בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

שוין ווייטער מיט די ווערים...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/11/2005 02:21 לינק ישיר 

כשר

דא פארדינסט נישט קיין ענטפער.

די האסט נישט געליינט א ווארט וואס איך האב גשריבען אדער האסטו נישט משים לב געוועהן.

איך וועל אזוי פוהל כבוד געבען דיין תגובה ווי די צו מיינע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2005 08:54 לינק ישיר 

איך האב יעצט געגעסען פאמפקין סידס און באמערקט א לעבעדיקע ווארעם קריכען אין די הויפען שאלאכטץ אויפן טיש, איך האב מיך גוט פארעקעלט. הזהרו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2005 03:10 לינק ישיר 

אין די צייטונגען די וואך איז געדרוקט אלע 3 מודעות וואס יוסף נפתלי האט ציטירט:

1) א גרויסע קול קורא אז מען זאל נזהר זיין פון עסן Romaine Lettuce,
2) א מודעה אז מען האט אראפ גענומען די הכשר פון Fresh Express,
3) א מודעה אז בודק איז יא כשר.

והכל על מקומו יבוא בשלום.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2005 08:21 לינק ישיר 

װייסט אפֿשר איינער װאס די מעשה איז מיט dole װאס האט די הכשר פֿון װאשינגטאָן הייטס און הרב גרובער שליט״א?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2005 20:09 לינק ישיר 

יוחי,

איך האב גיט דורכגעליינט דיינע תגובות,

אפילו דו מיינסט מן הסתם גארנישט שלעכט, קען אבער דער לייינער פארשטיין אין ארויסנעמען קולות לגבי די גאנצע ענין פין תולעים אין קרויטן, אין באקימען א לייכטזיניגקייט צי די קול קורא'ס פין רבנים המכשירים,

יוחי, גארנישט פערזענליך

זשיד,

ווי איך פארשטיי זענען די אנדערע אינטערגעשריבענע רבנים געווען פארמישט נאך בעפאר מהאט ציזאם געריפן א אסיפה מיט די מכשירים,

איך האב שוין געהערט פין די שערוריה אפאר וואכן צוריק, סאיז צים ערשט געליגן אויפן טיש ביי סתם רבנים מורי הוראות מיט עסקנים,

דערנאך איז געלונגען ציזאם צו ברענגען די אלע מכשירים מיט די אנדערע רבנים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2005 20:45 לינק ישיר 

ווער ווייסט,

אלע Romaine Lettuce דארף מען בודק זיין DOLE אויך אפילו מיט די השגחה

בודק מאכט עס נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2005 20:54 לינק ישיר 

דו וויסלט זיך פארענפערן פאר מיר אז דו האסט טאקע משים לב געוועהן, דיין חשש איז אז אנדערע וועלען נישט און מ'וועט עסען ממש ווערים בעין OK

איין מינוט

קודם לאז מיך פארברענען מיין נודע ביהודה... OOOPS מיין נודע ביהודה קען איך פטור ווערען וואס וועט זיין מיט אלע וואס האבען דעם נו"ב.. אוי א בראך!


כשריקע
הער גוט! ב"ה פאר דעם אינטערנעט, ,כל מה שברא הקב"ה בעולמו לא ברא אלא לכבודו! דא קען מען מגיב זיין אהן קיין הטרדות פון אזעלכע ווי דו

1) מ'טאר נישט עסעס ווערים!

2) מאכלים וואס קענען האבען אין זיך ווערים איז אמאהל אסור צו עסען צוליב א 'חשש' (נאר אויב עס איז דא א חשש אז דער ווארים האט רומש געוועהן על הארץ אויב באמת ס'איז נולד געווארן במקומו דאמאלס יאכלו ענוים וישבעו!) אפשר איז דא אין דעם תולעים

אבער א 'חשש' תולעים איז נישט 'תולעים' ווער עס ווייסט נישט דעם חילוק איז כדי ער זאל מאכען א שיעור אין לימוד הלכות

3) אויב ווערים איז נישט המיעוט המצוי קען מען עסען אהן בדיקה, פאר דעם מעג מען אריין בייסען אין א CHERRY ווייל בימינו איז ווערים אין טשעריס נישט מצוי

4) סאלאט איז דא א חשש אז ווערים איז יא 'מצוי' און אויך איז דא א 'חשש' אז די ווערים זענען קודם געוועהן רומש על הארץ איז כדי פאר א ירא שמים אז מ'זאל עס גוט בודק זיין אדער קויפען נאר מיט א גוטען הכשר!

