בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אומפאטירט מנהגי הגר צו אנדערע בתי מדרשים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/11/2005 23:17 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/11/2005 23:54 לינק ישיר 

דער דאזיקער כוי (גראמט מיט "צבי") שיינט מיר צו זיין א נאסער בעל תשובה פון פרייע פוילישע עלטערן, וואס האט לעצטנס באשלאסן איבערצופרישן זיין וועסט סיידער אידיש וואס איז איהם געבליבן פון גירסא דינקותא. איך מיין ער באנוצט זיך מיטן מתרגם פון גוגל אויף אנצוקלאפן זיינע דרשות.

אפשר קענסטו מיר טייערע ראצער מפרש זיין דאס ווארט "לאפעצען" אדער "לאפאצען".

הארעפאשניקעס ווייס איך יא וואס מיינט (דער אלטער פארוועטס פךעגט דאס אסאך נוצען), אבער איך פארשטיי נישט ווי סקומט אריין דא אין פארום?

האסט געקויפט א לאנג ווארט ערגעץ, און דו זיכסט צופארשטאפן אלאך דערמיט.

האצלאחא!

תוקן על ידי - baachi - 27/11/2005 23:54:30



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2005 00:05 לינק ישיר 

גראמט מיט צבי?!

פארוואס מישט מען מיר אריין אין דעם געשיכטע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2005 01:01 לינק ישיר 

TZVI

געמיינט האב איך וואס די גמרא זאגט דעם צבי הבא על התיש, טאמער דו ביזטו דאס דער יעניגער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2005 01:07 לינק ישיר 

דער ראצער איז ווי עס קיקט אויס א היימישער מארץ הגר, אין פרובירט זיך צי מאכן זיס, אין ברענגט כסדר פרישע פראוואקאציעס,

ער איז גיט אנגעליינט מיט די אלטע יודישע ביכער ווי פין שלום עליכם אין פארווערטס, אין פרובירט צי קאפירן זייער אנגעזעצטע יודיש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2005 02:13 לינק ישיר 











נישט קיין חילוק פין ווי דער ראצער שטאמט אונגארען פוילען רוסלאנד אדער גאר פין וועסט סייד ביי דע קארליבאך שול איז איין זאך קלאר ער וויל דוקא טשעפענען מיט אלע שרייבערס דא אין אינץ לאמיר זיך ווי נערנים אבער פין היינט אין ווייטער זאל מען נישט ליינען זיינע שטותים אן נישט שרייבן אין זיינע אשכולות אין אזוי וועט ער מיט דע צייט נעלם ווערן



ראטצער ווער נעלם פון דא











דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2005 02:17 לינק ישיר 

באטשי
האסט א פוינט וועגען זיין וועסט סייד גוגעל אידיש אבער דו האסט זיך אנגעכאפט אויף נישט קיין גוטע ווארט.
איך האב ערגיץ וואו אוועקגעלייגט דער ביכעל וואס דער איד האט ארויסגעגעבען, אדער נאך מענדעל וועכטער אדער נאך וואס מ'האט די לובאוויטשער באפאלען און ס'שטייט דארטען לאפעצעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2005 04:10 לינק ישיר 



גראדע באטשי לעצטע וואך האט דער בלאט געניצט דע ווארט לאפאצאן - מיט א ''א'' - אין דע טריביון פין הצלת רבינו קען זיין אז ראטצער אז גאר א שרייבער אין דער בלאט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2005 07:42 לינק ישיר 

טייערער ראצער

איך זע אז דו האסט ליעב קלאסיש קאלעזדש אידיש

דו שרייבסט צווישן אנדערע:

און דערנידערן און טרויטן אויף אנדערע צוליב וואס זיי האבען זיך ניט אונטערגעבויגן צו די לאפעצן און האַרעפאשניקעס

האוז אבאוט

און דערקייקאליטשען און קראמפירען אויף מאנכעוויסטע צוליעב די אורזאכציג וואס זיי פארגלינגען מיטאמאהל זיך נישט אראפצוקנויטשעווען צו די לאפאהורעפאציגס און פארשאנאפאפיראסעס

אויב דו מאכסט שוין אייגענע ווערטער, לאז שוין זיין האקעדיקע קליגענדיגע פויגלעדיגע - דריי-דאלער-א-אשטיק-דיגע- ממש פון די אפטייק ארויס.

