|
|
| נשלח ב-28/11/2005 06:19 |
|
| |
I am VERY serious
צו שרייבען "ולכן אין לאוכלם" איז ליצנות, ובמחילת כבוד הרב ויא שיחי' לעולם ועד
אויב טאקע מ'רעדט פון 6 לאוין איז דאך עס "אסור" 6 מאהל פארוואס נוצט ער דעם פאראווע לשון?
מעג איך האבען מיינע חששות אז מ'רעדט אפשר דא נישט פון קיין איסורים נאר פון 'חומרות'...
דער דרך פון שרייבען 'כרוזים' בנוסח הפויפסט [בלי טעם] איז אימפארטירט פון ארץ ישראל... נוסח 'שייטל' , עירוב , כו' כו'
זאל ער שרייבען פארוואס עס איז נאר 'אין לאוכלם'
איז עס אפשר ווייל מעיקר הדין קען מען מתיר זיין?
איז עס אזוי ווי קרויט וואס די צדיקים עסען נישט און ווי א סאך ספרים שרייבען טאקע אויף קרויט "ואין לאוכלם" אבער וויבאלד איך עס יא קרויט מעג איך נאך אלס עסען הנ"ל?
זאל מען זאגען!
נישט א יעדער דא איז א 100%טיגע עם הארץ איך האלט אז איך בין נאר א 95% עם הארץ
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2005 07:26 |
|
| |
איז מארגען ווען איך גיי קיין מענדאלסאהן קויפען מיין טעגליכע פלאפעל, מעג איך אדער נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2005 07:26 |
|
| |
יוסי
הלכה כר' יוסי... מחביריו אפילו יחיד כנגד רבים, מכיוון דנימוקו עמו
ומכלל הן אתה שומע לאו, אויף די אלע גזרת הכתוב'ס מיט די טעמים כמוסים, מיט די אין מגלין אלא לצנועים'ס.
די תורה האט מען געגעבן בקולי קולות, האסט וואס צו זאגן זאג!
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 01:13 |
|
| |
HOT! HOT! HOT!
שמעתי מאחד הרבנים החתומים על הקול קורא
מען מיינט בכלל נישט "בודק". סאיז כשר כבראשונה.
מען מיינט די פרישע לעטוס פון DOLE מיטן הכשר פון STAR K
נאכאמאהל "בודק" איז כשר.
אויפן בי"ד של מעלה וועט איהר זאגן: שמעתי מ"באטשי",
וועט אייך תיכף דער גיהנום שמש אפלאזען,
און איבער געבן פאר דעם מלאך הממונה על השוטים.
ליתר שאת
CHECK IT OUT WITH YOUR LOCAL RABBI
הק' באטשי בן עמבער ושם אמו אוניו מגליל התחתון
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 01:27 |
|
| |
איך האב שוין ארויסגעגעבן דעם ארדער ביי מיר אין שטוב אז די ראמען לעטוס מעג מען מער נישט קויפן! און אלעס וואס איז דא האט מען אוועקגעווארן.
אז די רבנים הייסן נישט עסן, עסט מען נישט!
כאטש איין ניק שרייבט אויף א צווייטן ניק הלכה כמותו קעגן רבנים.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 01:55 |
|
| |
KJ
ניין דער הלכה איז ווי דער נודע ביהודה!
שו"ת נודע ביהודה מהדורה קמא - יו"ד סימן כז ד"ה מכתבו הגיעני
מכתבו הגיעני על דבר התולעים הנמצאים בקמח הנה להפוסקים בסעיף ד' שאין לחוש שמא פירש אין כאן חשש אלא שהכריע שם להחמיר ונוכל לומר שלא הכריע להחמיר רק בתולע עצמו שהוא איסור דאורייתא אבל התערובת הוא איסור דרבנן שמן התורה גם בריה בטלה. אלא שלפי כלל, הס"ס כיון דקודם שעשו ממנו לחם הוא תליא בפלוגתא והוי ספק דאורייתא שוב לא מהני מה שנתערב בלישה ואפיה וכמבואר בכלל הראשון בכללי הס"ס להש"ך. אבל אם לא נודע התולעת עד לאחר האפיה יש להקל בהפ"מ ואם הקמח מונח בכלי הפרי חדש מיקל לגמרי. אך אף דמסתבר טעמיה אין להקל נגד שאר הפוסקים שכולם מחמירין אבל בצירוף קולא הנ"ל בספק אם פירשו כלל עכ"פ אין למחות במי שמיקל. ולכן כללא דמלתא אם הקמח מונח על הארץ יש למחות ולאסור אבל אם מונח בכלי מי שבא לשאול יאמר רוב הפוסקים מחמירין ואם אעפ"כ ירצה השואל להקל לעצמו לא ימחה בידו ק"ו שא"צ לדרוש ברבים לאסור. ועכ"פ ידרוש שאין חיוב לבדוק מתחלה כלל. ולרוב הטרדה אקצר ובזה שלום.
קלארע דברים וואס מ'קען זעהן פון דעם קליינעם תשובה.
אפילו ביי אזא דבר חמור ודאורייתא ווי תולעים אויב עס איז דא אפילו איין דעה און רוב פוסקים האלטען נישט אזוי דאך טאר מען שוין נישט דרש'ענען ברבים לאסור!