5) וויבאלד אויב איינער האט א סאך סאלאט קען מען איהם מתיר זיין נאר בודק זיין א פאר בלעטעליך (RESTURANTS וכדומה) איז כדי פאר א ירא שמים מברר זיין צו מ'האט עקסטער בודק געוועהן יעדעס איינציגע בלעטעל, ווייל על פי הדין איז מען דאס נישט אלעמאהל מחיוב צו טוהן.

ועכשיו
נאר א פאר שאלות פאר דו וואס טראכטען אהאהל איבער אונזערע חרדישע גזעלשאפט.

א) אויב מ'האט אראפ גענומען דעם הכשר וואס דארף מען א קול קורא פון א 'טייל' רבנים? איינער קויפט דען אהן א הכשר סאלאט?
ב) ווער האט באצאלט פאר דאס אריינלייגען אין די פרעסע [המודיע, דער איד, בלאט,...]?
ג) איז געוועהן אן אסיפה 'מכל החותמים'?
ד) איז אפשר איינער ארום געלאפען פון איין רב צום צוויטען [כדרך רוב הקול קורא'ס] זאמלען חתימות?
ה) ווי אזוי באקומט מען א מקום חתימה בקול קורא הזה, האט איינער מחליט געוועהן דעם רב יא דעם רב נישט?

איך האב כהתגובה הנ"ל מיינע אייגענע טיאריעס ווי אזוי אזעלעכע זאכען ווערען געבאקען ביים חרד'ישער ציבור.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2005 21:05 לינק ישיר 

דאס איז די אונטערשטע שורה,

דו רעדסט פין טעאריעס, אין איך רעד פין פאקטן,

חוץ מזה רוב עולם איז נישט אזוי בקי אין קיין נודע ביהודה, אין אוודאי נישט אין מער פרטים, מגייט צי צי זאכן זייער גראד אין פלאך, דו ביסט מן הסתם מער בקי אין די קליינע אותיות ווי סתם המון עם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2005 21:23 לינק ישיר 

יוסי אבי געשאסן
די מאכסט הנחות אהן בעקאפ


3) אויב ווערים איז נישט המיעוט המצוי קען מען עסען אהן בדיקה, פאר דעם מעג מען אריין בייסען אין א CHERRY ווייל בימינו איז ווערים אין טשעריס נישט מצוי


ווערים אין טשעריס בימינו איז יא מצוי און פאר דעם טאר מען נישט אריין בייסען אין א CHERRY פרעג די משגיחים פון די CANED CHERRYS


4) סאלאט איז דא א חשש אז ווערים איז יא 'מצוי' און אויך איז דא א 'חשש' אז די ווערים זענען קודם געוועהן רומש על הארץ איז כדי פאר א ירא שמים אז מ'זאל עס גוט בודק זיין אדער קויפען נאר מיט א גוטען הכשר!


אויף סאלאט איז נישט קיין חשש, עס איז מצוי.


5) וויבאלד אויב איינער האט א סאך סאלאט קען מען איהם מתיר זיין נאר בודק זיין א פאר בלעטעליך (RESTURANTS וכדומה) איז כדי פאר א ירא שמים מברר זיין צו מ'האט עקסטער בודק געוועהן יעדעס איינציגע בלעטעל, ווייל על פי הדין איז מען דאס נישט אלעמאהל מחיוב צו טוהן.