האצלאחא!

פארגעס נישט צו געבן דיין חודשדיגען קוואדער פאר צעדאקא פאר די האצאלא.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2005 07:52 לינק ישיר 

ווען וועט שוין איינער אמאל לאזן וויסן פאר ראצער אז ער רעדט דזשיבעריש (gibberish), נישט ענגליש און נישט אידיש, נישט אונגאריש און נישט פויליש, נאר אבי געשאסן ווערטער וואס קלעבן נישט איינס צו די אנדערע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2005 04:23 לינק ישיר 




שכויח ראצער פארן ענטפערן די פראגע.



קוילעטש ווייס איך שוין, יעצט וואס מיינט קאפויטש ?...



באטשי ;
וואו האט ראצער געשריבן די ווערטער וואס דו האסט אויסגעלייגט : פארשנאפאפיראסעס וכדו' ?




אגב, דוכט זיך אז דו ווייסט אויך וואס דאס מיינט







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2005 05:18 לינק ישיר 

יעדע מאל אינזער שונא ראצער גרעבסט עפעס ארויס פון זיין שווערן שבת'דיגן טשאלענט. דארפען מיר שפרינגן ווי פערד ?????????? (בתמי')



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2005 17:01 לינק ישיר 

גישמאקער

ביז אהין פארשטייסטו יא?


איך זעה אז דו ביזט טאקע פון ארץ הגר איך האב נאר געוואלט מעורר זיין ראצער אז טאמער איז ער מחדש ווערטער, זאל ער זיי שוןי מאכען באמבאסטיש (לוק איט אפ) אין איך האב איהן געגעבן א מוסטער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2005 18:54 לינק ישיר 

ווען ראצער וויל נאכמאכען מענדעלע מוכר ספרים האט עס אזא פנים ווי ווען א גוי לערנט ברטנורה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 22:05 לינק ישיר 








איצטער געפינען אן ארטיקעל אין "אלגעמיינער זשורנאל" איבער אן ענדליכן נושא.







ווער האָט אייך געגעבן אַ רעכט מאַכן אַ חילול השם אין נאָמען פון חסידות?






הרב פינחס וויליגער





איך וויל היינט ריידן וועגן אַ פּירצה. כלומערשטע פרומע, חסידישע אידן, זענען מסוגל אין זייער בלינדע קנאות עובר צו זיין איסורים מן התורה און אַלס אינעם נאָמען פון קדושה און טהרה...






אָבער לאָמיר פריער אָנהויבן מיט אַ מעשה:




אַ געוויסער ראש ישיבה פון ארץ ישראל האט אמאל אנגעשריבן אן ארטיקל אין א זשורנאל, אין וועלכן ער האט קריטיקירט דעם ליובאוויטשער רבי'ן זכרונו לברכה וועגן אַ געוויסן ענין.





מיט א צייט שפעטער האט ער איינגעזען אז ער האט זיך טועה געווען אין דעם. בעת ער איז געווען דעם נעקסטן מאל אין ניו יארק, האט ער אפגעהאלטן א באזוך ביים רבי'ן, און האט פון אים געבעטן מחילה. ער האט געזאגט צום רבי'ן: ''איך האף אז דער רבי האט ניט מקפיד געווען אויף מיר''.





דער מנהיג פון חב''ד האט אים געענטפערט: ''גלויבט מיר, אז איך האב ניט קיין צייט מקפיד צו זיין אויף א צווייטן אידן''.





