| נשלח ב-27/11/2005 01:53 |
|
| |
פאר דער וואס זענען נישט אריבער דער פערדע קלאס, האט איר דא דער נוסח המכתב:
בס"ד ערב שבת קודש פר' חיי שרה תשס"ו
ביקרתי במפעלים רבים לשטיפת ירקות באמריקה,
ונוכחתי לראות ששיטות השטיפה הקיימות
אינן יעילות להסיר את כל התולעים
מעלי הירקות כדוגמת: חסה רומיין, תרד,
פטרוזיליה וכדומה, ולכן אין לאוכלם.
בברכת התורה
משה ויא
--------------------
אנטשולדיקט פאר אריין סקענען אזוי גרויס, ס'איז געוועהן א טעות.
א גוטע וואך
תוקן על ידי - עליכם_שלום - 27/11/2005 1:52:41
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2005 03:23 |
|
| |
מילא דעם צעטל.
אבער ווי קומען אריין אלע רבי'ס מיט רבנים אויף א צעטל בנוגע ווערים?
עס שמעקט מיר עפעס נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2005 05:13 |
|
| |
אוי וויי געוואלד?
איז קרויט און לעטאס יא גוט?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2005 05:43 |
|
| |
ליכטיג,
ווי האסטו געזעהן רבי'ס און רבנים?
(פליז, אויב זיי זענעל נאך נישט אינוואלווד, מיש זיי נישט אריין!)
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2005 09:04 |
|
| |
די בריוו הענגט אויף די גאס, ס'האט חתימות פון זייער אסאך רבנים און אויך רבי'ס. ספעשל פון בעלי מכשירים. (איך געדענק אויסנווייניג די בעלי הכשר: ר' הלל וויינבערגער, הרב בלומענקראנץ, הרב גארניש ועוד)
לויטן צעטל זענען אלע "חסה" לעטוס, פול מיט ווערים, אפילו ווען ס'האט זייער א גוטן הכשר. (אויסער דאס וואס קומט פון GREENHOUSE.)
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2005 09:06 |
|
| |
SHULEM ALACHEM PLEASE MINIMIZE AND POST IT AGAIN I CANT READ IT LIKE THIS
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2005 19:37 |
|
| |
אויף די צעטלעך זעט אויס בפירוש אז אויף לעטעס איז נישט דא קיין פראבלעם, נאר אויף ראמען לעטעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2005 00:47 |
|
| |
איך פארשטיי עפעס נישט,
אויב די בעלי מכשירים האבען ביז היינט געגעבען א הכשר שלא כדין אויף ראמאן לעטאס, פארוואס זענען זיי באגלייבט לגבי די אנדערע פראדוקטען?
בלומענקראנץ שרייט שוין לאנג אז פארשידענע קאמפאניס טויגען נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2005 00:52 |
|
| |
מוזט נישט אריינמישען סאטמאר איבעראל
תוקן על ידי - allnewspic - 01/12/2005 4:00:25
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2005 00:56 |
|
| |
איך פארשטיי נישט די גאנצע זאך
1) דער הרב גארנישט (ועוד) גיט דאך אליין א הכשר, זאל ער שרייבן א צעטל "הוסרה ההשגחה"
2) ווי קענען דיינים ווי ר' פישעלע זאגן אז א צווייטנס הכשר טויג נישט? מען רעדט דאך דא פון "בודק" אויך, שטייט "תרד" וואס מרופט היינט אהן spinach , האט מען גערופען דעם רב גיזינגער און דן געוועהן בפניו.
3) סמיר נישט מסתבר אז מען האט אזוי פיהל חתימות צוזאמען דגענומען אין אזא קורצע צייט.
4) ווער איז דער וואס איז פאראנטווארטליך אויף די צעטלעך? איז דאס נישט א צווייטער איסור אויף קאמפיוטערס?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2005 02:04 |
|
| |
עפעס מעג דאך "כשריקע" אויך אריינרעדן דא,
אויף די צעטל זעה איך חתימות פין רבנים, רובם זענען בעלי מכשירים,
אין דער ר' משה וויא איז א באקאנטער פיגור אין עולם התולעים, ער האט געמאכט אפאר ספרים אין די הלכות מיט בילדער,
ווי עס זעט אויס פין די צעטל מיט די אלע רבנים, רעדן זיי נאר פין ראמעין לעטוס מיט בעיבי ספינעטש,
סאיז משמע אז די אייזבערג לעטוס וואס בודק פארקויפט איז אפשר יא בסדר, בפרט אז ר' הלל וו"ב האט געחתמעט, איז משמע אז מרעדט נישט פין בודק, ווייל ער איז דאך דארט א בעל מכשיר
אינטערעסאנט, אינטן פין קול קורא איז געחתמעט א בעל מכשיר פין פרעש עקספרעס, ווי ער איז מוסר מודעה אז ער נעמט אראפ די השגחה פין יענע קאמפעני, זעעט אויס אז סהאט עפעס מיט דעם שייכות, כהאב שוין פין לאנג געהערט מרנן זיין אויף פרעש עקספרעס
תוקן על ידי - כשריקע - 28/11/2005 2:04:31
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2005 02:35 |
|
| |
מילא די רבנים המכשירים, אבער וו קומען די אלע רבי'ס און רבנים וואס זיצען אויף אלע אבן הפינה'ס אויף דעם צעטל?
איך מיין אז עס איז גרינגער ארויסצונעמען היינט די חתימות ביי זיי ווי איידער א חתימה אויף א טשעק פון 18 דאלער.
עס פארגייט דעם אפעטיט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2005 03:01 |
|
| |
עפעס איז פאני און פישי.
לגבי די בעלי מכשיר, לכתחילה מאי קסבר?
און וואס איז יעצט געשעהן, פרעשור?
איז ממש דא ווערים?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2005 04:06 |
|
| |
אלס איז ביזנעס עס זענען פארהאנן דיעות אז אפילו קראוט מיט ווערעם קען מען עסען.
טו וואס איז דער סקאנדאל אויב מ'טרעפט ווערם איך האב געטראפן א פיצעלע ווערם קריכען אויף דעם פלעסטיג פון מייט שבת טיש קריכען נעמען מיין שטיקעלע קויליטש.
האב איך געגעבען א בלאז און ס'איז נעלם געווארן. ס'קען זיין אז עס איז געפלויגען איבער די ברענעדיגע ליכט און טויטער הייט אריינגעפאלען און מיין ווייב'ס גאלדענע יאך?
מי יודע?
TRUE STORY
אבער לענין די שאלה איז אויב דער רב ויא האט געטראפן ווערים זאגט ער דען אז עס איז "אסור" אדער אזא פאראווע לשון אז מ'זאל עס נישט נוצען?
מיר זענען דאך אלע עמ-הארצים צו אונז קען מען רעדן לשונות וואס זענען אויס געשטעלט פאר 'נשים ועבדים וקטני הדעת'
וכבוד הרבנים הושפל עוד דרגא
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2005 04:45 |
|
| |
Stop with letzunes when dealing ith 6 times pig each...
|
|
|
|
|