי איז דא PREDISPOSITIONS

אויף יידיש המדוברת הייסט דאס נטיות: קוק אין דבר חז"ל שבת קנ"ו


כתיב אפינקסיה דרבי יהושע בן לוי האי מאן דבחד בשבא יהי גבר ולא חדא ביה מאי [ולא חדא ביה] אילימא ולא חד לטיבו והאמר רב אשי אנא בחד בשבא הואי אלא לאו חדא לבישו והאמר רב אשי אנא ודימי בר קקוזתא הוויין בחד בשבא אנא מלך והוא הוה ריש גנבי אלא אי כולי לטיבו אי כולי לבישו (מאי טעמא דאיברו ביה אור וחושך) האי מאן דבתרי בשבא יהי גבר רגזן מאי טעמא משום דאיפליגו ביה מיא האי מאן דבתלתא בשבא יהי גבר עתיר וזנאי יהא מאי טעמא משום דאיברו ביה עשבים האי מאן דבארבעה בשבא יהי גבר חכים ונהיר מאי טעמא משום דאיתלו ביה מאורות האי מאן דבחמשה בשבא יהי גבר גומל חסדים מאי טעמא משום דאיברו ביה דגים ועופות האי מאן דבמעלי שבתא יהי גבר חזרן אמר רבי נחמן בר יצחק חזרן במצות האי מאן דבשבתא יהי בשבתא ימות על דאחילו עלוהי יומא רבא דשבתא אמר רבא בר רב שילא וקדישא רבא יתקרי אמר להו רבי חנינא פוקו אמרו ליה לבר ליואי לא מזל יום גורם אלא מזל שעה גורם האי מאן דבחמה יהי גבר זיותן יהי אכיל מדיליה ושתי מדיליה ורזוהי גליין אם גניב לא מצלח האי מאן דבכוכב נוגה יהי גבר עתיר וזנאי יהי מאי טעמא משום דאיתיליד ביה נורא האי מאן דבכוכב יהי גבר נהיר וחכים משום דספרא דחמה הוא האי מאן דבלבנה יהי גבר סביל מרעין בנאי וסתיר סתיר ובנאי אכיל דלא דיליה ושתי דלא דיליה ורזוהי כסיין אם גנב מצלח האי מאן דבשבתאי יהי גבר מחשבתיה בטלין ואית דאמרי כל דמחשבין עליה בטלין האי מאן דבצדק יהי גבר צדקן אמר רבי נחמן בר יצחק וצדקן במצות האי מאן דבמאדים יהי גבר אשיד דמא אמר רבי אשי אי אומנא אי גנבא אי טבחא אי מוהלא אמר רבה אנא במאדים הואי אמר אביי מר נמי עניש וקטיל

ווי דו זעהבט פון די גמרא אז פון דעסט וועגען דאך איז רשות ביד כל אדם אויס צודרייען די נטייה אין צו נוצען לטובה

סדא אויך נטיות פאר מעשה סדום (אויב דו מיינסט דאס?)
רב דעסלער זצ"ל רופט דאס זיין נקודת הבחירה איז נידריקער.

לעצם הדבר האלט איך סאיז א גרויסע באבע מעשה פון די געי קאמיוניטי אז זיי האבן נישט קיין ברירה. זיי קענען אפשר זיין פרידיספאזד, אבער נישט מעהר

מקען פארשטיין אביסל מיט להבדיל באלף אלפי אלפים, די תמיהת החוקרים ווי איז שייך א צווי אויף ואהבת?

איז מסביר דער רמב"ם
הלכות יסודי התורה פרק ב'

(א) האל הנכבד והנורא הזה מצוה לאהבו וליראה אותו שנאמר ואהבת את ה' אלהיך ונאמר את ה' אלהיך תירא:
(ב) והיאך היא הדרך לאהבתו ויראתו בשעה שיתבונן האדם במעשיו וברואיו הנפלאים הגדולים ויראה מהן חכמתו שאין לה ערך ולא קץ מיד הוא אוהב ומשבח ומפאר ומתאוה תאוה גדולה לידע השם הגדול כמו שאמר דוד צמאה נפשי לאלהים לאל חי וכשמחשב בדברים האלו עצמן מיד הוא נרתע לאחוריו ויפחד ויודע שהוא בריה קטנה שפלה אפלה עומדת בדעת קלה מעוטה לפני תמים דעות כמו שאמר דוד כי אראה שמיך מעשה אצבעותיך מה אנוש כי תזכרנו ולפי הדברים האלו אני מבאר כללים גדולים ממעשה רבון העולמים כדי שיהיו פתח למבין לאהוב את השם כמו שאמרו חכמים בענין אהבה שמתוך כך אתה מכיר את מי שאמר והיה העולם

יעצט טראכט אריין מאך א שפרונג צו ...לכל הפחות עמעצער וואס : דיות שמגדלות את בנינו ומצילות אותנו...

א חוץ אז מלעבט אלעבן פון בלויז תאווה, איז די גאנצער שמועס נישט נוגע. מרעדט פון נארמאלע מענטשן וואס זענען עוסק ביישובו של עולם.

איך האף דו פארשטייסט מיין דירעקשןן

BTW סדא אבוך פון א ראביי KEN SHAPIRO

א ארטדאקסישער בעל תשובה, ער שרייבט אז בימי די מלכות הרשעה די רוימער איז געווען משחקי תינוקות דאס אנגענומענסטע מכובדיגסטע תאווה.... היינט שיסט מען כמעט פאר דעם.

צו פארענטפערן דיין תמיה. אלקים עשה את האדם ישר...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ווייזט ארויס ליבשאפט פאר אייערע קינדער!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.