איך גלייב אַז דער רבי האָט באַזירט זיינע ווערטער אויף די גמרא אין עירובין דף נד ע''א: אמר ליה שמואל לרב יהודה, שיננא, חטוף ואכול חטוף ואשתי, דעלמא דאזלינן מיני' כהלולא דמי''. זאָגט רש''י: ''כהלולא דמי, היום ישנו ולמחר איננו''. עס איז ניטא קיין צייט פאר זייטיקע שטותים.






פאַרוואָס שיננא?




וואס מיר דארפן פארשטיין איז פארוואס האט שמואל געזאגט דעם געדאנק דווקא פאַר ר' יהודה און אים אָנגערופען דערביי ''שיננא'', שאַרפער. עס זעט אויס אַז ניט יעדערער איז מסוגל צו פארשטיין דעם ענין פון חטוף ואכול חטוף ושתי, ווייל עס זיינען דא מענטשן וואס זייער קאָפּ ליגט אין קאַלאָשן, זיי זיינען פארנומען מיט שטותים, נאַרישקייטן און פאלשע אידייען. זיי ריידן זיך איין אז אין דעם ליגט שפּיץ פרומקייט. אין זייער פרומקייט זענען זיי מסוגל עובר זיין אויף די הארבסטע עבירות ווי חילול שבת ויום טוב, אדער גניבה, גזילה, ווער רעדט נאך אויף המלבין פני חבירו ברבים.




אויף זיי זאגט שוין דער נביא: הלוא אותי עזבו, הלואי מען זאל מיר אפלאזן, זיך נישט אננעמען אויף מיין כבוד, דער עיקר איז אז ותורתי שמרו, מען זאל ניט עובר זיין אויף א קוצו של יוד פון די תרי''ג מצות!





אויף די גרופע חסידים זאגט שוין די גמרא אין מסכת שבת (דף קכ''א ע''ב), ואותן חסידים אין רוח חכמים נוחה מהם, זאָגט רש''י ''ואותן חסידים השונאים אותו על כך אין רוח חכמים ערובה עמהם''.




לאָמיר געדענקען אַז אויך לבן איז געקומען מיט אַ פרומע טענה ''לא יעשה כן במקומנו'', אָבער די תורה זאגט עדות, אז ער האט ניט געמיינט וואס ער האט געזאגט. נאָר ''ארמי אובד אבי'', לבן בקש לעקור את הכל'', דער לבן איז געווען פול מיט רשעות מתחילתו ועד סופו.




איצט וועט מען פאַרשטיין פאַרוואס ''אמר ליה שמואל לרב יהודה שיננא חטוף ואכול וכו''', ווייל נאָר אַ שיננא, אן אמתער חכם, פאַרשטייט וואס איז וויכטיק אויף דער וועלט. אבער די פוסטע נארישע מענטשען וואס זיינען מבלי העולם, וואָס זייער קאפ ליגט אין די קאלאשען זיי קען מען ניט זאגען חטוף ואכול וכו', נאר אדרבה שב ואל תעשה עדיף, שינת רשעים נאה להם ונאה לעולם.




איך האב אמאל געזאגט בדרך הלצה אז ר' יוחנן האט געזאגט ולואי יתפלל אדם כל היום. פאַרוואָס? עס זענען דאָ אַזעלכע וואָס בין אדם למקום דאַוונען זיי און זיי שאָקלען זיך, נישט שייך צו זאָגן, ''שקול ישקל ואינו יודע שהוא נבילה''. בין אדם לחבירו זענען זיי געפערלעכע יונגען. אָבער לכל הפחות אין יענער צייט וואָס זיי דאַוונען טוען זיי נישט וויי אַן אַנדער אידן און זענען ניט גורם א חילול השם.





http://www.algemeiner.com/generic.asp?id=799




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אומפאטירט מנהגי הגר צו אנדערע בתי מדרשים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.