| נשלח ב-22/11/2005 11:58 |
|
| |
בלעדי: הרב זילבערבערג שליט"א קיין נ"י
יעצט קומט די נייעס אז הגה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א פארט אי"ה היינט דינסטאג מיטאג (ישראל זייגער) קיין ניו יארק, און וועט וויילען אי"ה שבת אין בארא פארק.
מעריצי ר' צבי מאיר שליט"א האבן אפגעדינגען א די גאנצע ביזנעס קלעסס זיצינג טייל ביי די על אל קאמפאני, כדי אז ס'זאל ח"ו נישט צו קומען צו ראיות נשים.
פרטים יבואו + בילדער בל"נ.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 16:37 |
|
| |
היינט נאכט קומט פאר א דרשה אין ביהמ"ד דקהל שערי ציון דבאבוב.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 17:26 |
|
| |
תיקון טעות:
"מארגן מיטוואך נאכט" אין באבוב, און איך הער אז שבת קודש גייט ער דאווענען אין באלקאני, דארט ווי תו"א רבי האט געפראוועט פאריגן שבת.
בארא פארק קוקט ארויס דערויף, ער בלאזט ממש אריין א חיות יעדע מאל ער קומט.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 18:14 |
|
| |
ער איז פון די זעלטענע אידן וואס דינען דעם אויבערשטען אנע פניות, און א ברכה פון אזא איד איז א יקר המציאות.
כאפט אריין צו געבן אפי' א בליק אויף דעם הייליגן איד.
איינער ווייסט ווען ער קומט קיין ווילי?
(מ'לאזט אים נאך אריין?...)
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 18:30 |
|
| |
א גאנצע ביזנעס קלאס אפטיילונג?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 18:42 |
|
| |
אויף זיך צו ראטעווען פון ראיות אסורות האט ער געקענט בינדען א שמאטע ארום די אויגען אדער פשוט גיין מיט פארמאכטע אויגען.
דינגען א גאנצע ביזנעס קלאס איז פאר זיין באקוועמליכקייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 18:47 |
|
| |
דוכט זיך מיר אז איד וואס עסט נישט און שלאפט נישט און דינט דעם אויבערשטן מיט יגיעה, דינגט נישט קיין ביזנעס קלאס פאר זיין באקוועמליכקייט.
פאר באקוועמליכקייט וואלט אים גענוג געווען צוויי זיצן אין ביזנעס קלאס...
אויסער דעם, קלער אריין, ער זאל זיצן צוועלף שעה אויף א פליגער מיט פארבינדענע אויגן??
דאס הייסט נישט אינגאנצן גערעדט צו דער זאך. אנטשולדיגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 18:52 |
|
| |
סתם פאר נייגעריגקייט, וואס טוען עהרליכע אידען וואס קענען זיך נישט ערלויבען ארויסצוווארפען אזויפיל אידיש געלט און דארפען ערגיץ פליען?
און ווי אזוי גייט ער דורך די גאנצע איירפארט און ארויף אויפ'ן פליגער?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 19:03 |
|
| |
פרינצ לעבען,
גאר אסאך פיינע, ערליכע, אפגעהיטענע מענטשען פליען ארים די וועלט, זיי דינגען זיך נישט די גאנצע ביזנעס קלאס.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 19:08 |
|
| |
פרינצ לעבען,
גאר אסאך פיינע, ערליכע, אפגעהיטענע מענטשען פליען ארים די וועלט, זיי דינגען זיך נישט די גאנצע ביזנעס קלאס.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 20:19 |
|
| |
נו, אז מ'לעבט דערלעבט מען...
ווער האט א בילד? אבער א גוטס...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 23:38 |
|
| |
וואסא דיף,
איך וויל וויסן צו דו האסט אויך א דאגה מיט די הונדערטער רבי'ס וואס ווען זיי מאכן א חתונה ווארפט מען אוועק הונדערטער טויזנטער'ס אויף זייטיגע זאכן בלויז פאר די שיינקייט פון די זאך, (אדער ווי מ'רופט עס היינט פאראפאגאנדע) ווי קרוינען, לעמפלעך, טאוולען, מ'דינגט די טייערסטע זאלן, פולע בלעטער אין די צייטוגען ועוד?
און צו האסטו אויך א דאגה מיט די אידן וואס מאכן חתונה און שפענדן אויף "שמארגעסבאורד" און סוויט טעיבלס, מער וויפיל עס קאסט בי א נארמאלע מענטש די גאנצע חתונה??