עס ווערט בחזקת אינו מתולעים וואס על פי דין איז דאס גענוג פארדעם איז כדאי פאר א ירא שמים מברר זיין צו מ'האט עקסטער בודק געוועהן יעדעס איינציגע בלעטעל

און צום לעצט זע איך אז די לייענסט נישט מיינע תגובות

ג) איז געוועהן אן אסיפה 'מכל החותמים'?


דער תירוץ איז יא
אזוי ווי איך האב געשריבן בבית מדרשו של הגר"י ראטה שליט"א.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2005 22:08 לינק ישיר 

מצורף קובץ

WOW SOMEBODY IS ANGRY

איך האב נישט צייט אין כח איבער צוגיין נאכאמאהל איבער אלעס.

אבער פטור בלא כלום א"א ...

יוסף נפתלי
HERE IS BACKUP
טשעריס דארף מען נישט בודק זיין בזמה"ז "על פי דין"

הנה קטע מספר "הכשרות" (ר' יצחק יעקב פוקס) בהסכמת ר' ש.ז. אויערבאך, הרב וואזנער. הרב משה הלברשטאם.. וכו' וכו'

נ.ב.
דובדבנים איז CHERRIES אויף עברית
איך האב עס נאכגעקוקט ביי דער לינק
http://milon.morfix.co.il/

PSSSST
ר פישעלע מיט ר' זלמן לייב מיט קאשויער רב זענען געווען ביי ר' יחזקא' ראטה?
WOW ANY PICS?


תוקן על ידי - yohcee718 - 01/12/2005 22:10:12



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2005 22:17 לינק ישיר 

טשעריס? אפשר אין א"י דאהי נישט
און אפילו דארט איז א גרויסע קשיא אויף מיין עלטער באבע וואס האט מיר אהנגעזאגט קיינמאהל נישט אריין בייסן און א טשערי ווייל זיי זענען ווערעמיג.

אבער וואס איז מיט LETTUCE? מאבסט דערפון אז עס איז נאר א חשש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2005 23:36 לינק ישיר 

די לייענסט נישט וואס איך שרייב

בזמה"ז איז נישט דא דיין עלטער באבע אין איך אליין אין מיינע יונגע יאהרן געדענק איך גוט די ווערעם אין די קארשען.

אבער אמעריקע און PATHMARK ווילען נישט קויפען קיין ווערימיגע CHERRIES ממילא איז מער נישט דא!

קענסט קויפען 100 באסקעס אין דו וועסט נישט טרעפען איין ווארעם!

IT"S THAT SIMPLE
I'm still very curious if we will see a picture of Belsky and Reb fishele by R. Y. Roth.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2005 23:54 לינק ישיר 

OOOPS כ'האב פארגעסען צו ענפערען איבער דעם ווארט 'חשש'

איך זעה אז מיר טענה'ען זיך איבער SEMANTICS דהיינו שימוש הלשון.

OK א בהמה וואס מ'שחט כשר וישר דארף מען מאכען א בדיקת פנים ווייל עס איז דא א 'חשש' אז דער בהמה האט א סירכא וואס קען זיין טריפה.

איינער וואס עס אהן בדיקה דארף ער 'חושש' זיין אז 'אפשר' האט ער גע'עסן נבילה.


OOOPS וואס איז מיט לעטוס ...איז סתם א חשש? אזא פלעין פשוט'ע ווארט 'חשש'???


יא א 'חשש' ווייל ביז ווילאנג מזעהט נישט דעם ווארעם בעין איז עס א 'חשש' און ווען עס איז דא א 'חשש' איז אסור צו עסען אויב ווערעם זענען מצוי

אויב איינער עסט לעטוס בלי בדיקה דארף 'חושש' זיין אז אפשר האט ער גע'עסן א ווארעם א בריה וואס האט רומש געוועהן על הארץ און ער דארף תשובה טוהן על ה'חשש' שאכל.
GOT IT?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2005 06:52 לינק ישיר 


יוחי

איך בין מקנא דיינע נערווען! הלואי מיין א ב רבי, האט צו מיר אזוי פיל געדולד...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2005 17:11 לינק ישיר 

תורה הוא ולימוד הוא צריך!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > שוין ווייטער מיט די ווערים...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.