ליפא שמעלצר תשס"ו, בלי עין הרע
ביי א מלוה מלכה (מקען עס אזוי אנרופען אויב מוויל...) דעם פארגאנגענעם זומער אין לעפקאוויטש קאנטרי האט ליפא געבראכן די נייעס אז זיין נייע טעיפ גייט שוין ארויס קומען בקרוב, ער האט מגלה געווען דריי נעמען און געבעטן דעם עולם זאל זאגן זייער מיינונג וועלכע איז די בעסטע, די נעמען זענען:
1. חלום חלמתי
2. תזכו למצוות
3. נישט אין שבת גערעדט
לויט ווי סהייסט יעצט גייט טאקע די טעיפ ארויס קומען שוין אויף חנוכה דאס יאר תשס"ו הבעל"ט, און סאיז א גרויסע סוד וועלכע פון די דריי נעמען וועט למעשה זיין די נאמען פונעם נייעם טעיפ, פאר רוב עולם דארט איז געפאלן די מערסטע "נישט אין שבת גערעדט" און סאיז משמע געווען אז ליפא האט טאקע דאס בדעה, אבער מיט ליפא קען מען נישט וויסן ער איז זייער נישט פרעדיקטעבל
דער עיקר פונעם טעיפ איז פארשטייט זיך נישט דער נאמען נאר די תוכן, און לויט די מבינים וואס האבן שוין געהערט שטיקלעך גייט ליפא נישט אנטוישן דאס מאל, זיין געוואלדיגע חוש פון אנפירן און צוזאמשטעלן א געלונגענע טעיפ וועט זיך פארשטייט זיך שטארק אנזען, זיין געפיל פאר קאור מוזיק און מיקס איז א שם דבר און ביי זיינע אייגענע טעיפס האט ער סיי די שליטה און סיי די רצון דאס צו טון 100 פראצענט וויאזוי ער פארשטייט
קאור איז געמאכט געווארן בעיקר אין ארץ ישראל און מוזיק דורך פארשידענע אראנדזשירער אזויווי ביי בדרך, ער גייט אויך האבן צוויי (איינס אנדערש פון צווייטן) ניגונים וואס סאיז נאך נישט געווען פון דעם סטייל בכלל אין אידישע עולם הנגינה, סגייט ווערן דיסטריביוטעד אזויווי ביז יעצט דורך לחיים (יוסף משה כהנא)
היינטיגע צייטן איז ליפא ביי זיין פריים ווי מזאגט און אויב וויל ער דאס אנהאלטן דארף ער שטארק אויסרעכענען וואס ער וויל טון, די מער ער וועט צושטעלן פארן עולם דאס וואס מערווארט פון אים די לענגער וועט ער אנציען צו זיין on top, ער ווייסט אויך ביי זיך אז ער וועט נישט בלייבן אזויווי יעצט לעולם ועד, איין טאג וועט אונטערקומען א צווייטער יונגער טאלאנט וואס וועט אים קענען לייגן אין שאטן, דערפאר וועט גאנץ זיכער זיין אסאך השקעה אין זיין נייע טעיפ כדי סזאל נישט שאטען קיין עין הרע
ווי נאר סוועט זיין מער אינפארמאציע וועט מען מודיע זיין דעם עולם בל"נ(אדער ווער סווייסט ווערט געבעטן מזכה זיין דעם עולם)
 |
|
|