מי יגלה עיני הקדוש ("דער לאנגער שווארצער" כינוי הבעש"ט הק') בעל נו"ב זצוקלה"ה אין זעהן די היינטיגע מוחים.
KJ אפשר קענסטו מיר געבען צו פארשטיין פארוואס איז דער התאחדות שטיל?
פאר וואס האט נישט דער קול קורא דעם חתימה פון ר' אהרן טייטלבוים?
פאר וואס איז ר' ז"ל חתימה פאר ר' פישעל'עס נאמען?
איך האב מיינע חששות אז די רבנים דא זענען אריין געשלעפט געווארן דורך פיפיגע יונגען, ווייל אין דער סדר החתימות איז א לימוד פאר זיך
און איך מיין אז דאס אלעס ווערט און געפירט מיט אנדערע חשבונות.
איך וועל ווייטער עסען נאר מיט א גוטע הכשר וזה הכל
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 02:00 |
|
| |
yochee
איך בעט דיר: טו דאס נישט. די רבנים וועלן דאך צעקראכט ווערן אז דו עסט תולעים ח"ו...
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 02:07 |
|
| |
יוחי
איך גיי מיט נישט אריינלאזן אין דיר אין וויכוחים, כאטש איך האב אפאר גוטע פראגראמען וואס איך קען צוזאמען קלאפן פארשידענע מראי מקומות אויף דעם ענין.
דער סך הכל איז, ביי מיר, אזוי האט מיך מיין טאטע אויסגעלערנט, אז רבנים זאגן מען זאל נישט עסן עסט מען נישט, מען זוכט נישט צו זיין קלוגער.
איך האב נישט קיין טענות אויף דיר, דו ביזט אפשר נישט קיין אונגארישער, קען זיין דיין טאטע האט דיך אויסגעלערנט אז ווען רבנים הייסן נישט עסן עסט מען יא!
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 02:17 |
|
| |
יוסי
דא יורסעלף א פעיוואר
רוף אפ איינער פון די רבנים החתומין על השטר, וועסטו קלוגער ווערן און פאסטן איין אינטילעגנטע תגובה כדרכך.
וועסטו זיך נישט דארפן קריגן מיט קיין פייערלעשער צו זיין טאטע קען מעהר לערנען ווי דער נודע ביהודה.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 17:04 |
|
| |
יוסי
ס'נאר ביי דרבנן'ס נישט ביי דאוירייתא'ס ווי תולעים מיט בחירות, ומעשה רב
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 18:07 |
|
| |
אמע"כ הרבנים הגאונים יושבים על מדין פה היידפארק שליט"א
פארגאנגענע וואך בין איך געפארן מיט א היטש פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק פארציילט מיר דער מנהיג אז ער איז געווען ביי ר' יחזקל ראטה שליט"א און דארט איז פארגעקומען א שטורעמישע מיטונג פון רבנים איבער ווערעם אין די קרויט מ'האט געעפענט איין פעקעל נאכן צווייטן און אלעס איז געווען ווערעמיג, אלע זענען געווען פרישע פעקלעך פון DOLE, און פון פרעש עקספרעס.
דער בעל מכשיר פין פרעש עקספרעס האט זיך דארט אפגעזאגט פון די השגחה.
היינט איז שוין דא פרישע צעטליך פון ר' הלל וויינבערגער פון התאחדות און פון רב בעלסקי פון OU אז בודק איז כשר און דער איסור איז נאר אויף LATTUCE FRESH ROMANE .
יוסי,
איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט?
דער נודע ביהודא פסקנט אז מ'מעג עסען ווערים?
דא איז נישט דא קיין מחאה נאר להסיר מכשול פאר דעי וואס האלטן אז עסען ווערים אז א דאורייתא.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2005 01:33 |
|
| |
יוחי, נעם נישט מיינע ווערטער פרעזענליך, איך מיין לטובתך,
דיין אחריות איז גרויס, גיב בעסער אכטינג אויף דיינע ווערטער, דו ווילסט נישט האבן די אחריות פין יודן וואס עסן ווערים ציליב דיין אוועקמאכן א קול קורא,
אין אדם חוטא ולא לו, דו וועסט גארנישט האבן דערפון,
דער פאקט איז אז די זעלביגע רבנים וואס גיבן די השגחות אויף די זאכן, די זענען די וואס אסרן יעצט, איז ליצנות זיך צי פארלאזען אויף זיי ווען זיי גיבן יא די השגחה, אין ווען זיי זאגן אסור זאל מען זיך אויסלאכן,
סתם אזוי ווייס איך פאר א פאקט אז אב"ד קארלסבורג שליט"א פארפירט שוין א לאנגע צייט אויף צוויי קאמפאניס וואס פארקויפן ווערעמיגע קרויט
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2005 01:58 |
|
| |
כשריקע,
וואס פארשטייסטו נישט דא?
ווי קומען אריין די רבנים וואס זענען "נישט" בעלי מכשירים אויף'ן צעטל?
און אויב האבען זיי געזוכט אלגעמיינע שטאט'ס רבנים, מיט א ריינע כוונה, וואלט דער רשימה זייערע אויסגעזעהן גאר אנדערש.
|
|
|
|
|