און די חשובע אידן וואס ווארפן געלט אין מיסט און קויפן זיך די טייערסטע קארס.
און די וואס פארן כסדר אויף טייערע וואקאציע, גראדע - אויך מיט ביזנעס קלאס...
צו דו האסט נאר א דאגה מיט איינעם וואס "ווארפט אוועק" אידיש געלט אויף שמירת עינים?
און כמדומה לי אז נישט פון דיר האט מען געבעטן דאס געלט. ריכטיג?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 23:57 |
|
| |
פרינץ לעבן די האסט אפשר א פוינט אבער די האסט בכלל נישט ארויס וואסא דיף ער האלט אויך אזזוי ווי די שרייבסט נאר ער געט צו אז דאס איז אויך אינקלודעט מיט די אלע אנדערע רבי'ס !
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 00:52 |
|
| |
תוקן על ידי - weetabix - 23/11/2005 1:41:19
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 00:57 |
|
| |
וואסא
דער איד רצ"מ שליט"א איז נישט קיין פאהרער, ער זוכט עס נישט, ער זיצט בין כותלי ביהמ"ד אין דינט דעם רבש"ע אין מפיץ תויר"ש.
איז דא אידען וואס פילען אז עס וועט זיין זכות פאר זיי אז רצ"מ וועט קומען קיין אמעריקע אין מזכה זיין אידען מיט זיינע דרשות. זיי פילען אז דאס איז אגרויסער זכות הרבים תלוי בהם, און זענען זיך גרייט צו לאזען קאסטן פאר די מצוה כל הון.
זיי וויסען אבער אז ער איז איין איש קדוש וואס גייט נישט אויף פלעצער וואס מדארף זיך פארבונדן די אויגן. ווי די חז"ל זאגן אויף איינעם וואס איז עוצם עיניו מלראות ברע:
....אי דאיכא דרכא אחרינא רשע הוא...
זאגן זיי פאר רצ"מ קומט קיין אמעריקע אין מיר וועלן מאכן זיכער אז איהר וועט נישט דורך גיין אויף א פלאץ ווי מדארף פארמאכן די אויגן.
BTW ס'נישט אמת אז ער דינגט אגאנצע קלאס, איך ווייס פון אידען וואז זענען צוזאמען מיט איהם געפארען, זיי דינגען אפ מסתם נאר איין רייע. קאסט לאמיר זאגן לכל היותר 20 אלפים.
וויפיל חברהלייט מאכן אזוינע לוקסוס הוצאות ואין פוצה פה. א חתונה אין עדן טעראס אין וו"ב קאסט אויך אזא קיימא לן מעהר ווי אנדערשוואו , אין זיי זענען שיינע אידן (ביז מ'כאפט זיי...) , נאר ווען מוויל זיין א מזכה הרבים מיט דברי אלוקים חיים, ווערט איהר אלע גרויסע שפארערס אויפן באשעפערס געלט.
פארוואס דארף מען דאס געלט אויב נישט פאר דעהם?
תוקן על ידי - baachi - 23/11/2005 0:59:16
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 01:10 |
|
| |
מען דונגט א שורה כדברי באטשי, און דארט זיצען די וואס קומען מיט אים, עס איז בכלל נישט קיין לוקסוס. דער אויפטוה איז אז ער זיצט אין ביזנעס קלאס, און מען זיצט נישט יענעם אין ריקען, און מען קען בעסער היטען די אויגען.
ווען א איד גיט אויס געלט אויף א מצוה איז עס א גוטע זאך, נישט קיין חילוק צו די מצוה איז א זאך וואס אנדערע אידען זענען יא אדער נישט נזהר אין דעם.
דער איינציגסטע סיבה פארוואס מאנכע קריטיקירען אים, איז ווייל זיי פארגינענען נישט אז עס איז דא אן ערליכע איד וואס טוט עפעס וואס זייער רבי טוט נישט.
און לאמיר זיך נישט נארען, ווער קען זאגען אז ער איז געפארען אויף'ן עראפלאן פין דא קיין א"י און איז נישט נכשל געווארען מיט די אויגען ווערט געבעטען צו זאגען.
אגב, אז מען רעדט פין א שמאטע ארום די אויגען, איך מיין אז ר' זילבער פין סטיטשין גייט מיט א שמאטע אויף א עראפלאן.
|
|
|
|
|